פֿאַרשײדנס
 שיל, אַ צערקווע און אַ מעטשעט אינעם ווײַסרוסישן שטעטל איוויע
שיל, אַ צערקווע און אַ מעטשעט אינעם ווײַסרוסישן שטעטל איוויע

דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, שרײַבט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַנע זכרונות:

"שוין אַרום דער אַנטשטייוּנג פֿון ליובאַוויטש אין דער גאָר ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿיגורירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועמעס אָנדענק אין ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין משך פֿון דורות ביז צו אונדזער אייגענער צײַט. רב מאיר איז געווען זײַן נאָמען. ער האָט געהערט צו יענע צדיקים, וואָס האָבן געוואָלט לעבן נאָר מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ניט וועלנדיק בלײַבן אין זײַן אַלטער היים און בכלל וועלנדיק לייגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און דער עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ייִדן, האָט ער מיט דרײַ אַנדערע משפּחות אויסגעוואַנדערט פֿון זייער שטאָט אָדער שטעטל, און אַוועק זוכן ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיך צו באַזעצן אויפֿן לאַנד און פֿון דער אייגענער אַרבעט זיך מפֿרנס צו זײַן.

קענטיק, אַז רב מאיר האָט שוין געהאַט געחלומט פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע קאָלאָניע — אַ געדאַנק, וואָס איז שפּעטער פֿון די ליובאַוויטשער רביים אויפֿגענומען און דערפֿירט געוואָרן צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן. וואָרעם, ווי די מעשׂיות, וואָס ווערן דערציילט, האָט דער דאָזיקער רב מאיר זיך טאַקע פֿאַרנומען צו בויען אַ קאָלאָניע דאָרט, וווּ ליובאַוויטש געפֿינט זיך. אַרומגערינגלט מיט וואַלד, און בײַ די ברעגעס פֿון אַ טײַך, איז דער באָדן געווען געוווּנטשן פֿאַר אַ קאָלאָניע. האָבן זיך רב מאיר און די משפּחות, וואָס האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט, זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט געהאַקט ביימער אין וואַלד און געבויט מיט זיי הײַזער.

וואָס פֿאַר אַ נאָמען — אויב מע האָט אינגאַנצן געטראַכט פֿון אָנפֿאַנג פֿון אַ נאָמען — דער דאָזיקער קליינער ייִשובֿ האָט געהאַט, איז ניט באַקאַנט. אָבער דער נאָמען ליובאַוויטש, וואָס איז שפּעטער געגעבן געוואָרן אָט־דער קאָלאָניע, וואָס רבי מאיר האָט געגרינדעט, האָט אינגאַנצן געזאָלט מיט זיך פֿאָרשטעלן און כאַראַקטעריזירן איר גרינדער.

ווי עס ווערט דערציילט, האָט רב מאיר זיך ספּעציעל אויסגעצייכנט מיט זײַן גרויסער ליבע צו ייִדן און אויך ניט־ייִדן. זײַן אַהבֿת־ישׂראל האָט ממש קיין גרענעץ ניט געהאַט. ער האָט ניט ווייניקער ליבע אַרויסגעצײַגט צו אַלע אַנדערע מענטשלעכע באַשעפֿענישן. ער פֿלעגט האָבן אַ ווערטל, אַז דער, וואָס געפֿינט חן אין די אויגן פֿון מענטשן, וועט אויך געפֿינען חן אין די אויגן פֿון אייבערשטן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז כּדי צו געפֿינען חן בײַ מענטשן, מוז מען זײַן גוט און פֿרײַנדלעך און יעדערן, מוז מען זײַן אָפּערוויליק און נאָר טאָן טובֿות מענטשן.

און ניט נאָר מענטשן האָט רבי מאיר ליב געהאַט, ניט נאָר דעם בחיר־היצורים האָט ער רעספּעקטירט און פֿאַרהערלעכט, ער האָט אויך געליבט און פֿאַרהערלעכט יעדע באַשעפֿעניש, צי דאָס איז אַ פֿיר־פֿיסיקע חיה, צי דאָס איז אַן עוף אָדער אַ פֿויגל אין דער לופֿט. אַלץ, וואָס האָט געהאַט לעבן אין זיך, האָט ער פֿאַרהערלעכט און ממש פֿאַרהייליקט. ער פֿלעגט זאָגן דעם מאמר חז״ל, אַז ווען מע צײַגט ליבע צו מענטשן, טוט מען אַ נחת־רוח דעם רבונו־של־עולם".

דער דאָזיקער פֿראַגמענט פֿונעם ליובאַוויטשער רבינס בוך זאָגט אַ סך וועגן דעם ווײַסרוסישן לעבנס־שטייגער און דינט ווי אַ גוטער מוסטער פֿונעם ווײַסרוסישן ייִדיש.

