|
ליפּע שמעלצערס לעצטער אַלבאָם פֿון מאָדערנער חסידישער מוזיק |
|
דעם צענטן יולי פּלאַנירט דער חב״ד־צענטער אין באַסקינג־רידזש, שטאַט ניו־דזשערזי, דורכצופֿירן דעם צווייטן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קונסט. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז אין דער פּראָגראַם וועלן זיך באַטייליקן פֿיר גרופּעס, וועלכע וועלן שפּילן אַ געמיש פֿון ראָק, דזשאַז, רעגיי, רעפּ, לאַטײַן־אַמעריקאַנער מעלאָדיעס און טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז אַזאַ ברייטער פֿאַרנעם פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע זשאַנערן נישט קיין גרויסער חידוש. אַ סך אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־צוהערער זענען שוין באַקאַנט מיט דעם חסידישן רעגיי־זינגער מעטיו מילער, באַקאַנט ווי מתּתיהו, וועלכער האָט לאַנג געהערט צו דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, הגם לעצטס האָט ער זיך דערנענטערט צו די קאַרלין־סטאָלינער חסידים.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון ליובאַוויטשער מוזיק איז דער דיסק "יעלה" פֿון דער אַמעריקאַנער־געבוירענער ישׂראלדיקער זינגערין שיינע עטעל, וועלכע זינגט די טראַדיציאָנעלע חב״ד־ניגונים מיט אַ וווּנדערלעכן מיסטישן טאָן, וואָס דערמאָנט אין די לידער פֿון דער באַקאַנטער אירלענדישער זינגערין עניִאַ און די קעלטישע פֿאָלקס־לידער.
אַ טייל אַנדערע חסידישע גרופּעס באַציִען זיך צו מוזיק מער קאָנסערוואַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט די אָרטאָדאָקסישע וועבזײַט "וואָס איז נײַעס" איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿונעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" וועגן די באַציִונגען צווישן די פֿרומע קהילה־פֿירער און ליפּע שמעלצער — אַ סקווערער חסיד, וועלכער זינגט אויף אַ געשמאַקן היימישן ייִדיש, און באַנוצט זיך אין זײַן רעפּערטואַר אויך מיט כּלערליי זשאַנערס; למשל, אין זײַן לעצטן אַלבאָם זענען אַרײַן לידער מיט אַ קלאָרער השפּעה פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין ליידי גאַגאַ. די מנהיגים פֿון די סקווערער, סאַטמאַרער און אַנדערע מינים שטרענגע חסידים זענען אָבער שטאַרק אומצופֿרידן מיט שמעלצערס שעפֿערישקייט און פּרוּוון כּסדר צו פֿאַרווערן זײַן מוזיק ווי "צו מאָדערנע". למעשׂה, אָבער, זענען זײַנע לידער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן אַלע שיכטן חסידים.
אַזוי צי אַזוי, פֿאַרנעמט מוזיק אַ וויכטיק אָרט אינעם חסידישן לעבן, הגם אַ טייל חסידים זענען מער איבערקלײַבעריש און האַלטן בלויז פֿון די סאַמע טראַדיציאָנעלסטע מינים ניגונים. אַזאַ צוגאַנג איז אָבער פֿאַרבונדן מיט זייער אַן ערנסטער באַציִונג צו מוזיקאַלישע ווערק ווי צו גײַסטיקע מאכלים, וועלכע מוזן האָבן אַ שטרענגן הכשר, כּדי אַרויסרופֿן אין די נשמות פֿון די צוהערער בלויז ריינע און הייליקע מחשבֿות.
ווייניק מענטשן — אַרײַנגערעכנט די חסידים אַליין — ווייסן אָבער, אַז די חסידישע ליבשאַפֿט צו מוזיק איז טיף פֿאַרבונדן מיט אַ גאַנצער טעאָריע פֿון "סאַקראַלן קלאַנג", וועלכע שטאַמט פֿונעם ספֿר־יצירה, ספֿר־הזוהר און אַנדערע קלאַסישע אוראַלטע קבלה־ספֿרים. נישט לאַנג צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט מיט גרויס הנאָה דאָס בוך "קלאַנג־טעאָלאָגיע" ("Sonic Theology") פֿון ד״ר גײַ בעק. דער מחבר דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע טעאָריעס וועגן קלאַנגען און מוזיק אין הינדויִזם. הגם בעק טענהט, אַז בלויז אין אינדיע איז בנימצא אַזאַ אַנטוויקלטע לערע, וואָס פֿאַרבינדט מוזיקאָלאָגיע מיט רעליגיע, האָב איך באַמערקט אַ סך וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן צווישן הינדויִזם און ייִדישקייט.
