געשיכטע

אַ צייכענונג פֿון אַ טערקישן מאַנוסקריפּט (16טער יאָהונדערט): מוכאַמעד מיט זײַן איידעם, אַלי, און זײַן טאָכטער, פֿאַטימאַ, וועלכע ווערט באַטראַכט אין געוויסע שטראָמען פֿון שיִיִטישן מיסטיציזם ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם געטלעכן כּוח מיטן נאָמען "פֿאַטיר"
אַ צייכענונג פֿון אַ טערקישן מאַנוסקריפּט (16טער יאָהונדערט): מוכאַמעד מיט זײַן איידעם, אַלי, און זײַן טאָכטער, פֿאַטימאַ, וועלכע ווערט באַטראַכט אין געוויסע שטראָמען פֿון שיִיִטישן מיסטיציזם ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם געטלעכן כּוח מיטן נאָמען "פֿאַטיר"
נישט לאַנג צוריק האָט דער פֿאַרלאַג פֿונעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן נאָמען "אַ מחזור פֿון וואָרמס: קונסט און רעליגיע אין אַ מיטל־עלטערלעכער ייִדישער קהילה". די מחברין, קאַטרין קאָגמאַן־אַפּעל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון בן־גורין אין נגבֿ", האָט דורכגעפֿירט אַ וויכטיקע שטודיע פֿונעם באַקאַנטן אילוסטרירטן האַנטשריפֿטלעכן "לײַפּציגער מחזור", וועלכער איז געשאַפֿן געוואָרן אין וואָרמס, אָנהייב דעם 14טן יאָרהונדערט, און ליגט איצט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם לײַפּציגער אוניווערסיטעט.
אַ גרויסער טייל פֿון קאָגמאַן־אַפּעלס בוך איז געווידמעט דער טעמע פֿון גראַפֿישער רעפּרעזענטאַציע פֿון דער שכינה, ווי אַ ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, אין שײַכות מיט דער טיפֿער טראַדיציע פֿון חסידי־אַשכּנז — די ייִדישע מיסטיקער, וועלכע האָבן נישט בלויז איבערגעלאָזט אַ רײַכע גײַסטיקע ירושה, נאָר פֿאַרלייגט די יסודות פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, ווי אַ באַזונדערע עטניש־רעליגיעזע עדה.
ביז לעצטנס, האָבן צווישן די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער קונסט דאָמינירט משׂכּיליש־ראַציאָנאַליסטישע נטיות. ס׳רובֿ פֿאָרשער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דעקאָראַטיווע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קונסט און זעלטן געפּרוּווט אָפּצוטײַטשן די אַלטע ספֿרים־אילוסטראַציעס ווי אַן איקאָנאָגראַפֿישע סיסטעם, וואָס רעפּרעזענטירט רוחניות אין אַ געוויסער גראַפֿישער פֿאָרעם.
פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון די משׂכּילים, וועלכע האָבן כּסדר חוזק געמאַכט פֿון קבלה און חסידות, קאָן מען בכלל נישט רעדן פֿון ייִדישער איקאָנאָגראַפֿיע ווי אַן ערנסטן קונסט־פֿענאָמען, ווײַל ייִדישקייט איז פֿאַר זיי אַ טראַדיציע פֿון ריינעם שׂכל, ווײַט פֿון מיסטישע וויזיעס און סימבאָלן. אין דער אמתן איז עס, אַוודאי, נישט אַזוי. ווייניק קונסט־טראַדיציעס אין דער געשיכטע פֿון וועלט־רעליגיעס זענען אַזוי געדיכט אָנגעפּאַקט מיט עזאָטערישן סימבאָליזם און רעפּרעזענטאַציעס פֿון גײַסטיקע וועלטן, ווי די וואַנט־געמעלן אין די אַמאָליקע פּוילישע און ליטווישע שילן.
קאָגמאַן־אַפּעל אַנאַליזירט אַ געוויס בילד פֿונעם "לײַפּציגער מחזור", וווּ עס זענען אויסגעמאָלט אַ ייִדישער מאַן מיט אַ קיניגלעכער פֿרוי, און מאַכט אַן אויספֿיר, אַז דאָס דאָזיקע בילד רעפּרעזענטירט די באַציִונג צווישן דעם ייִדישן פֿאָלק און דער הייליקער שכינה. זי פֿאַרגלײַכט דעם ווײַבלעכן אויפֿנאַם פֿון געטלעכקייט בײַ ייִדן מיט אַן ענלעכער טראַדיציע פֿון די מערבֿ־אייראָפּעיִשע קאַטויליקער, בײַ וועלכע די בתולה מאַריע ווערט באַטראַכט ווי אַ געטלעכע ווײַבלעכע פֿיגור.
הגם צווישן די דאָזיקע צוויי טראַדיציעס קאָן מען טאַקע געפֿינען אַ סך פּאַראַלעלן, מוז מען אָבער געדענקען, אַז בײַ די ייִדישע מיסטיקער איז די געטלעכע וועלט אָן אַ שיעור קאָמפּליצירטער, ווי בײַ די קאַטויליקער, וועלכע באַטראַכטן גאָט ווי דרײַ באַזונדערע, אָבער בעצם־פֿאַראייניקטע, פּערזאָנען. פֿאַר אַ מקובל באַשטייט דאָס געטלעכע וועזן פֿון צען ספֿירות, וואָס יעדע ספֿירה אַנטהאַלט אין זיך די אַנדערע נײַן, ווי אויך אומצאָליקע הייליקע שמות און ליכט, וועלכע ווערן אָפֿט פּערסאָניפֿיצירט.
אין פֿאַרגלײַך מיט די קריסטן, ווערן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון געטלעכקייט קיינמאָל נישט באַטראַכט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי באַזונדערע; פֿונדעסטוועגן, ווערט די וועלט פֿונעם געטלעכן אַחדות געשילדערט ווי אַ געוועב פֿון אומצאָליקע מיסטישע פֿיגורן, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע באַציִונגען איינע מיט דער צווייטער. למשל, ווי עס שטייט געשריבן אין קבלה־ספֿרים, דאַוונען די נידעריקערע ספֿירות — עמאַנאַציעס פֿונעם געטלעכן אין־סוף — צו די העכערע. אַ צאָל פֿריִיִקע מקובלים האָבן געהאַלטן, אַז אַ ייִד מוז אויך ווענדן זײַנע בקשות צו פֿאַרשיידענע ספֿירות און מלאָכים. אייניקע אַזעלכע תּפֿילות טרעפֿן זיך נאָך אַלץ אין די סידורים, בפֿרט צווישן די חסידים, הגם ס׳רובֿ רבנים האָבן געהאַלטן, אַז אַזאַ פּראַקטיק קומט אין סתּירה מיט דער ייִדישער אמונה אין אַחדות־השם.
עס קאָן זײַן, אַז עס וואָלט געווען מער קאָנסטרוקטיוו צו פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן מיסטיציזם נישט מיט קריסטלעכקייט, נאָר מיט די מיסטישע שטראָמען פֿון איסלאַם. די אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן כּסדר געבאָרגט קונסט־מאָטיוון פֿון דער קריסטלעכער סבֿיבֿה; די פֿרוי־שכינה אינעם לײַפּציגער מחזור דערמאָנט טאַקע די מילט־עלטערלעכע צייכענונגען פֿון מאַריע. עס קאָן אָבער זײַן, אַז וואָס שייך די קאָנצעפּציעס, און נישט דעם קונסט־סטיל, קאָנען מיר געפֿינען בײַ די מוסולמענישע מיסטיקער, בפֿרט בײַ די שיִיִטן, אַ סך נעענטערע טראַדיציע פֿון איקאָנאָגראַפֿיע.
למשל, ווען אַ מיסטיש־געשטימטער מיטל־עלטערלעכער שיִיִט האָט געצייכנט אַ בילד פֿון פֿאַטימאַ, מוכאַמעדס טאָכטער, האָט ער געהאַט אין זינען, אַז די דאָזיקע פֿרוי איז אויך אַ סימבאָל פֿון אַ געטלעכער מדרגה, וועלכע טראָגט אַ ווײַבלעכן טעם און ווערט באַטראַכט ווי אַ קאָסמישע געטלעכע מוטער — הגם אַ סך אָרטאָדאָקסישע מוסולמענישע דענקער זענען געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיט אַזעלכע געדאַנקען.
אין דער ייִדישער איקאָנאָגראַפֿיע דינען געוויסע פּערסאָנאַזשן אויך ווי רמזים פֿון מיסטישע מדרגות. זיי ווערן קיינמאָל ממש נישט אידענטיפֿיצירט מיט דעם, וואָס זיי רעפּרעזענטירן — און פֿאָרט זענען זיי באַטראַכט ווי אַדעקוואַטע סימבאָלן און גמשיותדיקע מאַניפֿעסטאַציעס פֿון רוחניות. אַ פֿרוי אויף דער דערמאָנטער אילוסטראַציע אינעם לײַפּציגער מחזור קאָן זײַן סתּם אַ ייִדיש מיידל; אין דער זעלבער צײַט סימבאָליזירט זי די שכינה־הקדושה, וועלכע ווערט אויך באַטראַכט ווי "כּנסת־ישׂראל" — דער געטלעכער קאָלעקטיווער גוף פֿון עם־ישׂראל.
אַ צייכענונג פֿונעם "לײַפּציגער מחזור": אַ ייִד און אַ פֿרוי, וואָס רעפּרעזענטירט די הייליקע שכינה
אַ צייכענונג פֿונעם "לײַפּציגער מחזור": אַ ייִד און אַ פֿרוי, וואָס רעפּרעזענטירט די הייליקע שכינה
אין דער שפּעטערדיקער קבלה ווערן רחל און לאה, ווי אויך אַנדערע באַרימטע תּנ״כישע פֿרויען, כּסדר באַטראַכט ווי סימבאָלן פֿון פֿאַרשיידענע שכינה־אַספּעקטן, וועלכע טראָגן די זעלבע נעמען. די שכינה ווערט אויך באַטראַכט ווי די געטלעכע שיינקייט און הנאה, וואָס געפֿינט זיך אין גלות צווישן די קליפּות, אין דער וועלט פֿון גשמיותדיקע תּאוות. אינעם באַקאַנטן קבלה־ספֿר "ראשית־חכמה" ווערט דערציילט, ווי די תּאווה, וואָס איינער אַ הולטײַ האָט געהאַט צו אַ פּרינצעסין, האָט זיך בײַ אים פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַנטפּלעקונג פֿון דער הייליקער שכינה — צוליב דעם, וואָס ער איז אָפּגעזעסן אַ לאַנגע צײַט אין אַ בית־עולם, וואַרטנדיק אומזיסט אויף זײַן געליבטער.
ווען משה־חיים לוצאַטאָ — דער גרויסער איטאַליענישע מקובל, באַקאַנט ווי רמח״ל — האָט חתונה געהאַט אינעם יאָר 1731, האָט ער עס באַטראַכט ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם פֿאַרבאַנד צווישן דער הייליקער שכינה און דעם אייבערשטן. דאָס גשמיותדיקע זיווג־לעבן ווערט באַטראַכט אויף דעם זעלבן אופֿן אין קבלה־ספֿרים, און די ריין־רוחניותדיקע הנאה פֿונעם תּורה־לערנען ווערט באַטראַכט ווי אַ זיווג מיט דער שכינה אַליין. "אשת־חיל", דער באַקאַנטער פֿראַגמענט פֿון "משלי", וואָס מע זאָגט פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, לויבט סײַ די גשמיותדיקע בעל־הביתטע, סײַ די ווײַבלעכע זײַט פֿון געטלעכקייט.
די ייִדישע טראַדיציע פֿון גײַסטיקער קונסט פֿאָדערט מער פֿאָרשונג. מע זעט, אַז אין די שפּעטערדיקע צײַטן האָבן די אַשכּזישע ייִדן כּמעט קיינמאָל נישט דערלאָזט קיין מענטשלעכע אימאַזשן אין די שיל־געמעלן, און זיך באַנוצט מיטן סימבאָליזם פֿון חיות און מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן. די ספֿרדישע מקובלים האָבן דערלויבט אין זייער מיסטישער קונסט בלויז פֿלאַנצן, אַבסטראַקטע געאָמעטרישע פֿיגורן און הייליקע שמות, אונטער אַ קלאָרער השפּעה פֿון דער אָרטאָדאָקסישער איסלאַמישער קולטור.
די חסידים, נישט געקוקט אויף זייער טיפֿער באַשעפֿטיקונג מיט מיסטיציזם, האָבן פֿאַרלאָזט די אַלטע אַשכּנזישע טראַדיציע פֿון שול־געמעלן, צוליב דער השפּעה פֿון מיטל־מיזרחדיקע ספֿרדים. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די שכינה ווערט נישט רעפּרעזענטירט ווי אַ בילד פֿון אַ פֿרוי אויף די אילוסטראַציעס פֿון די חסידישע ספֿרים, האָט זי זיך אַמאָל באַוויזן אין אַזאַ צורה צו פֿאַרשיידענע צדיקים, ווי עס ווערט דערציילט אין די באַקאַנטע חסידישע ספֿרים.
ווען דער נבֿיא ירמיהו איז אַרויסגעגאַנגען פֿונעם בית־המיקדש, האָט ער אַמאָל געזען אַן עלנטע פֿרוי וויינען. ווי עס שטייט אינעם תּנ״ך, איז זי געווען שיין ווי אַ מלאך. ווי עס דערקלערן די חסידישע מפֿרשים, איז עס געווען די שכינה, די געטלעכע קאָלעקטיווע נשמה פֿון ייִדן — בת־ציון — פֿאַרשקלאַפֿט אינעם חושך פֿון גשמיות און פֿאַרטריבן צוזאַמען מיט די ייִדן אין גלות. די תּלמידים פֿונעם אַריז״ל, דעם גרויסן מקובל רבי יצחק לוריא, האָבן געהאַט ענלעכע וויזיעס.
