פּובליציסטיק, געשיכטע
הרבֿ יצחק הלוי הערצאָג
הרבֿ יצחק הלוי הערצאָג

יעדער ייִד, וועלכער איז באַקאַנט מיט די נעמען פֿון גרויסע רבנים און רביים, האָט זיכער געהערט פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, דעם בריסקער רבֿ, דעם מעזשריטשער מגיד און דעם ווילנער גאָון, הגם נישט יעדער ווייסט, וווּ די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינען זיך פּינקטלעך.

בײַ אייניקע פֿעלקער — למשל, בײַ די אירלענדער — זענען פֿאַראַן לידער וועגן כּמעט אַלע זייערע שטעטלעך. די אייניקלעך פֿון די אירלענדישע אימיגראַנטן, וואָס וווינען שוין צוויי־דרײַ דורות אין אַמעריקע, זינגען נאָך אַלץ אַזעלכע לידער ווי "ספּענסיל־היל" אָדער "די פֿעלדער פֿון אַטענרײַ", הגם בלויז אַ טייל פֿון זיי קאָנען אָנווײַזן די דאָזיקע ערטער אויף דער מאַפּע פֿון אירלאַנד.

בײַ ייִדן זענען אַזעלכע לידער, אַוודאי, אויך פֿאַראַן, הגם זעלטענער: למשל, "אין אַדעס, אין אַדעס, אויף דער מאָלדאַוואַנקע", "צווישן קאָסעוו און קיטעוו" אָדער "אין שטעטל ניקאָלאָיעוו". די גרעסטע "ווירטועלע מאַפּע פֿון ייִדישלאַנד" באַשטייט, אָבער, פֿון פּערזענלעכע נעמען; די באַרימטע רבנים האָבן פֿאַראייביקט דעם זכּרון וועגן כּמעט יעדן ייִדישן שטעטל.

הרבֿ יצחק־אײַזיק הלוי הערצאָג, דער ערשטער ישׂראלדיקער הויפּט־רבֿ און דער טאַטע פֿונעם זעקסטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, חיים הערצאָג, האָט אויך געהאַט אַ מין "געאָגראַפֿיש" צונעמעניש: ער איז געווען באַקאַנט ווי דער "שין־פֿיינער רבי" — לכּבֿוד דער אירלענדישער נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג "שין פֿיין", וועלכע ער האָט ענטוזיאַסטיש געשטיצט.

די פּאַרטיי "שין־פֿיין" (Sinn Féin), וואָס מיינט "מיר אַליין", איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1905 דורכן סתּירותדיקן פּאָליטיקער אַרטור גריפֿיט. בעת דעם דרייפֿוס־ענין, האָט ער פּובליקירט אַ ריי אַנטיסעמיטישע אַרטיקלען אין דער נאַציאָנאַליסטישער צײַטונג "פֿאַראייניקטער אירלענדער"; אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען, אָנגעשריבן אין 1899, האָט גריפֿיט דערקלערט, אַז "די ערגסטע השפּעות פֿונעם יאָרהונדערט זענען געווען דער פּיראַט, דער מאַסאָן און דער ייִד".

גראַניע ני וואַליע, די קיניגין פֿון אירלענדישע פּיראַטן
גראַניע ני וואַליע, די קיניגין פֿון אירלענדישע פּיראַטן

ווי אַזוי קומט אַ ייִד, און דערצו אַ חשובֿער רבֿ, צו אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך אַזאַ פּאַרשוין? אין דער אמתן, איז גריפֿיט געווען אַ יוצא־דופֿנדיקער פּערסאָנאַזש, און זײַן אידעאָלאָגיע האָט געשפּילט אַ קליינע ראָלע אין דער געשיכטע פֿונעם אירלענדישן נאַציאָנאַליזם.

