- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די שטאַרקסטע באַסטיאָנען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וווּ אַלע קינד־און־קייט רעדן טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש אין דער היים און אויף דער גאַס, זענען די הײַנטיקע חסידישע קוואַרטאַלן און שטעטלעך אַרום דער וועלט, בפֿרט דער ברוקלינער ראַיאָן וויליאַמסבורג — די היים פֿון צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים, וועלכע פֿאַרנעמען אומקאָמפּראָמיסלעכע פּאָזיציעס וועגן דער שפּראַך, און האַלטן פֿאַר אַ גרויסער מיצווה צו רעדן דווקא אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע ענלעכע ערטער, אַזעלכע ווי די בני־ברק אָדער באָראָ־פּאַרק, וווּ מע רעדט שוין מער העברעיִש אָדער ענגליש, לעבן אין וויליאַמסבורג אַ סך קינדער, וואָס קענען בכלל נישט קיין אַנדער לשון, און לערנען זיך ענגליש אויס, שפּעטער, ווי אַ צווייטע שפּראַך. אין דער זעלבער צײַט, איגנאָרירן די דאָרטיקע חסידים אָפֿט די מאָדערנע אָרטאָגראַפֿישע כּללים פֿון ייִדיש. אַ טייל פֿון זיי היט אָפּ דעם אַלטמאָדישן אויסלייג פֿון אַ סך ווערטער מיט אַ שטומען הא אָדער אַלף — אַזעלכע ווי "יאָהר" אָדער "זעהן". אַ סך חסידים האַלטן, אַז ייִדיש "האָט נישט קיין גראַמאַטיק", דערפֿאַר לערנען זיי נישט דאָס מאַמע־לשון אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן. מע קען זאָגן, אַז די חסידים זענען הײַנט די שטאַרקסטע ייִדישיסטן — הגם זייער ייִדישיזם איז זייער ספּעציפֿיש. דעריבער, קאָן אַזאַ פֿאַראַכט צו די פֿאָרמעלע כּללים פֿאַרחידושן אַ וועלטלעכן ייִדיש־קענער. מילא, דער דערמאָנטער אַלטער אויסלייג מיט שטומע אותיות איז געווען אָנגענומען במשך פֿון אַ סך דורות און שטאַמט פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער פֿאָנעטיק. דאָס איז טאַקע היסטאָריש באַרעכטיקט. שטעלט זיך פֿאָר, אַז עמעצער וואָלט הײַנט אָנגערשריבן אויף ענגליש: "Sit downe a-while". הגם דאָס זעט אויס מאָדנע, פֿלעגט מען אַזוי שרײַבן אין שעקספּירס צײַטן. אַפֿילו די דײַטשמעריזמען רעפּרעזענטירן אַ טראַדיציע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק. דער אויסלייג האָט אָבער, אין דער אמתן, ווייניק צו טאָן מיט גראַמאַטיק. די חסידים מישן אַרײַן אין זייער אומגאַנג־שפּראַך וואָס מע וויל: העברעיִשע ווערטער און גאַנצע לשון־קודשדיקע אויסדרוקן, דעם ענגלישן "סלענג" אָדער די אַלטע דײַטשמעריזמען. זיי שטאָלצירן מיטן קענען דאָס מאַמע־לשון טאַקע פֿון געבורט, און מיינען, אַז זיי קענען ייִדיש בעסער, ווי די וועלטלעכע גראַמאַטיקער, און קענען אַליין באַשליסן, צי מע מעג זאָגן "צו פּאַרקן אַ קאַר" אָדער "צו קויפֿן אין אַ גראָסערי". ווען די חסידים זאָגן, אַז ייִדיש "האָט נישט קיין גראַמאַטיק", איז עס פֿאַר זיי אַ מעלה און נישט אַ חסרון. זיי זענען נאַטירלעכע רעדער און ווילן נישט בייגן זייער שפּראַך לויט די פֿאָרמעלע כּללים. די משׂכּילים האָבן זיך אַמאָל געזאָרגט וועגן