אינעם דאָזיקן אַרטיקל וויל איך בלויז דעמאָנסטרירן, אויפֿן סמך פֿון עטלעכע בײַשפּילן, אַז די ייִדישע טעאָריע פֿון הייליקן קלאַנג איז נישט ווייניקער אַנטוויקלט, ווי די אינדישע. אַן ערנסטער אַנאַליז פֿון די מוזיקאָלאָגישע טעאָריעס אין קבלה און חסידות וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ יסוד פֿון אַ גאַנצן דאָקטאָראַט, און קאָן זיכער זיך נישט אַרײַנפּאַסן אין אַ צײַטונג־אַרטיקל.
שרשים פֿון ייִדישער מוזיקאָלאָגיע
דאָס זינגען און שפּילן אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן איז געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון דער עבֿודת־בית־המיקדש. ווי עס שטייט אינעם תּנ״כישן ספֿר־שמואל, פֿלעגן די נבֿיאים זיך אַרײַנברענגען אינעם מיסטישן עקסטאַז מיט דער הילף פֿון מוזיק, ווי עס באַטאָנט דער רמב״ם און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים. אינעם זעלבן ספֿר־שמואל ווערט אויך באַמערקט, אַז מוזיק איז מסוגל צו פֿאַרטרײַבן מרה־שחורה. רבי יהודה אַלבוטיני און אַ צאָל אַנדערע פֿריִיִקע מקובלים האָבן אָנערקענט דעם פּסיכאָלאָגישן כּוח פֿון מוזיק, און האָט רעקאָמענדירט צו שפּילן ניגונים ווי אַ טייל פֿון פּראַקטישע מעדיטאַציעס, כּדי צו דערגרייכן רוח־הקודש.
די ערשטע בפֿירושע טעאָריע וועגן דעם מיסטישן כּוח פֿון קלאַנגען ווערט, מסתּמא, דערקלערט צום ערשטן מאָל אין ספֿר־יצירה — אַן אוראַטלער קבלה־ספֿר, וועלכער איז פֿאַרשריבן געוואָרן אין די תּלמודישע צײַטן, הגם די ייִדישע טראַדיציע באַטאָנט, אַז זי שטאַמט פֿון אַבֿרהם אָבֿינו און איז אַפֿילו עלטער פֿונעם תּנ״ך. לויטן ספֿר־יצירה, ווערן דרײַ אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית — אַלף, מם און שין — פֿאַרבונדן מיט די קאָסמישע עלעמענטן פֿון לופֿט, וואַסער און פֿײַער; דער מם מורמלט שטיל ווי אַ פֿליסנדיקער קוואַל, דער שין צישעט ווי אַ ברענענדיקער פֿלאַם, און דער אַלף האָט נישט קיין אייגענעם קלאַנג — ס׳איז סתּם לופֿט, וואָס מע הויכט אַרויס בעתן רעדן.
אין אַן אַנדער קלאַסישן קבלה־ספֿר — תּיקוני־זוהר — ווערט דערקלערט, אַז עס זענען פֿאַראַן פֿיר מינים שירים: שיר פּשוט, שיר כּפֿול, שיר משולש און שיר מרובע — פּשוטע, טאָפּלטע, דרײַפֿאַכיקע און פֿירפֿאַכיקע לידער. בפּשטות, ווערן אַזוי אָנגערופֿן אין דער העברעיִשער פּאָעטישער טראַדיציע פֿאַרשיידענע דיכטערישע פֿאָרמען. אַ פֿירפֿאַכיק ליד באַשטייט פֿון פֿיר־־שורותדיקע סטראָפֿעס, און אַ סטראָפֿע פֿון אַ דרײַפֿאַכיק ליד באַשטייט פֿון בלויז דרײַ שורות — אַזוי ווי, למשל, די יאַפּאַנישע "הײַקו"־געדיכטן.
|
שיינע עטעלס אַלבאָם פֿון ליובאַוויטשער ניגונים |
|
על־פּי־קבלה, ווערן די דאָזיקע מינים לידער אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרשיידענע שמות־קודש און קאָמבינאַציעס פֿון די ספֿירות. די דאָזיקע טעמע ווערט דערקלערט אינעם קבלה־ספֿר "אַשל־אַבֿרהם" און ווײַטער אַנטוויקלט דורך די חסידישע רביים.