למשל, גריפֿיטס טענה קעגן דעם "מאַסאָן און פּיראַט" קלינגט גאַנץ אויסטערליש, ווײַל דער גרויסער אירלענדישער נאַציאָנאַלער פּאָעט וויליאַם־באַטלער יעיץ איז געווען אַליין אַ שטיקל מאַסאָן, און דער באַקאַנטער פּאָעט־נאַציאָנאַליסט פּאַטריק פּירס, וועלכער האָט זיך געחבֿרט מיט די דובלינער ייִדישע ראַדיקאַלן, האָט געלויבט די באַרימטע "פּיראַטישע קיניגין" גראַניע ני וואַליע, באַקאַנט אויף ענגליש ווי גרייס אָ׳מאָלי אָדער גראַנועל.

בדרך־כּלל, איז די באַציִונג צו ייִדן אין אירלאַנד תּמיד געווען אַ סך בעסער, ווי אין אַנדערע קריסטלעכע לענדער. אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן די אײַנוווינער פֿון דער שטאָט יוכאַל עטלעכע מאָל אויסגעקליבן ייִדישע מעיאָרס — אַן אוניקאַלער פֿאַל אין יענער תּקופֿה. נישט געקוקט אויף דער באַשיידענער צאָל ייִדן אינעם לאַנד, האָבן דרײַ גרעסטע אירלענדישע שטעט — דובלין, קאָרק און בעלפֿאַסט — שוין געהאַט ייִדישע מעיאָרס.

דער ערגסטער פֿאַל פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אירלאַנד איז געווען דער אַזוי־גערופֿענער "לימעריקער פּאָגראָם". אינעם פּעריאָד פֿון 1884 ביז 1896 האָבן די ייִדן אין דער שטאָט לימעריק געליטן פֿון אַ צאָל גאַס־אָנפֿאַלן, און אין 1904 האָט אַן אַנטיסעמיטישער גלח דערקלערט אַ בויקאָט קעגן די ייִדישע קראָמען; די אָרטיקע ייִדן — על־פּי רובֿ הענדלער — האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן די שטאָט. הגם דער דאָזיקער אינצידענט איז באַקאַנט אין דער אירלענדישער געשיכטע ווי אַ "פּאָגראָם", האָט ער ווייניק צו טאָן מיט עכטע בלוטיקע פּאָגראָמען אין מיזרח־אייראָפּע. די רעגירונג האָט באַשטראָפֿט די שולדיקע; דער גלח איז באַזײַטיקט געוואָרן; קיין איין ייִד האָט נישט באַקומען קיין ערנסטע וווּנדן.

אַ סך אירלענדישע אויפֿשטענדלער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט האָבן זיך באַצויגן גאַנץ וואַרעם און פֿרײַנדלעך צו ייִדן, ווי צו אַן אַנדער דערנידעריקט פֿאָלק, און אָנערקענט די אָרטיקע ייִדישע קהילה ווי עכטע אירלענדער. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן נישט ווייניק ייִדן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די אירלענדישע נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען, אַפֿילו בפֿירוש מיליטאַנטישע.

פֿאַני און מאָלי גאָלדבערג — צוויי טעכטער פֿון אַ ייִד, וועלכער איז אַנטלאָפֿן פֿון לימעריק קיין קאָרק צוליב דער דערמאָנטער אַנטיסעמיטישער מעשׂה — זענען געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿון "קומאַן נאַ מאַן" — די באַוואָפֿנטע פֿרויען־ליגע, פֿאַרבונדן מיט IRA. דוד מאַרקוס, פֿאַני גאָלדבערגס זון, איז געווען אַ באַקאַנטער שרײַבער און אַ פּראָמינענטער אַקטיוויסט פֿון דער אירלענדישער שפּראַך און ליטעראַטור.

ראָבערט בריסקאָ, אַ פֿרומער דובלינער ייִד, איז געווען דער וואָפֿן־אַגענט בײַ IRA, און האָט באַזאָרגט די מיליטאַנטן מיטן דײַטשישן און אַמעריקאַנער געווער בעת דער אירלענדישער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט. ער האָט געשטיצט זשאַבאָטינסקיס מיליטאַנטישן ציוניזם, בלײַבנדיק אַ שטאַרקער אירלענדישער פּאַטריאָט. שפּעטער, האָט בריסקאָ געדינט 38 יאָר ווי אַ דעפּוטאַט אינעם אירלענדישן פּאַרלאַמענט, און איז געווען צוויי מאָל אויסגעקליבן ווי דער מעיאָר פֿון דובלין.

