מײַנער אַ חסידישער באַקאַנטער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק צווישן תּורה־הקדושה און שעקספּירס ווערק. די תּורה איז אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל, וואָס לאָזט זיך אָפּטײַטשן אויף כּלערליי אופֿנים, אָן אַ סוף. אַלע מפֿרשים אין דער וועלט קאָנען נישט דערגרייכן דעם דנאָ פֿון דער ענדלאָזיקער תּורה־חכמה. די פּיעסעס פֿון שעקספּיר, להבֿדיל, ווי מײַן פֿרײַנד האָט דערקלערט, זענען אָבער אינגאַנצן אַנדערש. ווען דו האָסט זיי איבערגעלייענט איין מאָל, צום מערסטן צוויי־דרײַ, איז מער נישטאָ דאָרטן וואָס צו פֿאָרשן און מפֿרש צו זײַן.
וואָס שײַך דער הייליקער תּורה, האָט מײַן חבֿר טאַקע ריכטיק געזאָגט. ס׳איז טאַקע בטבֿע זייער אַ קאָמפּליצירטער טעקסט, אַרום וועלכן עס האָט זיך געשאַפֿן אַ גאָר רײַכע אינטערפּרעטאַטיווע טראַדיציע, וואָס דערמעגלעכט צו געפֿינען אָן אַ שיעור נײַע פּשטלעך, רמזים און טיפֿע סודות אַפֿילו אין איין פּסוק; בפֿרט, ווען מע ווענדט אָן אַזאַ "שווערע אַרטילעריע", ווי גימטריאות און אַנדערע קבלה־מיטלען. נעמט דאָס איינציקע וואָרט "בראשית", שטעלט די אותיות איבער אויף אַן אַנדערן אופֿן — און האָט איר שוין 720 פֿאַרשיידענע צירופֿי־אותיות, פֿון וועלכע מע קאָן אויסבויען טויזנטער דרשות.
וואָס שײַך שעקספּיר איז די מעשׂה, אָבער, אויך נישט אַזוי פּשוט. קודם־כּל, שטעקט אין דער מענטשלעכער שפּראַך אַן אומענדלאָזיקער פּאָטענציאַל פֿון נײַע אינטערפּרעטאַציעס. די חסידישע רביים האָבן דאָס באַמערקט נאָך מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר פֿאַר די הײַנטיקע פּאָסט־מאָדערנע פֿילאָסאָפֿן. אַן עכטער תּלמיד־חכם אָדער אַן עקזאַלטירטער צדיק דערהערט טיפֿע סודות און חכמות אַפֿילו אין די סאַמע פּראָסטע ווערטער, ווען ער שמועסט אויף דער גאַס מיט אַ גראָבן יונג, וועלכער האָט נישט געלערנט קיין תּורה און טראַכט בלויז וועגן גשמיותדיקע זאַכן.
ווען מיר לייענען אַ בוך אָדער סתּם הערן עמעצן רעדן, ברענגען מיר כּסדר אַרײַן אונדזערע אייגענע מחשבֿות אין די ווערטער פֿון אַנדערע מענטשן. דערפֿאַר, קאָן אַ מיסטיקער, וועלכער פֿאַרטיפֿט זיך אַ גאַנצן טאָג אין דערהויבענע רוחניותדיקע ענינים, טאַקע אָפּטײַטשן דעם סאַמע פּשוטן שמועס אויף אַ מיסטישן שטייגער.
