|
הלל צייטלין |
|
די געשיכטע פֿון דער נעאָ־חסידישער באַוועגונג האָט זיך אָנגעהויבן נישט מיטן זינגער שלמה קאַרליבאַך און די אַמעריקאַנער "היפּיס" פֿון די 1960ער יאָרן, נאָר אין דער טראַגישער טויט־תּקופֿה פֿון מײַדאַנעק און טרעבלינקע.
אינמיטן דעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט דעפּאָרטאַציע־אַקציעס אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיקט די אַסירים קיין טרעבלינקע, צו פֿאַרניכטן זיי אין די גאַז־קאַמערן. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן; איינער פֿון די אָריגינעלסטע אומגעקומענע ייִדישע דענקער איז געווען הלל צייטלין — אַ מענטש אַ כּל־בוניק: אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקטאָר, אַ מיסטיקער, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט; אַ פֿילאָסאָף און אַ סאָציאַלער קריטיקער; דער טאַטע פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַהרן צייטלין.
איינער פֿון די סימנים, וואָס ווײַזן, אַז אַ געוויסע שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט ביז דער העכסטער קולטור־מדרגה, איז די פּובליקאַציע פֿון אָריגינעלע פֿילאָסאָפֿישע און מעטאַפֿיזיש־מיסטישע ווערק. אינעם 18־19טן יאָרהונדערט זענען אויף ייִדיש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי וויכטיקע עזאָטערישע און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, בתוכם "נחלת־צבֿי", באַקאַנט ווי דער "ייִדישער זוהר"; "קבֿ־הישר", דער פּאָפּולערער מוסר־ספֿר מיט אַ קבלהדיקן טעם; רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות"; אַ צאָל טראַקטאַטן וועגן כּוונות און מעדיטאַציעס פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין.
די טראַדיציע פֿון עכטע פֿילאָסאָפֿישע ווערק אויף ייִדיש האָט זיך צעבליט בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַזעלכע שרײַבער, ווי חיים זשיטלאָווסקי און יצחק־נחמן שטיינבערג, האָבן אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף סאָציאַל־פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. ווען זיי וואָלטן געשריבן אויף רוסיש אָדער ענגליש, וואָלט מען הײַנט שטודירט זייערע ווערק, מסתּמא, אין אַלע אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט. צום באַדויערן, צוליב דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט.
הלל צייטלין איז געווען מער ווי אַ ייִדישיסט און אַ פֿילאָסאָף. ער האָט פֿאַקטיש געשאַפֿן אַן אייגענע ווערסיע פֿון חסידות, וועלכע מײַדט אויס דעם טרוקענעם ראַציאָנאַליזם פֿון די משׂכּילים און די פֿאַרגליווערטע ראַמען פֿון דער שטרענג־חסידישער פֿרומקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן מיטצײַטלער מאַרטין בובער, איז ער געווען אַ טראַדיציאָנעלער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר; דאָס האָט אָבער נישט געשאַט צייטלינען אָפּצושאַצן די געדאַנקען פֿון אַזעלכע מענטשן, ווי פֿרידריך ניטשע און לעוו שעסטאָוו — אַ רוסישער קריסטלעך־געשטימטער מיסטיקער און אַנאַרכיסט, געבוירן אין אַן אָרטאָדאָקסישער ייִדישער משפּחה מיטן נאָמען יהודה־לייב שוואַרצמאַן.
להיפּוך צו אַ טיפּישן פֿרומען ייִד, וועלכער וואָלט געזאָגט, אַז שעסטאָוו איז געווען אַ "שמדניק", האָט הלל צייטלין אים געהאַלטן פֿאַרן סאַמע אָריגינעלן ייִדישן דענקער, וועלכן ער האָט געטראָפֿן אין זײַן לעבן. ניטשע, דער פּעסימיסטישער דײַטשישער פֿילאָסאָף, וועלכער ווערט געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַ שׂונא פֿון רעליגיע און וועלכער האָט דערקלערט "דעם טויט פֿון גאָט", איז געווען פֿאַר צייטלינען אַ שטיקל מיסטיקער, אַ זוכער פֿון געטלעכקייט אין דער גאָטלאָזיקער מאָדערנער וועלט. אַפֿילו אין דער גרעסטער כּפֿירה האָט צייטלין געקאָנט אײַנזען אַ פֿרישן גײַסט פֿון הייליקע חידושי־תּורה.