ראָבערט בריסקאָ, דער מעיאָר פֿון דובלין, קלײַבט זיך גיין דאַוונען אין שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכט, בעת זײַן וויזיט קיין ניו־יאָרק אין 1957
ראָבערט בריסקאָ, דער מעיאָר פֿון דובלין, קלײַבט זיך גיין דאַוונען אין שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכט, בעת זײַן וויזיט קיין ניו־יאָרק אין 1957
Credit: Getty Images

מיכאל נויק, אַן אַנדער דובלינער ייִד, איז געווען אויך אַ פּראָמינענטער רעפּובליקאַנער פּאָליטיקער. ער האָט געהאָלפֿן צו באַפֿרײַען אַ סך מיליטאַנטן און נאַציאָנאַליסטן, אַרײַנגערעכנט אַרטור גריפֿיטן, וועלכער האָט זינט דעמאָלט זיך באַצויגן צו ייִדן מיט דאַנקבאַרקייט; די דובלינער בריגאַדע פֿון IRA האָט באַערדיקט נויקן, אין 1966, מיט אַ הויך־בכּבֿודיקער מיליטערישער קבֿורה.

צווישן די באַקאַנטע אירלענדישע נאַציאָנאַליסטן און מיליטאַנטן טרעפֿט זיך נאָך אַ חידושדיק־גרויסע צאָל ייִדישע נעמען: אסתּר סאָלאָמאָנס, אַבֿרהם ספּיראָ, יוסף איידלשטיין, יעקבֿ עליאַן און אַנדערע.

לאָמיר זיך אָבער אומקערן צום "שין־פֿיינער רבין". הרבֿ יצחק־אײַזיק הלוי הערצאָג (1888—1959) איז געבוירן געוואָרן אין לאָמזשע — אַ פּוילישע שטאָט, וועלכע שטייט, וואָס שייך דעם ליטווישן דיאַלעקט און קולטור, אויפֿן ליטווישן שטח. זײַן משפּחה האָט עמיגרירט, צוערשט, קיין ענגלאַנג, און דערנאָך אַרײַנגעוואַנדערט קיין פֿראַנקרײַך, וווּ ער האָט זיך געלערנט אינעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט און באַקומען סמיכה פֿון זײַן טאַטן.

ווי אַ ליטווישער תּלמיד־חכם מיט אַ ברייטער דעה, האָט יצחק הערצאָג אַרויסגעוויזן אַ ברייטן אינטערעס צו פֿאַרשיידענע זאַכן, און געקענט אַ סך שפּראַכן. זײַן דאָקטאָראַט איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט אַ ייִדישער טעמע — וועגן דעם תּכלת — די אוראַלטע בלויע ציצית־פֿאַרב. אין 1915, איז הערצאָג אָנגעקומען קיין בעלפֿאַסט, צפֿון־אירלאַנד, וווּ ער האָט געדינט דרײַ יאָר ווי אַ רבֿ, און אין 1919 האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין דובלין און אָנגעהויבן אָנצופֿירן, פֿאַקטיש, מיט דער ייִדישער קהילה פֿונעם גאַנצן לאַנד.

אין יענער צײַט האָט הערצאָג זיך אַרײַנגעצויגן אין דער אויפֿשטענדלערישער טעטיקייט, און האָט זיך נאָענט באַפֿרײַנדעט מיט איימאָן דע וואַלעראַ (1882—1975) — אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער אירלענדישער פּאָליטישער געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. זייער באַקאַנטשאַפֿט איז נישט געווען בלויז אַ פּאָליטישע. דע־וואַלעראַ פֿלעגט אָפֿט קומען אַהיים צום רבֿ, כּדי צו כאַפּן אַ שטועס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס — פֿון סתּם לעבן ביז מאַטעמאַטיק און לינגוויסטיק.