דער שפּראַכלעכער "ריינקייט", אָבער די חסידים האָבן ליב צו שפּילן זיך מיט דער שפּראַך, אַזוי ווי די פּאָסטמאָדערנע שרײַבער. דערפֿאַר, קאָנען זיי נישט מסכּים זײַן מיט דער משׂכּילישער שפּראַך־אידעאָלאָגיע, און אויך נישט מיט דער שיטה פֿון די ייִדישיסטישע קעמפֿער פֿאַר ריינקייט פֿון דער שפּראַך. איך מיין אָבער, אַז דאָס חסידישע "אַנטי־גראַמאַטישע" עקשנות האָט אַ טיפֿערן שורש, אַחוץ דעם היסטאָרישן מחלוקת צווישן די ראָמאַנטישע חסידים און ראַציאָנאַליסטישע משׂכּילים; און טראָגן אין זיך אַ וויכטיק קערנדל פֿון אמת, וואָס די פֿאָרשער פֿון ייִדיש האָבן נאָך נישט באַמערקט. אין געוויסע זשאַנערס פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וואָס זענען פּאָפּולער דווקא בײַם חסידישן עולם, זעט ייִדיש טאַקע אויס ווי אַ פּאָסטמאָדערנע שפּראַך, וואָס לאָזט זיך נישט אַרײַנצופּאַסן אין דער משׂכּילישער קאָנצעפּציע פֿון גראַמאַטיק. דער פֿראַנצויזישער פֿאָרשער זשאַן באַומגאַרטען ברענגט אָט־אַזאַ טעקסט־בײַשפּיל אין זײַן "אַרײַנפֿיר אין דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור": "רו׳ט זאלין אכטן אלי קיומין אויז צו שרייבן, דז מן הוט איין העתק בכתב עברי בלשון אשכנז, אויף דאש בעשט איז מן קאן דר מיט, דז מיר ווערין זיך ווישן דר נאך צו ריכטן, וואז די קיומים שטייט ועכ׳פ פון דען קיומים, די דא צורך זיין. מן זול קלויבן מדי שנה בשנה האבן מיר מברר גיוועזין לפי שעה, כדי להקל המשא מהראשים, דיא דא ניט קענען גיין מיט איטליכן, צרכי עמינו מרובי׳ דעתם קצרה, דז ער זאל גין עם כל יחיד ויחיד, דער איז בידרף אל השופט, או אל הסופר או הפקיד ומוכסנים ועירנים, ולכל מקום וואו מן בדרף..." אַזאַ נאָטיץ איז אַרײַנגעשריבן געוואָרן אינעם קראָקער פּינקס מיט 415 יאָר צוריק. די קראָקער קהילה האָט גערופֿן אירע "ראָשים וטובֿים" ("רו״ט") איבערצוזעצן אַלע באַשלוסן פֿון די קהילה־זיצונגען אויף ייִדיש, כּדי דער פּשוטער עולם זאָל קאָנען פֿאַרשטיין, צי די קהילה־פֿירער פֿירן אויס זייער אַרבעט ווי עס דאַרף צו זײַן. אין דער נאָטיץ גייט אַ רייד וועגן דעם פּלאַן אויסצוקלײַבן אַ שתּדלן, וועלכער זאָל קאָנען באַזײַטיקן די נישט־טויגיקע ראָשי־הקהילה און דערקלערן די קהילה־פּראָבלעמען פֿאַר די רעגירונג־באַאַמטע. ס׳איז אַ ביסל שווער הײַנט צו פֿאַרשטיין אַזאַ אַלטן דיאַלעקט פֿון ייִדיש; פֿאַר אַ סך הײַנטיקע לייענער איז גרינגער צו פֿאַרשטיין די העברעיִשע אויסדרוקן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעפּאַקט דער דאָזיקער טעקסט־פֿראַגמענט. די אָרטאָגראַפֿיע פֿון אַ טייל ייִדישע ווערטער איז גאַנץ פֿליסיק, נאָך מער ווי בײַ די הײַנטיקע חסידים. דאָס זעלביקע וואָרט ווערט אַמאָל פֿאַרשריבן ווי "זאל" אָדער "זול", "וואש" אָדער "וואז". די חסידים זענען טאַקע גערעכט: אין די אַלטע צײַטן איז בײַ ייִדן נישט געווען קיין אַלגעמיינער סטאַנדאַרט פֿון אויסלייג. באַומגאַרטען דערציילט, אַז אַזאַ "מאַקאַראָנישע שפּראַך, אַ געמיש פֿון העברעיִש און ייִדיש" טרעפֿט