ווײַסרוסלאַנד איז אַ באַשיידן לאַנד. אין דער ייִדישער קולטור ווערט עס אָפֿט באַטראַכט ווי אַ טייל פֿונעם ליטווישן שטח. דאָס וואָרט "ליטע", ווען באַנוצט אין אַ ספּעציפֿיש ייִדישן קולטורעלן קאָנטעקסט, נעמט אַרײַן גאַנץ ווײַסרוסלאַנד. אויף ייִדיש טראָגט דאָס דאָזיקע לאַנד אַן אַלטן טראַדיציאָנעלן נאָמען — רײַסן. אין דער ליטעראַטור, אַפֿילו צווישן די פֿאַרברענטסטע ייִדישיסטן, איז אָבער אָנגענומען געוואָרן אַ דײַטשיש וואָרט — "ווײַסרוסלאַנד" — וואָס שמעקט מיט אַ ביסל ביטול; עס מאַכט זיך אַזאַ אײַנדרוק, אַז ווײַסרוסלאַנד איז בלויז עפּעס אַ "ווײַסער" צולאָג פֿון דער גרויסער שכנישער מלוכה — רוסלאַנד. אין דער הײַנטיקער אַלגעמיינער מעדיע ווערט ווײַסרוסלאַנד אויך אָפֿט דערמאָנט ווי עפּעס אַ ווילדער פֿאַרוואָרפֿענער עק וועלט, וווּ עס הערשט אַ דיקטאַטאָרישער רעזשים און וווּ מע רודפֿט מענטשן פֿאַר זייערע פּאָליטישע איבערצײַגונגען.

אינעם דערמאָנטן פֿראַגמענט פֿון "ליובאַוויטשער רבינס זכרונות", ווערן אָנגערופֿן די וויכטיקסטע מעלות און חסרונות פֿון דער ווײַסרוסישער געזעלשאַפֿט: סאָלידאַריטעט צווישן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער און רעליגיעס, אַרבעטזאַמקייט, אידעאַליסטישע נשמה־ברייטקייט און אַ נטיה צו איזאָלאַציע פֿון דער אַרומיקער וועלט. צי די לעגענדע וועגן רב מאיר, דער גרינדער פֿונעם שטעטל ליובאַוויטש, איז אמת, צי נישט, האָט דער ליובאַוויטשער רבי גענוג רעאַליסטיש באַשריבן אַ ווײַסרוסישן כוטאָר — אַ פּיצל־קליינעם ייִשובֿ, וואָס באַשטייט, צום מערסטן, בלויז פֿון עטלעכע משפּחות.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט די צײַטונג "סאָוועטישע ווײַסרוסלאַנד", איבערגעגעבן, אַז אויף די ווײַסרוסישע מאַפּעס זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן הונדערטער "געשפּענסט־ייִשובֿים", וועלכע עקזיסטירן שוין לאַנג נישט. און פֿאַרקערט: אין ווײַסרוסלאַנד זענען פֿאַראַן אַזעלכע ערטער, וווּ מע קאָן זיך דערקלײַבן בלויז צופֿוס דורך די וואַלד־געדיכטענישן אָדער מיט אַ העליקאָפּטער — און פֿאָרט, לעבן דאָרטן אָרעמע פּויערים, וועלכע זענען זיך מפֿרנס, ווי יענער רב מאיר, מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט; קיין אַנדערע מיטלען דורכלעבן אַ טאָג איז אין אַזעלכע פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען, סײַ־ווי־סײַ, נישטאָ. אַזאַ לעבן האָט סײַ אַ מעלה און סײַ אַ חסרון — פּערזענלעכע אומאָפּהענגיקייט און סאָציאַלע איזאָלאַציע.

עס וואָלט געווען אַ גוזמא צו זאָגן, אַז אין ווײַסרוסלאַנד איז קיינמאָל נישט געווען אַנטיסעמיטיזם. אָבער, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע, איז אַנטיסעמיטיזם אין ווײַסרוסלאַנד טאַקע אַ רעלאַטיוו־מאַרגינאַלע זאַך. אַ סך רײַסישע ייִדן דערציילן, אַז זיי האָבן זיך קיינמאָל נישט געטראָפֿן מיט אַנטיסעמיטיזם צווישן די ווײַסרוסן. ווען די דײַטשישע אַרמיי האָט אָקופּירט ווײַסרוסלאַנד, האָט די אָרטיקע באַפֿעלקערונג זיך אָפּגעזאָגט, צוערשט, צו העלפֿן די נאַציס הרגענען ייִדן; שפּעטער, האָבן עטלעכע הונדערטער ווײַסרוסישע קאָלאַבאָראַציאָניסטן אָנטיילגענומען אינעם גענאָציד, אָבער אַ סך ווייניקער, ווי אין פּוילן, ליטע און אוקראַיִנע. אין דער זעלבער צײַט, האָבן אַ סך ייִדן געקעמפֿט קעגן די נאַציס אין די פּאַרטיזאַנער אָטריאַדן, צוזאַמען מיט הונדערטער טויזנטער ווײַסרוסן.