די טעמע פֿון קלאַנגען פֿאַרנעמט אַ וויכטיקן אָרט אינעם מיסטעריעזן אוראַלטן ספֿר "מעין החכמה". דער ספֿר שטאַמט פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אייראָפּע, אָבער ווערט טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי אַן אַנטפּלעקונג, וואָס משה רבינו האָט באַקומען פֿונעם מלאך מיכאל. אַ הײַנטצײַטיקער חסידישער מקובל פֿון ירושלים, רבי יצחק־משה ערלאַנגער, האָט אָנגעשריבן אַ פֿאָרשערישן פּירוש אויפֿן דאָזיקן ספֿר.
איינע פֿון די טעמעס, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר "מעין החכמה", איז די מיסטישע באַציִונג צווישן קול, רוח און דיבור — דהײַנו, צווישן די קלאַנגען פֿון מענטשלעכע רייד, דער לופֿט, וואָס מע הויכט אַרויס, און די ווערטער, וואָס מע רעדט אַרויס. די שפּעטערדיקע מקובלים האָבן אָנגעשריבן גאַנצע ספֿרים וועגן דער דאָזיקער באַציִונג, און באַטראַכטן זי ווי אַ זיווג צווישן די קאָסמישע עלעמענטן.
זייער אַ וויכטיקע מוזיקאַלישע טעאָריע אין קבלה, וועלכע איז טאַקע גאַנץ ענלעך צו דער דערמאָנטער טעאָריע פֿון סאַקראַלע קלאַנגען אין הינדויִזם, האָט צו טאָן מיטן טראָפּ. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערן אַלע ווערטער אין דער ספֿר־תּורה געלייענט מיט אַ געוויסן טאָן. הגם אויפֿן פּאַרמעט ווערן פֿאַרשריבן בלויז די אותיות, אָן קיין נקודות אָדער קאַנטילאַציע־צייכנס, בלײַבט דער טראָפּ אַ טייל פֿון דער "אומזעעוודיקער" מסורה, וועלכע באַגלייט דעם חומש.
על־פּי־קבלה, שטעלן די ייִדישע אותיות מיט זיך פֿאָר די ג־טלעכע כּוחות, דורך וועלכע עס זענען באַשאַפֿן געוואָרן אַלע זאַכן אין דער וועלט. אַ טייל מקובלים זאָגן אַפֿילו, אַז דער שם־השם איז ממש די זעלבע זאַך, ווי דער אַנטפּלעקטער ג־ט פֿון רעליגיע, אלוקי־ישׂראל, ווײַל דער אַבסטראַקטער אַבסאָלוט איז העכער פֿון אַלע ווערטער און השׂגות, און האָט נישט קיין דירעקט שׂײַכות צו די באַשעפֿענישן. יעדעס מאָל, ווען מיר ווענדן זיך צום אייבערשטן, דערמאָנען מיר דווקא זײַן נאָמען.
די נקודות, וועלכע ווערן אויך נישט פֿאַרשריבן בפֿירוש אין דער ספֿר־תּורה, זענען העכער ווי די אותיות, און די טעמים, די מוזיקאַלישע טענער פֿון די ווערטער, זענען נאָך העכער, און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ דירעקטע אַנטפּלעקונג פֿון עולם־האצילות — די וועלט פֿון ריינע ג־טלעכע עמאַנאַציעס. די דאָזיקע טעמע ווערט באַהאַנדלט אין די כּתבֿי־אַריז״ל און ווערט אַ יסוד פֿונעם צוגאַנג צו דעם מוזיקאַלישן קלאַנג ווי צו אַ הויכער מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן ליכט בײַ די שפּעטערדיקע מקובלים און אין ספֿרי־חסידות.
חסידישע מוזיקאָלאָגיע
אויפֿן יסוד פֿון די דערמאָנטע מאמרים פֿון די אוראַלטע ספֿרים, האָבן די חסידים אויסגעאַרבעט זייער אַן אַנטוויקלטע און צעצווײַגטע טעאָריע פֿון מוזיק, וואָס באַטראַכט די ניגונים ווי ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען און מיטלען פֿון מעדיטאַטיווער עבֿודה. לויט חב״ד־חסידות, הייבן זיך סײַ די מלאָכים, סײַ די מענטשלעכע נשמות, אויף צו דעם אייבערשטן דווקא דורך נגינה. דאָס מיינט לאַוו־דווקא פֿיזישע מוזיק אינעם בוכשטעבלעכן זין; אין די חב״ד־ספֿרים גייט אויך אַ רייד וועגן דעם אינערלעכן "קול פֿונעם האַרץ". דער בעסטער וועג צו דערגרייכן אַ גײַסטיקע עליה איז אַ ניגון אָן ווערטער, וועלכער דערוועקט די יחידה — דאָס סאַמע ג־טלעכע עצם פֿון דער נשמה. אַזוי ווי דער טראָפּ, וואָס באַצייכנט דעם אינערלעכן "טעם" פֿון דער תּורה, העכער פֿון די ווערטער און שׂכל, זענען די ניגונים פֿאַרבונדן מיט דער אינערלעכער איבערשׂכלדיקער מדרגה פֿון נשמה.