הלל צייטלין איז געבוירן געוואָרן אין 1872, אינעם רײַסן שטעטל קאָרמע, מאָלעווער געגנט. ווי אַ קינד איז ער געווען אַ פֿרומער עילוי, דערצויגן אין דער טראַדיציע פֿון חב״ד, וועלכער האָט פֿון קינדווײַז אָן גוט געקענט פֿאַרשיידענע טיפֿע קבלה־ספֿרים. שפּעטער, אין זײַן יוגנט, האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט שפּינאָזע, דאַרווין, ניטשע און אַנדערע מאָדערנע דענקער, און האָט פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבנס־שטייגער. אין דער זעלבער צײַט, איז ער געוואָרן אַ פּראָמינענטער ייִדישיסט, און האָט כּסדר פּובליקירט זײַנע אַרטיקלען אין אַזעלכע באַקאַנטע אויסגאַבעס, ווי "הײַנט" און "מאָמענט", און רעדאַקטירט "דאָס ייִדישע וואָכנבלאַט"; ער האָט אויך אַ סך געשריבן אויף העברעיִש. בײַם אָנהייב, האָט צייטלין געשטיצט ציוניזם. שפּעטער האָט ער זיך אָבער שטאַרק אַנטוישט אין דער ציוניסטישער אידעע און האָט זיך דערנענטערט צו דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג.
צייטלין איז געווען אַ גײַסטיקער סאָציאַליסט, מיט אַ קלאָרער נטיה צום מיסטישן אַנאַרכיזם פֿון אַזעלכע רוסישע פּאָעטן און שרײַבער, ווי לעוו שעסטאָוו און דמיטרי מערעזשקאָווסקי. ער האָט געגלייבט, אַז די גײַסטיקע אַנטוויקלונג פֿון די מענטשן, צוזאַמען מיטן אַקטיוון קאַמף פֿאַר יושר און גלײַכקייט, וועט סוף־כּל־סוף ברענגען צו אַ משיחישער וועלט, וווּ עס וועלן מער נישט זײַן קיין קלאַסן און עס וועט נישט זײַן נייטיק צו פֿאָלגן קיין פֿיקסירטע געזעצן.
נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז צייטלין געוואָרן אַ חסיד, ווידער נאָענט צו חב״ד, אָבער ווײַט נישט אַ פֿאַנאַטישער פֿרומאַק. אַדרבה, דער סינטעז פֿון חסידות, קבלה, וועלטלעכער פֿילאָסאָפֿיע און וועלט־ליטעראַטור האָט אים געגעבן די מעגלעכקייט אָפּצושאַצן נאָך העכער און טיפֿער פֿאַרשיידענע קריסטלעכע און "כּופֿרישע" דענקער. בדרך־כּלל, איז צייטלין געווען אַ גלייביקער עקזיסטענציאַליסט, נאָענט אין אַ סך אַספּעקטן צו מאַרטין בובער, אָבער מיט אַן אייגענעם פּאַנטעיִסטישן טעם. זײַנע פּאַנטעיִסטישע געדאַנקען האָט ער געשעפּט, מיטאַמאָל, פֿון שפּינאָזע און חב״ד־חסידות.
ס׳איז נישט קלאָר, ווען פּינקלעך הלל צייטלין איז אומגעקומען. לויט איין קוואַל, האָט מען אים אַוועקגעשיקט קיין טרעבלינקע אין יולי 1942; לויט אַן אַנדער קוואַל, איז עס געשען מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער, ערבֿ ראָש־השנה. מע דערציילט, אַז ווען די נאַציס האָבן אים געכאַפּט, האָט צייטלין הויך געדאַוונט, אײַנגעוויקלט אין טלית און תּפֿילין און האַלטנדיק דעם "זוהר" אין זײַן האַנט. ביז זײַנע לעצטע טעג, האָט ער כּסדר געשריבן, דער עיקר, אויף מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישע טעמעס.
אין סעפּטעמבער וועט דער באַקאַנטער קאַטוילישער פֿאַרלאַג "פּאַוליסט פּרעס", וועלכער פּובליקירט כּסדר זייער אַ שיינע סעריע ביכער וועגן קריסטלעכן, ייִדישן און מוסולמענישן גײַסטיקן געדאַנק, אַרויסגעבן אַ זאַמלונג פֿון הלל צייטלינס רעליגיעזע ווערק. דאָס בוך איז אויסגעקליבן, צוגעגרייט, איבערגעזעצט אויף ענגליש, רעדאַקטירט און קאָמענטירט געוואָרן דורך אַרטור גרין — דער באַרימטער קענער פֿון חסידות, וועלכער פֿירט אָן מיט די רבנישע שטודיעס בײַם באָסטאָנער "העברעיִשן קאָלעדזש", און איז באַקאַנט ווי אַן אידעאָלאָג פֿון דער "ייִדישער חידוש־באַוועגונג" (Jewish Renewal).
גרינס בוך דערציילט פּרטימדיק וועגן צייטלינס פּלאַן צו שאַפֿן אַן אייגענע מיסטישע באַוועגונג, מיטן נאָמען "יבֿנה", ווי אויך אַ ספּעציעלע מעדיטאַציע־גרופּע "בני היכלא", וואָס וואָלט געדינט, לויט זײַן געדאַנק, ווי דער גײַסטיקער צענטער פֿון דער באַוועגונג. צייטלין האָט געהאָפֿט אָפּצופֿרישן די חסידישע באַוועגונג און צו גרינדן אַ נײַעם סאָרט חסידות, אָפֿן צו דער וועלט, באַגרינדעט אויף פּערזענלעכע זוכענישן פֿון רוחניות און קאָמבינירט מיט מאָדערנער פֿילאָסאָפֿיע. אין זײַנע ווערק פֿילט זיך צומאָל אויך אַ השפּעה פֿון ווײַט־מיזרחדיקע רעליגיעס, בפֿרט בודיזם.
פֿאַר אַ ייִדישיסט זענען צייטלינס ווערק וויכטיק ווי אַ מוסטער און אַ דערווײַז פֿונעם גאָר הויכן ניוואָ, ביז וועלכן די ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך אויפֿגעהויבן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. ייִדיש איז אַ שפּראַך, וואָס האָט אַ רײַכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע, און איז גאַנץ צוגעפּאַסט צו ערנסטע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס. אין זײַנע ווערק באַנוצט ער זיך סײַ מיט אַזעלכע מערבֿדיקע טערמינען, ווי "עסטעטיק" און "אומקערפּערלעכקייט", סײַ מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע באַגריפֿן — למשל, "גלות־השכינה" אָדער "בחינת תּשובֿה". זײַן צוגאַנג צו חסידות איז אַן אוניווערסאַלער און, אין דער זעלבער צײַט, אַ טיף־ייִדישלעכער.
ווען איך גיי אַרײַן אין חרדישע ביכער־קראָמען, קויף איך דאָרטן אָפֿט דווקא זעלטענע, ווייניק באַקאַנטע טיף־מיסטישע ספֿרים. נישט צוליב דעם, וואָס איך האַלט זיך פֿאַר אַ גרויסן מיסטיקער — וואָס איך בין נישט — נאָר אַמאָל פּשוט צוליב רחמנות אויף די אַמאָליקע מחברים. אַ סך חסידישע אוצרות, פֿול מיט גרויסער חכמה, וועלכע וואָלטן געקאָנט אַרײַנברענגען אַ פֿרישן גײַסט נישט בלויז אויף דער ייִדישער גאַס, נאָר אויף דער גאָרער וועלט, ווערן פֿאַרקויפֿט אין אַזעלכע ייִדיש־רעדנדיקע געגנטן, ווי מאָנסי און וויליאַמסבורג. עס זעט אָבער אויס, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידים קויפֿן זיי בלויז כּדי עפּעס צו ציטירן פֿון צײַט צו צײַט בײַם שבתדיקן טיש אָדער כּדי סתּם אַוועקצולייגן אויף דער פּאָליצע ווי אַ מין סגולה; ווייניק חסידים שטודירן טיפֿע מיסטישע ספֿרים סיסטעמאַטיש.
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געשריבן וועגן פֿאַרשיידענע רבנים, וועלכע האָבן קאָמבינירט קבלה מיט אָפֿנקייט צו דער וועלטלעכער קולטור, צו פֿילאָסאָפֿיע, און צו לינקע פּראָגרעסיווע געדאַנקען. הלל צייטלינס טעטיקייט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קולמינאַציע פֿון אַזאַ קולטור־סינטעז. זײַנע געדאַנקען זענען צומאָל זייער ראַדיקאַל־חידושדיק. למשל, ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די נבֿיאים דאָס רעכט צו באַפֿעלן דעם פֿאָלק עפּעס צו טאָן, צומאָל קעגן דער הלכה, ווי אַ "הוראת שעה" — אַ צײַטווײַליקער אָנזאָג, צוגעפּאַסט צו אַ געוויסער צײַט. לויט צייטלינען, זענען אַלע מיצוות אין דער תּורה אַ "הוראת שעה"; זיי זענען געגעבן געוואָרן אויף אַ זייער לאַנגער ווײַל, ביז משיחס צײַטן, און פֿאָרט זענען זיי נישט אַבסאָלוט־פֿאַרגליווערטע כּללים.
על־פּי־חסידות, איז אַלץ אין דער וועלט אַן אַנטפּלעקונג פֿונעם אייבערשטן. גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט. צייטלין ווענדט אָן דעם דאָזיקן פּרינציפּ אויך צו אַטעיִסטישע, קריסטלעכע און אַנטי־רעליגיעזע דענקער פֿון ייִדישן אָדער נישט־ייִדישן אָפּשטאַם. אויב אַפֿילו עפּעס אַ געדאַנק זעט אויס ווײַט פֿון ייִדישקייט, קאָן מען אין אים דערזען אַן ערנסטן גײַסטיקן ברען, אַ פֿינקל פֿון געטלעכקייט, וואָס שטרעבט צו געפֿינען זײַן שורש.
אַרטור גרינס זאַמלונג איז זייער אַ חשובֿע הזכּרה צו צייטלינס 70סטן יאָרצײַט. אינעם בוך זענען אַרײַן צייטלינס עטישע עסייען; פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן די מײַלשטיינער אויף זײַן גײַסטיקן וועג; טיפֿע נעאָ־חסידישע געדאַנקען, דורכגעזאַפּט מיט קבלה און פֿילאָסאָפֿיע; מיסטישע לידער און כּמו-נבֿיאישע רופֿן צו תּשובֿה, דער עיקר, אינעם זין פֿון סאָציאַלן יושר. גרינס גוט־דורכגעטראַכטער אויסקלײַב פֿונעם מאַטעריאַל שאַפֿט בײַם לייענער אַ רעפּרעזענטאַטיוו געשטאַלט פֿון צייטלינס פּערזענלעכקייט — אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך בכלל אַרײַנצופּאַסן די געדאַנקען פֿון אַזאַ פֿילפֿאַרביקן דענקער אין איין באַנד.
צום באַדויערן, בלײַבן נאָך אַ סך אַזעלכע פֿילפֿאַרביקע, חידושדיקע און דערפֿרישנדיקע ייִדישע דענקער, ווי הלל צייטלין, כּמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט. אַ סך פֿון זיי זענען פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דעם חורבן. עס ווילט זיך אָבער האָפֿן, אַז אין דער וועלט זענען נאָך פֿאַראַן גענוג מענטשן, וועלכע וועלן זיך פֿאַראינטערעסירן, אַ דאַנק אַרטור גרינס זאַמלונג, מיט אָריגינעלע ייִדישע ווערק פֿון אַזעלכע קדושים, ווי הלל צייטלין. אפֿשר, וועט נאָך קומען אַ צײַט, ווען צייטלינס טרוים צו שאַפֿן אַ סינטעז פֿון אָפּגעפֿרישטער חסידישער טראַדיציע, ייִדיש־קולטור און פּראָגרעסיווע געדאַנקען אַמאָל פֿאַרווירקלעכט ווערן.