זיך אָפֿט אין די תּשובֿות פֿון רבנים און אַנדערע ערנסטע דאָקומענטן. לויט דער פֿאָרמעלער ייִדישער גראַמאַטיק, זעט עס טאַקע אויס ווי אַ געמיש פֿון ייִדיש און העברעיִש. אינעם דאָקומענט גופֿא שטייט אָבער קלאָר געשריבן, אַז דאָס איז אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿאַרן פּשוטן עולם. אַזאַ סטיל האָט אָבער אויסגעזען גאַנץ אָרגאַניש פֿאַר די מחברים און לייענער. פֿאַר זיי איז עס געווען פּשוט אַ "העכערער רעגיסטער" פֿון ייִדיש, רעזערווירט פֿאַר רבנים און עסקנים. בײַם טײַטשן דעם חומש, וואָלטן די קראָקער ייִדן אויסגעקליבן אַנדערע ווערטער, פֿונעם גערמאַנישן אָפּשטאַם, לויט דער אַלטער טראַדיציע פֿון טײַטש־חומשים; ווען די בעל־מלאכות האָבן געהאַט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שמועס, האָבן זיי, מסתּמא, אָפֿט גענוצט סלאַווישע טערמינען. בעתן לערנען אין די ישיבֿות און בעתן דרשענען אין אַ שיל האָט מען גערעדט, און מע רעדט נאָך אַלץ, דווקא אויף אַזאַ לשון. דער טערמין "מאַקאַראָנישע שפּראַך" האָט אַ נעגאַטיווע קאָנאָטאַציע און באַצייכנט געוויינטלעך אַן אומנאַטירלעכן שפּראַך־בילבול אָדער טעקסטן, וואָס באַשטייען פֿון גאַנצע פֿראַגמענטן אויף פֿאַרשיידענע לשונות. אַזאַ פֿענאָמען טרעפֿט זיך אין אַ צאָל צוויי־שפּראַכיקע קולטורן. למשל, דאָס ליבע־ליד "Siúil a Rúin" באַשטייט פֿון ענגלישע קופּלעטן און אַן אירלענדישן כאָר־רעפֿרען. אַ ייִדישער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין ליד איז דער באַקאַנטער חסידישער ניגון פֿונעם שפּאָלער זיידן, "קול ביער אנוכי שומע", וווּ נאָך יעדן לשון־קודשדיקן קופּלעט קומט אַ ייִדישער און דערנאָך אַן אוקראַיִנישער. דער דערמאָנטער דאָקומענט איז אָבער אינגאַנצן אַן אַנדער מעשׂה. ס׳איז אַ בײַשפּיל פֿון אַ ברייט־פֿאַרשפּרייטן, ערנסטן, נאַטירלעכן און גענוג סטאַנדאַרטיזירטן סטיל, וועלכער האָט זיך אַנטוויקלט אין דער ייִדישער רבנישער און עסקנישער סבֿיבֿה במשך פֿון הונדערטער יאָר. אין דער פֿריִיִקער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע די אַזוי־גערופֿענע "חב״דסקע ביכלעך" — די ייִדישע ווערק פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין, דובער שניאורי. די דאָזיקע ווערק זענען געווען פּאָפּולער בײַם פּשוטן עולם, און זענען אַרײַן אין דער חב״ד־ווערסיע פֿונעם ייִדישן פֿרויען־סידור "קרבן־מנחה". למשל, דער קונטרס "ענין תּפֿילה", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן כּוונת־התּפֿילה, הייבט זיך אָן אַזוי, נאָך אַ קורצן העברעיִשן אַרײַנפֿיר־פּאַראַגראַף (אָרטאָגראַפֿיע און פּונקטואַציע מאָדערניזירט): "ולהבֿין זה איז מבֿשׂרי אחזה אלוק׳. למשל, ווי עס איז פֿאַראַנען אצל האָדם הגשמי רמ״ח אבֿרים ושס״ה גידים, וואָס דערינען איז זיך מתפּשט די נשמה מחיה צו זײַן דעם גוף, און פֿונדעסטוועגן, איז פֿאַראַנען נאָך אַ זאַך, וואָס דאָס איז לא מרמ״ח אבֿרים ולא משס״ה גידים, וואָס דאָס איז דער עיקר־חיות — דהײַנו