אינעם ספֿר "שער־התּשובֿה" באַטראַכט דער "מיטעלער רבי", דער צווייטער מנהיג פֿון חב״ד, דעם חילוק צווישן דער קריסטלעכער מוזיק פֿונעם מערבֿ, דער מוסולמענישער מוזיק פֿונעם מיזרח, און דער מוזיקאַלישער טראַדיציע פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות. לויטן "מיטעלן רבין", האָט יעדער מענטש אין זיך אַן אייגענעם אוניקאַלן ניגון, וועלכער טראָגט אים אַרויף צום אייבערשטן און שטימט מיט זײַן פּסיכאָלאָגישן טיפּ. יעדעס פֿאָלק האָט אויך אַ כאַראַקטעריסטישן מוזיקאַלישן סטיל, וואָס שטימט מיטן נאַציאָנאַלן כאַראַקטער — למשל, מיט דער נטיה צו מידת־החסד אָדער מידת־הגבֿורה. דער דריטער חב״ד־רבי, "צמח צדק", באַטראַכט אין זײַן ספֿר "דרך מצותיך" די עסטעטישע זײַט פֿון דער חכמת־הנגינה און באַמערקט די ענלעכקייט צווישן מוזיק און וויזועלער קונסט. אין ביידע פֿאַלן איז דאָס געפֿיל פֿון שיינקייט פֿאַרבונדן מיט דער האַרמאָניע פֿון היפּוכדיקע קלאַנגען אָדער קאָלירן. דאָס האַרמאָנישע געפֿיל שטאַמט פֿון דער ג־טלעכער ספֿירה תּפֿארת, וועלכע פֿאַראייניקט אין זיך די היפּוכדיקע כּוחות פֿון חסד און גבֿורה.
צוליב דעם, וואָס די חב״ד־באַוועגונג באַטראַכט די ניגונים ווי אַן אַנטפּלעקונג פֿונעם ג־טלעכן עצם־נשמה און אַ מיטל צו דערגרייכן אַ ייִחוד מיטן באַשעפֿער, האָבן די ליובאַוויטשער חסידים אַ קאָמפּליצירטע טראַדיציע פֿון מיסטישע מעלאָדיעס. צום בײַשפּיל, זינגט מען געוויינטלעך דעם הייליקן ניגון "אַרבע בבֿות" ("פֿיר טויערן") בלויז בײַ די חתונות און אַנדערע ספּעציעלע געלעגנהייטן. די טיילן פֿונעם ניגון זענען מסוגל אַרויפֿצוברענגען די נשמה אין די פֿיר גײַסטיקע וועלטן: עשׂיה, יצירה, בריאה און אַצילות.
אַן אַנדער טעמע, וואָס ווערט פּרטימדיק באַטראַכט אינעם חב״ד־חסידות, איז אַ קייט פֿון פֿאַרשיידענע אינערלעכע מדרגות, פֿון וועלכע עס קומען די אותיות פֿון די מענטשלעכע מחשבֿות און דיבורים. גאַנץ ענלעך צו דער אינדישער יאָגאַ־טראַדיציע, אַנאַליזירן די ליובאַוויטשער ספֿרים די מעדיטאַטיווע מעטאָדן, וועלכע דערמעגלעכן צו דערשפּירן אין זיך דאָס באַהאַלטענע ג‑טלעכע "קול".
די זעלבע טעמעס ווערן אויך באַטראַכט אינעם בראַצלעווער חסידות. רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט ער זינגען אַ ספּעציעלן ניגון, וועלכער וועט אויפֿוועקן די אמונה אין דער גאַנצער מענטשהייט און וועט אַנטפּלעקן דאָס ג־טלעכע ליכט אין דער וועלט. אַ ספּעציעלער פּרק וועגן רבי נחמנס מוזיקאַלישער טעאָריע געפֿינט זיך אינעם פֿערטן באַנד פֿונעם ספֿר "ליקוטי עצות משולש". דער מחבר, רב נחמן טשערינער, דערקלערט, אַז דורך נגינה קאָן מען דערגרייכן דעם רוח־הקודש און אויפֿהייבן די הייליקע שכינה פֿונעם גלות.