אַחוץ דעם, ווערט אין אונדזערע דיבורים כּסדר אָפּגעשפּיגלט דער געהיימנישפֿולער תּהום פֿון אומבאַוווּסטזיניקייט. אַמאָל קאָן אַ מענטש טאַקע אויסדריקן אַ טיפֿע מיסטישע חכמה, נישט וויסנדיק אַליין, אַז הינטער דעם "פּשט" פֿון זײַנע ווערטער באַהאַלטן זיך אומבאַוווּסטזיניקע חכמה־געשטאַלטן. רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, אַז אין אַלע לעגענדעס און באָבע־מעשׂיות אַרום דער וועלט שטעקן גרויסע רוחניותדיקע סודות. ווי מע וואָלט געזאָגט הײַנט, ווערט אינעם פֿאָלקלאָר אַנטפּלעקט דאָס קאָלעקטיווע אומבאַוווּסטזײַן. דערפֿאַר ווערן די מיטאָלאָגישע סוזשעטן נישט זעלטן פֿאַרוואַנדלט אין מדרשים און קבלהדיקע משלים. אַדרבה, ווי עס האָט דערקלערט רבי נחמן, זענען פֿאַראַן אַזעלכע טיפֿע סודות־התּורה, וואָס מע קאָן איבערגעבן בלויז דורך מיסטישע מעשׂיות.
שעקספּיר האָט אָנגעשריבן זײַן באַרימטע טראַגי־קאָמעדיע "דער סוחר פֿון ווענעדיג" אינעם יאָר 1598; מע האָט זי געשפּילט אין טעאַטער, צום ערשטן מאָל, אין 1600. אינעם זעלבן יאָר האָט די אינקוויזיציע פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער דעם גרויסן איטאַליענישן פֿילאָסאָף דזשאָרדאַנאָ ברונאָ, וועלכער האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט קבלה. אין דער קריסטלעכער וועלט האָבן זיך אין יענער תּקופֿה געקאָכט כּלערליי אונטערערדישע חכמות; אַ סך אייראָפּעיִשע דענקער, אַפֿילו אַנטיסעמיטיש־געשטימטע, האָבן געפֿאָרשט די אוראַלטע ייִדישע קוואַלן פֿון חכמה.
נישט געקוקט אויף די אינטענסיווע פֿאָרשונגען, בלײַבט שעקספּיר אַ געהיימנישפֿולע פֿיגור. דער באַקאַנטער זשורנאַל "רעפֿאָרם־יודאַיִזם" האָט אַפֿילו פֿאַרעפֿנטלעכט מיט אַ יאָר צוריק אַן אַרטיקל וועגן אַ מאַרגינאַלער טעאָריע, לויט וועלכער שעקספּיר אַליין איז געווען באמת... אַן ייִדישע פּאָעטעסע מיטן נאָמען אַמעליע באַסאַנאָ לאַניער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע בפֿירוש אויסטערלישע טעאָריעס, ברענגען אַ צאָל פֿאָרשער איבערצײַגנדיקע ראַיות, אַז שעקספּיר האָט אויסגענוצט דעם קבלה־סימבאָליזם אין זײַנע ווערק.
דער שרײַבער דעניעל ביינס האָט אין זײַן בוך "שעקספּיר, שײַלאָק און קבלה" געפּרוּווט צו דערווײַזן, אַז שעקפּסיר איז געווען אַ שטיקל "קריסטלעכער מקובל". לויט זײַן טעאָריע, זענען שעקספּירס ווערק, בפֿרט "דער סוחר פֿון ווענעדיג", פֿול מיט קבלה־געדאַנקען און קבלהדיקע רמזים. למשל, איינער פֿון די העלדן אין דער פּיעסע, באַסאַניאָ, וואַרפֿט אָפּ דאָס גאָלדענע און דאָס זילבערנע שטעקל און קלײַבט אויס דאָס מער באַשיידן שטעקעלע פֿון בלײַ, וווּ עס ליגט אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן באַליבטער פֿרוי פּאָרציאַ.