אַמאָל האָט דע וואַלעראַ פֿאָרגעלייגט הערצאָגן אויסצולערנען די אירלענדישע שפּראַך; דער רבֿ האָט מסכּים געווען; פֿון זײַן זײַט, האָט דע וואַלעראַ צוגעזאָגט אויסצולערנען העברעיִש. דע וואַלעראַ האָט נישט געפֿונען גענוג צײַט אויסצופֿירן זײַן צוזאָג; הערצאָג האָט זיך טאַקע פֿאַרנומען מיט אירלענדיש — אַ שווערע קאָפּליצירטע שפּראַך — און האָט זיך אויסגעלערנט פֿליסיק רעדן.

די אירלענדישע אויפֿשטענדלער האָבן אויסגעקליבן הערצאָגן ווי דעם אירלענדישן הויפּט־רבֿ נאָך אין 1919 — פֿאַר דער פֿאָרמעלער אומאָפּהענגיקייט. ער איז געבליבן אויף דעם דאָזיקן פּאָסטן ביז 1936, ווען ער האָט באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער איז באַלד געוואָרן דער הויפּט־רבֿ, וועלכער איז געבליבן באַקאַנט ווי אַ ייִדישער "שין־פֿיינער".

אין די חורבן־יאָרן, האָט הערצאָג געפּרוּווט איבערצײַגן זײַן פֿרײַנד דע וואַלעראַ, וועלכער האָט געדינט ווי דער אירלענדישער פּרעמיער־מיניסטער פֿון 1937 ביז 1948, צו העלפֿן ראַטעווען די ייִדן. צום באַדויערן, האָט די אירלענדישע רעגירונג זיך אָפּגעזאָגט אַרײַנצולאָזן די ייִדישער פּליטים, כּדי אָפּצוהיטן איר פּאָליטישע נייטראַליטעט. דערצו, האָט דע וואַלעראַ באַזוכט די דײַטשישע אַמבאַסאַדע אין דובלין, כּדי אויסצודריקן זײַן מיטגעפֿיל נאָך היטלערס טויט אין 1945. הגם די דאָזיקע מעשׂה האָט אויפֿגערודערט די ייִדישע וועלט, זענען דע וואַלעראַ און הערצאָג נאָך אַלץ געבליבן חבֿרים; דער רבֿ האָט גוט געוווּסט, אַז פּאָליטיק איז אַ שמוציק געשעפֿט; הגם זײַן אירלענדישער פֿרײַנד איז נישט געווען קיין אַנטיסעמיט, איז די זאָרג וועגן זײַן לאַנד געווען פֿאַר אים וויכטיקער.

איימאָן דע וואַלעראַ
איימאָן דע וואַלעראַ

יצחק הערצאָג איז געווען דער ערשטער דענקער, וועלכער האָט ערנסט באַטראַכט די אידעע פֿון "מדינת־ההלכה" — צו פֿאַרוואַנדלען ישׂראל אין אַ מלוכה, וואָס פֿירט זיך על־פּי הלכה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ צאָל אידעען אין זײַן ספֿר "תּחוקה לישׂראל על־פּי התּורה", ווי עס האָבן שוין באַמערקט אַ צאָל היסטאָריקער, קלינגען ווי אַ ייִדישע ווערסיע פֿון דע־וואַלעראַס קאַטוילישער פּאָליטיק. למשל, אין דע וואַלעראַס קאָנסטיטוציע איז געווען אַ פּאַראַגראַף, לויט וועלכן קאַטאָליציזם "שפּילט אַ ספּעציעלע ראָלע אין אירלאַנד", אָבער ס׳ווערט אויך ספּעציעל באַמערקט, אַז די אַנדערע קהילות, בתוכם ייִדן און פּראָטעסטאַנטן, האָבן גלײַכע בירגערלעכע רעכט. פֿון זײַן זײַט, האָט הרבֿ הערצאָג ספּעציעל דערקלערט, אַז אין אַ הלכהדיקער מלוכה מוזן די אַנדערע רעליגיעס, בתוכם קריסטן און מוסולמענער, זײַן גלײַכבאַרעכטיקט מיט די ייִדן.

הגם קאַטויליציזם האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין אירלאַנד ביז די לעצטע יאָרן, האָבן די אַנדערע רעליגיעס טאַקע געהאַט דאָרטן גלײַכע רעכט. די רעליגיעזע השפּעה האָט זיך געפֿילט אין אַזעלכע ספּעציפֿישע געזעצן, ווי דער פֿאַרבאָט קעגן גט, קאָנטראַצעפּטיוון און אַבאָרטן; בלויז אין 1995 האָט די אירלענדישע רעגירונג געלאָזט די פּאָרפֿעלקער צו גטן זיך.

הרבֿ הערצאָג וואָלט, מסתּמא, אויך נישט געשטיצט סעקולערע חתונות אָדער אַבאָרטן; ער האָט אָבער געשריבן זייער שאַרף קעגן דיסקרימינאַציע פֿון אַנדערע רעליגיעס און געהאַלטן, אַז פֿרויען און ניט־ייִדן מוזן האָבן פֿולע רעכט, אַרײַנגערעכנט די מעגלעכקייט אָנצופֿירן מיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָדער פֿאַרנעמען פּאָליטישע פּאָזיציעס. ער האָט געוווּסט, אַז אַ טייל קלעריקאַלן טראַכטן אַנדערש, און גאַנץ שאַרף געזאָגט, אַז "יעדער רבֿ, וואָס האָט אַ מוח אין זײַן קאָפּ און אַ טראָפּן שׂכל", וועט בשום־אופֿן נישט באַגרענעצן אַזעלכע עלעמענטאַרע רעכט פֿון די אַראַבער און אַנדערע ניט־ייִדן, ווי די מעגלעכקייט צו קויפֿן הײַזער און פֿעלדער אין ארץ־ישׂראל אָדער צו עפֿענען דאָרטן זייערע געבעט־הײַזער. אַחוץ אַנדערע אַרגומענטן, ברענגט הערצאָג די פּאָזיציעס פֿונעם באַרימטן רבֿ מנחם מאירי, וועלכער האָט אָפּגעוואָרפֿן די רעליזיעזע דיסקרימינאַציע נאָך מיט 700 יאָר צוריק.

ווי געזאָגט, איז פּאָליטיק אַ שמוציק געשעפֿט, בפֿרט ווען זי ווערט אויסגעמישט מיט רעליגיע. ווען איך האָב פּלאַנירט אָנצושרײַבן דעם דאָזיקן אַרטיקל — סתּם, ווי אַן היסטאָרישע מעשׂה — איז אין ישׂראל אַרויסגעקומען דער פּסק פֿון 300 רבנים, וועלכע פֿאַרווערן צו פֿאַרקויפֿן אָדער פֿאַרדינגען דירות, הײַזער און לאַנד צו אַ גוי. די דאָזיקע רבנים זענען פֿאַרברענטע שטיצער פֿון "מדינת־ההלכה"; אַ סך פֿון זיי האַלטן זיך פֿאַר הרבֿ הערצאָגס נאָכפֿאָלגער. זייער חלום איז אָבער גאָר אַנדערש — פֿאַקטיש, אַ ייִדישער וואַריאַנט פֿון טאַליבאַן, וווּ אַלע מענטשן, אַחוץ שטאַרק־פֿרומע ייִדישע מענער, וועלן נישט האָבן קיין נאָרמאַלע רעכט — אויב מע וואָלט זיי געלאָזט לעבן אין אַזאַ מלוכה בכלל.

ס׳איז אינטערעסאַנט, וויפֿל הײַנטיקע שטיצער פֿון "ייִדישן טאַליבאַן" ווייסן, אַז הרבֿ הערצאָגס אָריגינעלער געדאַנק פֿון "מדינת־ההלכה" האָט אַ שײַכות צו די אירלענדישע קאַטויליקער? הגם קלעריקאַליזם איז סײַ־ווי־סײַ אַ שעדלעכע זאַך, מוז ער נישט זײַן דערצו בפֿירוש קסענאָפֿאָביש. ווי דער "שין־פֿיינער רבי" האָט געוואָרנט נאָך לאַנג צוריק, האָבן געוויסע שטיצער פֿון ייִדישער טעאָקראַטיע ווייניק שׂכל, און זייער ראַסיסטישער פּסק-דין זעט אויס ווי אַן אויסבראָך פֿון ווילדן משוגעת.