אינעם בראַצלעווער חסידות שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע די ספּעציפֿישע תּורה וועגן דער מוזיקאַלישער דימענסיע פֿון דער מענטשלעכער נשמה און דער אַרומיקער וועלט. לויט רבי נחמנען, זענען אין דער תּורה, תּפֿילה און בכלל אין אַלע באַציִונגען צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם פֿאַראַן "עשׂרה מיני נגינה" — אַנטפּלעקונגען פֿון די ספֿירות, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי "צען מינים געזאַנג". לויט דער בראַצלעווער טראַדיציע — איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן דורך צען ג־טלעכע ניגונים, און דאָס ג־טלעכע חיות, וואָס גיט עקזיסטענץ צו אַלע זאַכן, ווערט אויך באַטראַכט ווי מוזיק.
רבי נחמן באַטראַכט אויך די ראָלע פֿונעם אַקוסטישן רעזאָנאַנס אין מוזיק, אין שײַכות צו מעטאַפֿיזישער "וויבראַציע" און געמיינזאַמער ווירקונג פֿון די גײַסטיקע וועלטן. אַזאַ אויפֿנאַם פֿון דער וועלט, ווי אַ "געוועב" פֿון רעזאָנירנדיקע קלאַנגען, איז זייער ענלעך צו דער דערמאָנטער אינדישער "קלאַנג־טעאָלאָגיע".
אַן אַנדער וווּנדערלעכע פּאַראַלעל צווישן קבלה און דעם אינדישן מיסטיציזם איז די טעמע פֿון באַציִונגען צווישן דעם אָטעם, מויל, קול און פֿאַרשיידענע מינים אותיות. אינעם ספֿר "פּליאות חכמה" פֿונעם רומענישן רבֿ יהושע פֿאַלק, ווערט דער אָטעם באַטראַכט ווי די "זרע", וואָס גייט אַרײַן אינעם מויל, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ ווײַבערלעכער אבֿר, וווּ עס ווערן געבוירן פֿאַרשיידענע קלאַנגען; די צונג ווערט באַטראַכט אין אַזאַ קאָנטעקסט ווי אַ "מענערישער" אָרגאַן. אַזאַ בולטער עראָטישער סימבאָליזם טרעפֿט זיך אויך אין די מיזרחדיקע טראַדיציעס פֿון מעדיטאַציע.
אינטערעסאַנטע מיסטישע אידעען וועגן מוזיק געפֿינען זיך אויך אינעם ספֿר "אמרי פּינחס", פֿון רבי פּינחס קאָרעצער. אַזוי ווי די אַנדערע מקובלים און חסידישע רביים, האַלט ער, אַז דאָס קול איז פֿאַרבונדן מיטן מענלעכן אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, און די ווערטער מיט דער שכינה — דער ווײַבלעכער אַספּעקט. דערפֿאַר, להיפּוך צו די ליובאַוויטשער חסידים, האָט רבי פּינחס קאָרעצער געגעבן זײַן זון אַן עצה צו זינגען ניגונים דווקא מיט ווערטער, כּדי מיחד צו זײַן די ג־טלעכע פּרצופֿים. וועגן זיך האָט רבי פּינחס געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געווען אַ גוטער זינגער, וואָלט ער אַראָפּגעבראַכט דעם אייבערשטן אַליין אין עולם־הזה.
ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין די חסידישע ספֿרים טרעפֿט זיך אויך אַ טעאָריע וועגן נאָטן פֿון דער מוזיקאַלישער אָקטאַווע, וועלכע שטימען, לויט דעם מאָדזיצער רבין, דעם מחבר פֿונעם ספֿר "דבֿרי־ישׂראל", מיט די זיבן ספֿירות פֿון חסד ביז מלכות און מיט די זיבן טעג פֿון דער וואָך.
ווי געזאָגט, די דערמאָנטע בײַשפּילן זענען בלויז איינצלנע מוסטערן פֿון דער רײַכער און אַנטוויקלטער טעאָריע וועגן מוזיק און קלאַנג אין קבלה און חסידות. אַזוי ווי אין דער הינדויִסטישער טראַדיציע, ווערן די אותיות און קלאַנגען באַטראַכט אין חסידות ווי ג־טלעכע כּוחות, פֿון וועלכע עס באַשטייט דאָס גאַנצע געוועב פֿונעם אוניווערס. האָפֿנטלעך, וועט עמעצער דורכפֿירן אַ כּסדדיקע פֿאָרשונג פֿון דער דאָזיקער טעמע און אַרויסגעבן אַ סיסטעמאַטיש בוך וועגן דער ייִדישער "קלאַנג־טעאָלאָגיע".