פֿאַרוואָס האָט שעקספּיר באַשריבן דווקא אַזעלכע מאַטעריאַלן — גאָלד, זילבער און בלײַ? מסתּמא, האָט עס צו טאָן מיט אַ מיסטישן סימבאָליזם. שעקספּיר האָט געקענט דאָס בוך "די האַרמאָניע פֿון דער וועלט" פֿונעם ווענעדיגער גלח פֿראַנטשעסקאָ גיאָרגי, וועלכער האָט זיך אַקטיוו אינטערעסירט מיט קבלה און באַגרינדעט זײַן קריסטלעכע טעאָריע פֿון וועלט־האַרמאָניע אויף קבלה־ענינים, אויסגעמישט מיט אַלכעמיע און אַנדערע עזאָטערישע חכמות. אַ טייל מקובלים זאָגן, אַז דאָס בלײַ סימבאָליזירט ייִדן און ייִדישקייט.
אין זײַן אַנדערן בוך, "דער פּראָוואָקאַטיווער סוחר פֿון ווענעדיג", ווײַזט ביינס אָן, אַז די דראַמאַטישע פּערסאָנאַזשן פֿון דער פּיעסע שטימען מיט דער קבלה־סכעמע פֿון די ספֿירות. לויט זײַן מיינונג, איז די אַלגעמיינע סטרוקטור פֿון דער באַרימטער טראַגי־קאָמעדיע מרמז אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון רוחניות.
די באַקאַנטע ענגלישע פֿאָרשערין פֿרענסיס יעיטס האָט אויפֿגעוויזן, אַז שעקספּיר האָט זיך אינטערעסירט מיט די ווערק פֿון קריסטלעכע אָקולטיסטן און איז טאַקע געווען באַקאַנט מיט געוויסע קבלה־סימבאָלן. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל: ווי אַ גרויסער דראַמאַטורג און אַ ליבהאָבער פֿון איבערנאַטירלעכע מעשׂיות וועגן רוחות און שדים, האָט ער, מסתּמא, געשטרעבט זיך צו באַקענען מיט די ייִדישע חכמות, כּדי צו באַשרײַבן בעסער דעם סתּירותדיקן ייִד שײַלאָק, דעם הויפּט־פּערסאָנאַזש פֿון דער פּיעסע.
מסתּמא, האָט שעקספּיר, אין אַ געוויסער מאָס, געגלייבט אין די אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן פֿון זײַן צײַט, דערפֿאַר האָט ער באַשריבן שײַלאָקן ווי אַ בלוטדורשטיקן פּאַראַזיטישן ייִד. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווײַזט שעקספּיר קלאָר, אַז שײַלאָק איז געווען ברוגז אויף די קריסטן צוליב זייערע אַנטיסעמיטישע געזעצן און באַציִונגען לגבי די ייִדן. אַ סך ליטעראַטור־קריטיקער האַלטן, אַז שעקספּיר באַציט זיך צו זײַן ייִדישן פּערסאָנאַזש מיט סימפּאַטיע און קריטיקירט אַנטיסעמיטיזם.
יונה דיוראָ, אַ ישׂראל־געבוירענע פֿראַנצויזישע היסטאָריקערין און אַ פּראָפֿעסאָרין, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט מיט צוויי יאָר צוריק אַ בוך מיטן נאָמען "די קריסטלעכע קבלה־באַוועגונג פֿונעם רענעסאַנס־ענגלאַנד און איר השפּעה אויף וויליאַם שעקספּיר". דיוראָ האָט אָנגעוויזן אויף אַ צאָל פּאַראַלעלן צווישן שעקספּירס קאָמעדיע "ווי דיר געפֿעלט" (״As You Like It״) און אַ קאָנקרעטן באַקאַנטן קבלה־ספֿר — רבי משה קאָרדאָוועראָס "אור נערבֿ". זי האָט אויפֿגעוויזן, אַז אַ שטאַרקע השפּעה פֿון קבלה פֿילט זיך נישט בלויז אינעם "סוחר פֿון ווענעדיג", נאָר אויך אין שעקספּירס אַנדערע פּיעסעס.
אינעם סטודענטישן זשורנאַל פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, "קול־מבֿשׂר", איז מיט צוויי און אַ האַלב יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל פֿון רינע וויזען — אַ פֿרומע פֿאָרשערין, וועלכע האָט באַמערקט אַן אַנדער טשיקאַוועס: אַז דער גרויסער ייִדישער מיסטיקער רבי משה־חיים לוצאַטאָ (רמח״ל) איז געווען אַ "מקובל מיט אַ שעקספּירישן טעם". דער רמח״ל איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין פּאַדווע, איטאַליע, נישט ווײַט פֿון ווענעדיג. אין זײַן יונגט, האָט ער באַקומען אַ גוטע פּאָעטישע און טעאַטראַלישע בילדונג, און אָנגעשריבן אַ צאָל אייגענע פּיעסעס אויף ייִדישע און וועלטלעכע טעמעס, ווי אויך אַ סך לידער אויף לשון־קודש.
ווייניק פֿרומע קענער פֿונעם רמח״לס קבלה־ספֿרים ווייסן, אַז ער איז באַקאַנט נישט בלויז ווי אַ גרויסער מקובל, וועלכער האָט געפֿירט מיסטישע שמועסן מיט מלאָכים און אליהו־הנבֿיא, נאָר אויך ווי אַ מחבר פֿון דער ליבע־מעשׂה "מגדל עוז" און אַנדערע דראַמאַטישע ווערק. ס׳איז קלאָר, אַז הינטער דעם כּמו־סעקולערן כאַראַקטער פֿון לוצאַטאָס פּיעסעס באַהאַלטן זיך אַ סך קבלה־רמזים. ס׳קאָן זײַן, אַז לוצאַטאָס ווערק קאָנען דינען ווי אַ שליסל צו די באַהאַלטענע רמזים בײַ שעקספּירן.
בקיצור, מײַן פֿרײַנדס ווערטער וועגן שעקספּירס אויבערפֿלאַכיקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט די הייליקע ספֿרים, איז איבערגעטריבן. יעדן טעקסט קאָן מען אָפּטײַטשן אין פֿאַרשיידענע זײַטן, בפֿרט ווען אַזאַ מחבר, ווי שעקספּיר, האָט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע און אַ גרויסן טאַלאַנט.
וואָס קאָן מען פּראַקטיש קריגן פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען? די ייִדישע איטאַליע, בפֿרט ווענעדיג, איז געווען אַ גרויסער צענטער פֿונעם רענעסאַנס־אויסמיש, וווּ אַ גאַנצע ריי קריסטלעכע דענקער האָבן זיך טאַקע אַקטיוו אינטערעסירט מיט קבלה און אַ צאָל אָרטיקע רבנים האָבן מפֿרש געווען די אַלט־גריכישע מיטאָלאָגיע על־פּי־קבלה. די קבלהדיקע אינטערפּרעטאַציעס פֿון שעקספּירן עפֿענען נײַע שעפֿערישע דימענסיעס, נײַע מעגלעכקייטן צו שפּילן דעם "סוחר פֿון ווענעדיג" אויף נאָוואַטאָרישע, מער ייִדישלעכע אופֿנים, מער צוגעפּאַסט צום איטאַליענישן רענעסאַנט־גײַסט, אויסצומײַדן די צווייפֿלהאַפֿטיקע סטערעאָטיפּן, מיט וועלכע עס ווערט אָפֿט אַסאָציִיִרט שײַלאָקס געשטאַלט.
הגם, אין תּוך אַרײַן, זענען שאַרפֿע קאָנטראָווערסיעס לאַוו־דווקא אַ חסרון, ווען עס גייט אַ רייד וועגן קונסט. הלוואַי וואָלטן די הײַנטיקע פּאָעטן געהאַט אַזאַ ברייטן טאַלאַנט און ערודיציע, וואָס קאָן איבערלאָזן גאַנצע דורות פֿאָרשער פֿאַרחידושט און פֿאַרצווייפֿלט.