ווײַסרוסלאַנד איז אַ קרייצפּונקט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע. כּמעט אין יעדן רײַסישן ייִדישן שטעטל איז אויך געווען אַ פּראָוואָסלאַוונע צערקווע, אַ פּויליש־קאַטוילישער קלויסטער און אַ טאָטערישער מעטשעט. די ווײַסרוסישע מוסולמענער־טאָטערן, באַקאַנט ווי ליפּקעס, האָבן איבערגענומען די אָרטיקע שפּראַך נאָך מיט 400 יאָר צוריק, אָבער אָפּגעהיט זייער גלויבן. בײַ די ייִדן איז געווען פּונקט פֿאַרקערט: מיט עטלעכע הונדערטער יאָר צוריק האָט אַ גרויסער טייל פֿון די רײַסישע ייִדן גערעדט אויף אַ סלאַווישן דיאַלעקט; זייער אייניקלעך זענען אָבער אַריבערגעגאַנגען אויף ייִדיש, אונטער דער השפּעה פֿון די ליטווישע און פּוילישע רבנים. פֿונדעסטוועגן, איז דער רײַסישער דיאַלעקט פֿון ייִדיש פֿול מיט סלאַווישע ווערטער און בפֿירושע סלאַוועשע סינטאַקטישע קאָנסטרוקציעס.

אויף דער רײַסישער שפּראַך האָט מען תּמיד געשריבן מיט די קירילישע ("רוסישע") אותיות — פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, ווען ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן דער ליטעראַרישער סטאַנדאַרט פֿון אַלט־ווײַסרוסיש. אַחוץ דעם, זענען געבליבן אויך אַ סך ווײַסרוסישע טעקסטן, פֿאַרשריבן מיטן לאַטײַנישן און אַראַבישן אַלפֿאַבעט. עס זענען אויך געבליבן מוסטערן פֿון רײַסישע טעקסטן — פֿראַזעס, חסידישע ניגונים, פֿאָלקס־לידער — טראַנסקריבירט מיטן ייִדישן אַלף־בית. סײַ אין די ייִדישע, סײַ אין די קריסטלעכע, סײַ אין די מוסולמענישע לידער אינעם לאַנד ווערן באַזונגען די זעלבע זאַכן: די פּראָסטע ברייטקייט פֿון דער מענטשלעכער און וועלט־נאַטור, אַרבעט און פּשוטער אמונה:

מי אַדיר אַמתּי?

יעסט באָג נאַ סוויטי!

נאַדאָ זנאַט, קאַק גוליאַט,

פּערעד באָגאָם אָטוויעצאַט!

מי פּיאָם אי גוליאַיעם —

ואַתּה מלך חי וקים!

"ווער איז גרויס און אמתדיק? פֿאַראַן גאָט אויף דער וועלט! מע דאַרף וויסן, ווי צו הוליען, פֿאַרן באַשעפֿער צו ענטפֿערן! מיר טרינקען און מיר הוליען — און דו, אונדזער מלך, לעבסט אייביק!" — אַ רײַסיש־ייִדיש ליד פֿון דער מאָלעווער גובערניע, פֿון שאול גינזבורגס און פּסח מאַרעקס זאַמלונג.

איז אַזאַ מולטי־קולטורעלע געזעלשאַפֿט די סיבה פֿונעם פֿרידלעכן צווישן־פֿעלקערלעכן מיטלעבן אין רײַסן? אָדער פֿאַרקערט: אפֿשר האָט דער פֿרידלעכער לעבן־שטייגער פֿון פּויערים און אײַנוווינער פֿון פֿאַרוואָרפֿענע דערפֿלעך געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ פֿאַרשיידענע רעליגיעס און עטנישע גרופּעס קאָנען מיטעקזיסטירן? סײַ־ווי־סײַ, כּדי צו אַנטוויקלען פֿרידלעכע באַציִונגען צווישן די קריסטן, ייִדן און מוסולמענער אין די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, איז כּדאַי זיך צוצוקוקן מיט אויפֿמערק צו דער קולטור און געשיכטע פֿון ווײַסרוסלאַנד — אַ לאַנד, וווּ אַזאַ מולטי־קולטוראַליזם האָט געהערשט מער־ווייניקער אָרגאַניש במשך פֿון הונדערטער יאָר, נישט געקוקט אויף די כּסדרדיקע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע מהומות.

"ער פֿלעגט

"ער פֿלעגט האָבן אַ ווערטל, אַז דער, וואָס געפֿינט חן אין די אויגן פֿון מענטשן, וועט אויך געפֿינען חן אין די אויגן פֿון אייבערשטן."
דאכט זיך, איינער האט אים שוין אויסגעכאפט: הוא היה אומר, כל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו.