אַנרי קאָרבען |
נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם.
אינעם דערמאָנטן בוך, שאַפֿט קאָרבען אַ לעבעדיקן אימאַזש פֿון פֿאַרשיידענע איסלאַמישע, דער עיקר שיִיִטישע, פֿילאָסאָפֿיש־מיסטישע טראַדיציעס. ווען איך לייען אַזעלכע ביכער, בין איך אַ ביסל מקנא, ווײַל זייער ווייניק פֿאָרשונגען פֿון קבלה, חסידות און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע זענען אַזוי ראָמאַנטיש און נעמען אַרום די טעמע אַזוי ברייט. אין פֿאַרגלײַך מיט גרשום שלום און אַנדערע פֿאָרשער, וועלכע זענען, טיילווײַז, ממשיך נאָך הײַנט די ראַציאָנאַליסטישע טראַדיציע פֿון דער דײַטשישער "וויסנשאַפֿט פֿון ייִדנטום", איז קאָרבען געווען אַ פֿאַרברענטער אָריענטאַליסט, און דווקא געהאַלטן, אַז אינעם קאָנטעקסט פֿון מיזרחדיקער רעליגיע — און אפֿשר מיסטיציזם בכלל — איז נישט כּדאַי צו צייכענען אַ קלאָרע ליניע צווישן פֿילאָסאָפֿיע, טעאָלאָגיע און מיסטיק.
מע קאָן זאָגן, אַז אין קבלה און חסידות איז די דאָזיקע ליניע אַפֿילו מער צעשווענקט, ווי אין די מיסטישע שטראָמען פֿון איסלאַם. אַ צאָל קבלה־פֿאָרשער — למשל, משה אידל און רחל אליאור — האָבן טאַקע אָנגענומען אַ מער פּאָסטמאָדערנעם סינטעז־צוגאַנג צו קבלה און חסידות. קיין פֿונדאַמענטאַלע פֿאָרשונגען, וואָס וואָלטן אויסגענוצט אַזאַ אַרומנעמיקן ענציקלאָפּעדיש און פֿילאָסאָפֿיש־ראָמאַנטישן צוגאַנג, ווי בײַ אַנרי קאָרבענען, וואָס שײַך ייִדישקייט, איז דערווײַל נישטאָ. אַזעלכע שרײַבער, ווי הלל צײַטלין און אַבֿרהם־יהושע העשל, האָבן געשריבן טאַקע ראָמאַנטיש און לעבעדיק; זיי שילדערן אָבער בלויז אַ פּאָר חסידישע שיטות, און נישט דעם גאַנצן פֿאַרנעם פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער חכמה.
לייענענדיק קאָרבענס בוך, האָב איך באַמערקט אין אַ סך, פֿאַקטיש כּמעט אין אַלע פֿאַלן, וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן צווישן סופֿיזם און חסידות. איסלאַם איז אַ מאָטאָטעיִסטישע רעליגיע, באַגרינדעט אויף אַ סיסטעם פֿון כּללים, וועלכע דערמאָנען אָפֿט אין דער ייִדישער הלכה — דערפֿאַר זעען אויס די מיסטישע געדאַנקען אין ביידע טראַדיציעס גענוג ענלעך, באַזונדערס וואָס שײַך סופֿיזם און שיִיִזם. די סוניטן קאָנען באַטראַכט ווערן, דאַכט זיך, ווי אַ מין מתנגדים.
פּונקט אַזוי ווי סופֿיזם, איז חסידות פֿאַרשיידנאַרטיק און באַשטייט פֿון צענדליקער פֿאַרשיידענע טראַדיציעס, וועלכע האָבן זיך אַנטוויקלט אויף אַ גרויסער טעריטאָריע. וועגן צוויי מינים חסידות — חב״ד און בראַצלעוו איז שוין פֿאַראַן אַ רײַכע ליטעראַטור אויף ענגליש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אַ פֿאַראינטערעסירטער לייענער קאָן זיך דערוויסן, ווי אַזוי די דאָזיקע צוויי גרויסע חסידישע באַוועגונגען באַטראַכטן די מענטשלעכע פּסיכאָלאָגיע; די באַציִונגען צווישן דעם מענטש, דעם אייבערשטן, דער וועלט און אַנדערע מענטשן; מעדיטאַציעס און אַנדערע גײַסטיקע פּראַקטיקעס, וועלכע דערמעגלעכן צו דערפֿילן אַ פּערזענלעכע רוחניותדיקע דערפֿאַרונג; די באַציִונגען צווישן געפֿילן, שׂכל און אומבאַוווּסטזײַן. לויט אַלע חסידישע שיטות, אָן אַן אויסנאַם, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון דער וועלט, דערפֿאַר איז די חסידישע טעאָלאָגיע אַלעמאָל פֿאַרבונדן מיט פּסיכאָלאָגיע.
פֿאַרוואָס זענען דווקא אָט־די צוויי חסידישע באַוועגונגען באַזונדערס פּאָפּולער צווישן די נעאָ־חסידים פֿון דער "ייִדישער אויפֿלעבונג" (Jewish Renewal) און אַפֿילו צווישן די ניט־ייִדן? עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן זיי מיט געוויסע פֿאָרמען פֿון סופֿיזם, וועלכע זענען פּאָפּולער הײַנט אין דער נישט־מוסולמענישער מערבֿדיקער וועלט.
אַחוץ אַזעלכע מינהגים, ווי מעדיטאַציע, טענץ און זינגערײַ, וואָס ציִען אין ביידע פֿאַלן אַ ברייטן עולם, קאָן מע באַמערקן אַזעלכע ענלעכקייטן, ווי רײַכע טראַדיציעס פֿון באַלערנדיקע און שיינע סיפּורי־מעשׂיות; אַ פּאַנטעיִסטישער אַקצענט אויף די זוכענישן פֿון ג־טלעכקייט אינעם מענטש און אין דער ווילדער נאַטור; אַ ספּעציעלע טעאָריע וועגן כאַריזמאַטישע באַציִונגען צווישן אַ רבי און אַ תּלמיד. צוליב אַזעלכע זאַכן, מסתּמא, האָט דעם אינדישן סופֿי־רבי כאַזראַט אינאַיאַט כאַן זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרשפּרייטן אין דער וועלט זײַן ווערסיע פֿון סופֿיזם, וועלכע דערמאָנט טאַקע דאָס בראַצלעווער חסידות.
עס זענען פֿאַראַן אַ ריי חסידישע טראַדיציעס, וועלכע זענען פּונקט אַזוי אַנטוויקלט און פֿילאָסאָפֿיש־טיף, ווי חב״ד און בראַצלעוו — אויב מע באַטראַכט פֿילאָסאָפֿיע אינעם דערמאָנטן מיזרחדיקן זין, נישט ווי אַ ריין־שׂכלדיקע דיסציפּלין, אָפּגעריסן פֿון מיסטישע וויזיעס און טעאָסאָפֿישע טעאָריעס.
גאָר אַ קאָמפּליצירטע מיסטישע שיטה איז פֿאַראַן אינעם זשידיטשאָווער און קאָמאַרנער חסידות — צוויי נאָענט־פֿאַרבונדענע דינאַסטיעס. דער ערשטער קאָמאַרנער רבי, אַלכּסנדר־סענדער סאַפֿרין, איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם ערשטן זשידיטשאָווער רבין, צבֿי־הירש אייכנשטיין. ביידע זענען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער — איינער פֿון די פֿריִיִקע חסידישע רביים און אַ גרויסער מקובל.
אין דער רײַכער חסידישער ליטעראַטור פֿון דער זשידיטשאָווער און קאָמאַרנער דינאַסטיע טרעפֿן זיך אַ סך טעמעס, וועלכע קלינגען אומגעוויינטלעך, און אַפֿילו ראַדיקאַל, אויב מע קוקט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן הויפּטשטראָמיקן שטאַנדפּונקט. דער קאָמאַרנער רבי האָט פֿון צײַט צו צײַט געפּסקנט קעגן דעם שולחן־ערוך לויט זײַנע פּערזענלעכע מיסטישע השׂגות, און געגלייבט, אַז אַלע ייִדן מוזן לערנען קבלה, און ס׳איז כּדאַי צו לערנען די כּתבֿי־אַריז״ל — גאָר טיפֿע קבלה־ספֿרים — אַפֿילו מיט 9־יאָריקע קינדער.
הגם די רביים פֿון די דאָזיקע דינאַסטיעס האָבן געפֿירט אַ שאַרפֿן, פֿײַערדיקן אַסקעטיזם און עקסטרעם־אינטענסיוון מיסטישן צוגאַנג אינעם פּערזענלעכן לעבן, האָבן זיי נישט מורא געהאַט צו באַטראַכטן אַזעלכע כּמו־מאָדערנע טעמעס, ווי היסטאָרישע רעדאַקציעס פֿונעם חומש־טעקסט און די מעגלעכקייט, אַז די וועלט עקזיסטירט אַ סך לענגער ווי 6,000 יאָר. דער קאָמאַרנער רבי האָט אויך אַמאָל דערציילט, אַז ער האָט דערזען אין אַ חלום די הייליקע שכינה אין אַ געשטאַלט פֿון אַ ליכטיקער בתולה — אַ מין פֿעמיניסטישער אויפֿנאַם פֿון ג־טלעכקייט.
צבֿי־אלימלך שפּיראָ, דער דינעווער רבי, איז געווען אַן אַנדער תּלמיד פֿונעם חוזה לובלינער, און אַן אייניקל פֿון רבי שמשון אָסטראָפּאָלער — אַ באַרימטער און מיסטעריעזער פּוילישער מקובל, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן בעת דער כמעלניצקי־שחיטה. זײַנע ספֿרים, וווּ ער דערקלערט אַ גאָר אינטערעסאַנטע שיטה אין קבלה, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אַנדער רײַכן קאָרפּוס פֿון טיפֿער חסידישער ליטעראַטור, צומאָל מיט אַ פּאַראַדאָקסישן עלעמענט. למשל, ער שרײַבט, אַז ווען דער אייבערשטער האָט אויסגעלייזט דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, איז ער אַליין באַגאַנגען, כּבֿיכול, אַן עבֿירה לשם־שמים. מע קאָן דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקסישן געדאַנק אָפּטײַטשן, אַז אַפֿילו אין דער ג־טלעכער מערכה איז פֿאַראַן אַן עלעמענט פֿון כאַאָס, וואָס איז העכער פֿון די באַשטימטע כּללים, וועלכע דער באַשעפֿער אַליין האָט אײַנגעשטעלט.
אין אַן אַנדער אָרט, לייגט דער דינעווער פֿאָר אַ דעקאָנסטרוקציע־אָפּטײַטש פֿונעם פּסוק "לא תּעשון כּן לה׳ אלוקיכם" ("טוט נישט אַזוי פֿאַר אײַער ג־ט"), ווי אַן אָנזאָג "פֿאַרוואַנדלטע דאָס פֿאַרבאָטענע זאַכן אין אַ מיצווה, אויב איר טוט עס לשם־שמים". אין זײַן צום מערסטן באַקאַנטן ספֿר, "בני־ישׂשׂכר", דערקלערט ער פֿאַרשיידענע כּוונות און מיסטישע אַסאָציאַציעס פֿאַרן יעדן חודש און פֿאַר אַלע ייִדישע יום־טובֿים, וועלכע דינען ווי אַ מין מעדיטאַציע. אַ סך הײַנטיקע חסידים לערנען כּסדר "בני־ישׂשׂכר", כּדי צו דערפֿילן רוחניות במשך פֿונעם יערלעכן גאַנג פֿון צײַט.
גאָר אַ וויכטיקע און אַן אָריגינעלע חסידישע שיטה — אָדער, גיכער, אַ גאַנצער בונטער בוקעט פֿון פֿאַרשיידענע שיטות — שטאַמט פֿונעם פּשיסכער רבין, שׂמחה־בונם באָנהאַרט, וועלכער האָט זיך אויך געלערנט בײַם חוזה לובלינער. זײַן דרך האָט אָבער גאָר אַן אַנדער טעם. צבֿי־הירש זשידיטשאָווער און צבֿי־אלימלך שפּיראָ האָבן זיך אויך געלערנט בײַם קאָזשניצער מגיד — אַ פּראָמינענטער מקובל און אַן אַנדער פֿריִיִקער חסידישער רבי, וועלכער האָט איבערגעלאָזט אויך אַ גרויסע ירושה פֿון טיפֿע קבלה־ספֿרים. ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס פּשיסכער חסידות איז נענטער צום חוזהס מער פֿילאָסאָפֿישן דרך, און האָט ווייניקער צו טאָן מיט די עזאָטערישע גימטריא־חשבונות פֿונעם קאָזשניצער מגיד.
דער דרך פֿונעם פּשיסכער רבין און זײַנע תּלמידים דערמאָנט די עקזיסטענציאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע. ס׳איז פֿול מיט שאַרפֿע געדאַנקען וועגן דעם מענטשלעכן וועזן און אַזעלכע טעמעס, ווי די ראָלע פֿון עבֿירות און ספֿקות אין עבֿודת־השם, אָדער די שפּיל צווישן דעם פֿאָרבאַשטימטן גורל און דעם פֿרײַען ווילן אינעם סוביעקטיוון אויפֿנעם פֿון אַ יחיד.
דער קאָצקער רבי, איין תּלמיד פֿון רבי שׂמחה־בונם, איז באַקאַנט מיט זײַנע קורצע און גראָדע תּורות. אַן אַנדער תּלמיד, רבי מרדכי־יוסף לײַנער, דער איזביצער רבי, האָט געשאַפֿן אַ ראַדיקאַלע שיטה, לויט וועלכער אַ מענטש קאָן זיך נישט תּמיד פֿאַרלאָזן בלויז אויף דער הלכה, און מוז צומאָל פֿאָלגן זײַן פּערזענלעכן באַרוף. ער שרײַבט, אַז מע מוז מתפּלל זײַן, דער אייבערשטער זאָל עפֿענען די אויגן ווי אַזוי צו היטן די הלכה, און אויך ווען און ווי אַזוי צו ברעכן, ווען עס קומט דער ריכטיקער מאָמענט.
פֿאַרשטייט זיך, האָט אַזאַ שיטה אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקע קעגנערשאַפֿט צווישן אַנדערע, מער "סדרדיקע" חסידים. דער דאָזיקער עלעמענט פֿון כאַאָס טרעפֿט זיך שוין בײַ רבי שׂמחה־בונם פּשיסכער, וועלכער האָט אַמאָל געמאָלדן, אַז "אין עבֿודת־השם איז נישטאָ קיין כּללים, הגם דאָס אַליין איז אויך נישט קיין כּלל". רבי צדוק לובלינער, אַ פּראָמינענטער תּלמיד פֿונעם איזשביצער רבין, האָט ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון מיסטישן אינדיווידואַליזם, און האָט צונויפֿגעגאָסן די שיטות פֿון חב״ד, איזשביץ און בראַצלעוו, באַאַרבעט זיי אויף אַ לאָגישן ליטווישן אופֿן, און פֿאָרמולירט אַ ראַדיקאַלע מיסטישע פֿילאָסאָפֿיע, לויט וועלכער דער שׂכל, פּערזענלעכע געפֿילן, אומבאַוווּסטזיניקע נטיות און אַפֿילו בפֿירושע עבֿירות קאָנען דינען ווי שטאַפּלען אינעם מענטשלעכן גײַסטיקן וווּקס.
דאָס זענען בלויז אייניקע בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז חסידות איז פּונקט אַזוי פֿילאָסאָפֿיש־טיף, פֿאַרשיידנאַרטיק און פּסיכאָלאָגיש, ווי סופֿיזם אָדער, למשל, בודיזם צי הינדויִזם. עס זענען פֿאַראַן הונדערטער באַקאַנטע חסידישע און קבלה־ספֿרים און טויזנטער ווייניקער באַקאַנטע. יעדער מיסטישער ספֿר איז אַ טיפֿער טעקסט, וואָס פֿאָדערט אַ פּרטימדיקן אַנאַליז און איז אויך אָפֿט אינטערעסאַנט ווי פֿילאָסאָפֿיע. אַפֿילו ווען אַ מיסטיקער דערקלערט, אַז ער איז אַ קעגנער פֿון חקירה, מיינט עס אָפֿט למעשׂה, אַז ער לייגט פֿאָר אַן אייגענע פֿילאָסאָפֿישע שיטה.
הײַנט ווערט חסידות אָפֿט אויפֿגענומען — אַזוי ווי איסלאַם פֿון פֿונדאַמענטאַליסטישן שניט — ווי שטרענג־חרדישע פֿרומקייט, און נישט ווי אַ טיפֿע עזאָטערישע חכמה. היסטאָריש גערעדט, איז אַזאַ אויפֿנאַם אינגאַנצן אומבאַרעכטיקט. מע וואָלט געקאָנט אָנשרײַבן אַ בוך וועגן פֿילאָסאָפֿישע און טעאָסאָפֿישע געדאַנקען פֿון כּמעט יעדן פּראָמינענטן חסידישן מחבר. ס׳איז כּדאַי צו אַנאַליזירן חסידות אינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שיטות אין ייִדישקייט, מיט אַנדערע רעליגיעס און וועלט־פֿילאָסאָפֿיעס, כּדי צו שאַפֿן אַן פֿילאָסאָפֿישן "אַטלאַס" פֿון דער חסידישער וועלט.
אַן אַרומנעמיקע באַשרײַבונג פֿון די אַמאָליקע חסידישע גײַסטיקע דרכים וואָלט געקאָנט העלפֿן אַ סך חסידים גופֿא אַרויסצוקריכן פֿון פֿונדאַמענטאַליזם און אָפּצושאַצן זייער פֿילאָסאָפֿיש־מיסטישע ירושה — אַזוי ווי אַנרי קאָרבענס ווערק העלפֿן אַ טייל מוסולעמענער אָפּצושאַצן די ברייטקייט פֿון זייער טראַדיציע, וואָס איז גובֿר די שמאָלע ראַמען פֿון מעכאַנישע רעליגיעזע געזעצן. וווּ נעמט מען, אָבער, אַזעלכע פֿאָרשער פֿון ייִדישקייט מיט אַזאַ ברייטער ערודיציע און ראָמאַנטישן טעם, ווי אַנרי קאָרבען?