דער אַריז״ל האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז רבי אַבֿרהם הלוי — אַ ייִד פֿון צפֿת, וועלכער איז געווען, לויט דעם אַריז״לן, אַ גילגול פֿון ירמיהו־הנבֿיא — וועט באַלד שטאַרבן. רבי אַבֿרהם איז געגאַנגען צו דאַוונען בײַם כּותל־המערבֿי און האָט דערזען דאָרטן אַ פֿרוי, אינגאַנצן באַקליידט אין שוואַרצע בגדים. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז די שכינה אין גלות, און זיך צעוויינט. צוליב דעם, וואָס ער האָט דערזען די הייליקע שכינה, האָט ער אָבער אָפּגעלעבט נאָך 22 יאָר.
רבי חיים וויטאַל, דער הויפּט־תּלמיד פֿונעם אַריז״ל, האָט געזען אין אַ חלום די שכינה, "שיין ווי די זון". ער האָט זיך צעוויינט און געבעטן: "מאַמע, מאַמע, העלף מיר". דעמאָלט האָט ער דערזען דעם רבונו־של־עולם אַליין, וועלכער האָט זיך אַנטפּלעקט אין אַ צורה פֿון אַן אַלטן מאַן מיט אַ ווײַסער באָרד.
אַזעלכע מעשׂים זענען אָבער געשען נישט בלויז אין ארץ־ישׂראל, נאָר אויך אין מיזרח־אייראָפּע. צו רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער האָט די שכינה זיך געוויזן ווי אַ ליכטיקע פֿרוי, באַצירט מיט 24 אַדל־שטיינער, וועלכע האָבן געשײַנט אַזוי העל, אַז אַ מענטש וואָלט נישט געקאָנט אויף זיי קוקן. דער קאָמאַרנער רבי האָט דערזען די געטלעכע שכינה אין אַ חלום ווי אַ צורה פֿון אַ ליכטיקער בתולה.
די טעמע פֿון דער שכינה, ווי אַ ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, וועלכער ווערט רעפּרעזענטירט דורך גשמיותדיקע פֿרויען און איז אָפֿט אָנגעלאָדן מיט אַ בולטן עראָטישן און סעקסועלן סימבאָליזם, איז לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אין די פֿעמיניסטישע און נעאָ־חסידישע ייִדישע קרײַזן. למשל, דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער אַקטיאָר לענאַרד נימוי האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיט בילדער פֿון האַלב־נאַקעטע פֿרויען, וועלכע ער נעמט אָן ווי שכינה־אַנטפּלעקונגען.
אין דער אמתן איז אָבער די טעמע אַ סך טיפֿער. עס בלײַבן אַ סך קשיות וועגן דער ייִדישער קונסט־טראַדיציע. וווּ ליגט די גרענעץ צווישן אַלעגאָרישע צייכענונגען און מיסטישע סימבאָלן, וועלכע מע קאָן אָפּטײַטשן ווי אַן עכטע איקאָנאָגראַפֿישע טראַדיציע? נאָך טיפֿער: וווּ ליגט די גרענעץ צווישן דעם צייכן און דעם, וואָס ער באַצייכנט, לויט דער ייִדישער טראַדיציע.
די גרענעץ צווישן טעאָלאָגישע טראַדיציעס פֿון אַלע קלאַסישע מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס — ייִדישקייט, קריסטנטום און איסלאַם — ווערט היפּש צעשווענקט, ווען עס גייט אַ רייד וועגן מיסטיציזם און פֿאָלק־קונסט. אין אַלע דרײַ רעליגיעס רעדן די מיסטיקער פֿון פֿאַרשיידענע געטלעכע מדרגות, וועלכע זענען בעצם פֿאַראייניקט, און וועלכע ווערן אַנטפּלעקט, אויף אַ געוויסן אופֿן, דורך געוויסע מענטשן. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען פֿונעם שכינה־סימבאָליזם, ווי די אינטימע אימאַנענטע אָנוועזנהייט פֿון גאָט אין דער וועלט, וועט העלפֿן צו דערגרייכן אַ געמיינזאַמען פֿאַרשטאַנד און האַרמאָנישע באַציִונגען צווישן די וועלט־רעליגיעס.