חוט־השדרה, וואָס דאָס איז דער מיחד ומחבר פֿון מוח שבראָש דורך ח״י חוליות שהם הצלעות, אשר באמת זולת זה היה האָדם מת לגמרי, הגם שיש אצלו רמ״ח אבֿרים ושס״ה גידים, אין וואָס די נשמה זאָל זיך מתפּשט זײַן. פֿונדעסטוועגן, אָן אַ חוט־השדרה וואָלטן זיי זײַן נפֿרדים, מפֿני שאין להם שום התחבֿרות והתיחדות בלא חוט־השדרה, ועל־פּי דין הוא כּן נפֿסק חוט־השדרה איז טריפֿה, וואָרעם אָן דעם קאָן מען ניט לעבן..." פֿאַר אַ סטודענט, וואָס לערנט ייִדיש און קען נישט קיין לשון־קודש, זעט אַזאַ טעקסט אויס זיכער "מאַקאַראָניש" און מאָדנע. פֿאַר אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן מאַן אָדער אַ פֿרוי, וואָס קאָן פֿאַרשטיין פּשוטע העברעיִשע פֿראַזעס, קלינגט עס אָבער ווי אַ נאַטירלעכער, הגם זייער אַ לומדישער, ייִדיש. דער מיטעלער רבי איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אַ חסידישער צדיק, און גוט געקאָנט דאָס פֿאָלק. ער האָט אַוודאי געקאָנט זיך אויסדריקן מיט מער פּשוטע ווערטער, נאָר דעמאָלט וואָלט זײַן קונטרס געקלונגען נישט גענוג למדניש. דערפֿאַר האָט ער אָנגעפֿילט זײַן ווערק מיט לומדישער מליצה, כּדי עס זאָל קלינגען ווי אַן ערנסטער רבנישער מאמר און פֿאָרט פֿאַרשטענדלעך פֿאַר אַ פּשוטן מתפּלל. דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, פֿלעגט כּסדר אויפֿטרעטן אויף אַזאַ לשון, הגם נישט אַזוי געדיכט אָנגעפּאַקט מיט העברעיִזמען. ער איז געווען גוט באַקאַנט מיט דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור און אין אַנדערע סיטואַציעס גערעדט און געשריבן אויף אַ געוויינטלעכער שפּראַך; בײַם דרשענען פֿלעגט ער אָבער אַריבערגיין אינעם לומדישן "העכערן רעגיסטער" פֿון דער שפּראַך. למשל (אויסלייג מאָדערניזירט): "איז כּמו שעשׂה ניסים באבֿותינו בימים ההם, אַזוי איז אויך איצטער בזמן־הזה, קענען מיר זײַן זיכער, אַז במהרה בימינו וועלן מיר זוכה זײַן, אַז עס וועט אַראָפּקומען דער מיקדש טהור הבנוי למעלה — מע דאַרף מער ניט ווי צוגרייטן אַן אָרט, וווּ אַוועקשטעלן אים — און ייִדישע קינדער... ניט נאָר מיט אַ נר של מיצווה אַליין, נאָר אויך מיט אַ נר טהור לתּכלית וקדוש בתּכלית, וואָס דאָס וועט ממשיך זײַן שכינתו יתברך בתּחתּונים ממש, אַז דער עולם־הזה, וואָס איז געווען ביז איצטער אַ חומרי, אָדער לכל־הפּחות אַ גשמי, וועט ווערן אַ בית־המיקדש לשכינתו יתברך". פֿאַר אַ העברעיִש־געבילדעטן חסיד קלינגט אַזאַ דרשה גאַנץ היימיש און נאַטירלעך, נישט ווי אַ "מאַקאַראָניש געמיש". ס׳איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ חסיד באַציט זיך מיט חשד צו די פֿאָרמעלע ביכער וועגן ייִדישער גראַמאַטיק. אין קיין בוך וועט מען נישט געפֿינען קיין כּללים פֿון אַזאַ העברעיִזירטן ייִדיש. אַן אַנאַליז פֿון אַזעלכע טעקטסן ווײַזט אָן, אַז דער לשון־קודשדיקער עלעמענט איז טאַקע אַ "סופּער־העברעיִזירטער ייִדיש", און נישט קיין עכטער זעלבסט־שטענדיקער העברעיִש. די סעמיטישע פֿראַזעס ווערן קאָנסטרויִרט פֿון באַקאַנטע ווערטער, פּסוקים און אויסדרוקן, אַזעלכע ווי "רמ״ח אבֿרים ושס״ה גידים", "שכינתו יתברך", "מדי שנה בשנה" און "מוח שבראָש". מע זעט כּמעט נישט קיין קאָניוגאַציע פֿון העברעיִשע ווערבן, אַחוץ באַקאַנטע פֿאַרגליווערטע הילפֿס־ווערטער — כּמעט אויסשליסלעך קאָמבינאַציעס פֿון נאָמינאַטיוון, אַדיעקטיוון, פּרעפּאָזיציעס און אינפֿיניטיוון. די העברעיִשע ווערב־סיסטעם איז אַ קאָמפּליצירטע — דערפֿאַר, מסתּמא, ווערט זי געוויינטלעך אויסגעמיטן אינעם לומדישן ייִדיש. אַנשטאָט דעם, ווערן כּסדר אויסגענוצט ייִדישע קאָנסטרוקציעס: "זיך מתפּשט זײַן", "נפֿרד ווערן". דער לײַכטער האַלב־העברעיִש ווערט אינטעגרירט און צעשווענקט אינעם ים פֿון ייִדיש. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז דער לומדישער ייִדיש קלינגט ווי אַ שטענדיקע זעלבסט־אינטערפּרעטאַציע, און דערפֿאַר האָט עס אַ פּאָסטמאָדערנעם טעם. דער דרשן קאָנסטרויִרט העברעיִשע פֿראַזעס און טײַטשט זיי אַליין אָפּ אויף ייִדיש — אָדער פֿאַרקערט. למשל, בײַם לעצטן ליובאַוויטשן רבין: "וויבאַלד אַז די דירה לו יתברך מוז מען מאַכן שטענדיק, בכל רגע ורגע"; "אַ סך דינים שטייען אין משנה בלויז מיט אַ רמז און אין גמרא זענען זיי באַריכות, וואָרעם משנה איז דאָך בלשון קצרה לגבי גמרא". דער דרשן האַלט אין איין רעפֿלעקטירן, איבערגיסנדיק די מחשבֿות פֿון איין שפּראַכלעכער כּלי אין אַ צווייטער. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז בײַ ייִדן איז לשון־קודש אויך "ייִדיש" — דאָס הייסט, אַ ייִדישע שפּראַך. פֿון דעם, וואָס מע מישט אַרײַן העברעיִשע אויסדרוקן און אַפֿילו גאַנצע לשון־קודשדיקע פּאַראַגראַפֿן, ווערט דער רעזולטאַט נישט ווייניקער ייִדישלעך, הגם ער ווערט יאָ למדניש און עליטאַריש. ס׳איז קלאָר, אַז אַזאַ "סופּער־ייִדיש" פֿאָלגט געוויסע כּללים פֿון אַן אייגענער גראַמאַטיק. למשל, ווי געזאָגט, דערלאָזט ער בלויז די ייִדישע, און נישט קיין העברעיִשע קאָניוגאַציע פֿון ווערבן. אַזאַ "פּאָסטמאָדערנע" גראַמאַטיק, וואָס באַשרײַבט אַ זעלבסט־רעפֿלעקטיווע שפּראַך, וווּ צוויי פֿאַרשיידענע שיכטן פֿונעם טעקסט פֿירן אַ שטענדיקן דיאַלאָג צווישן זיך, איז אָבער שווער צו פֿאָרמולירן. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונג פֿונעם לומדישן ייִדיש אָדער "העברעאָ־ייִדיש" — אויב עמעצער וועט זיך טאַקע פֿאַרנעמען מיט דעם — וועט וואַרפֿן אַ נײַע שײַן נישט בלויז אויף דער געשיכטע פֿון ייִדיש און לשון־קודש, נאָר וועט אויך העלפֿן צו פֿאַרשטיין די פֿאַרבינדונג צווישן שפּראַך, געזעלשאַפֿט, קולטור, פּסיכאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע — בפֿרט וואָס שייך די ענינים פֿון רעפֿלעקסיע און אינטערפּרעטאַציע. How many forward readersSubmitted by sandler on Mon, 2010-12-20 20:46.
How many forward readers understand this? Quite a few, actually. LotsSubmitted by admin on Thu, 2010-12-23 16:04.
Quite a few, actually. Lots of college students who study Yiddish these days.
|