- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם "פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקל וועגן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ באַרימטער רוסישער קריסטלעכער פֿילאָסאָף און אוהבֿ־ישׂראל. זײַנע אידעען האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ אַ צאָל ייִדישע מיסטיקער. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם גרויסן איטאַליענישן רבֿ, פֿילאָסאָף און מקובל אליהו בן־אַמוזג (בענאַמאָזעג), וועלכער האָט אויסגעאַרבעט אַן אוניווערסאַלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף קבלה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַ צאָל קריסטלעכע "חסידים". אין אַ סך אַספּעקטן, איז ער געווען אַ ייִדישער "צווילינג" פֿון סאָלאָוויאָוון; אין זייערע געדאַנקען גייען זיי, אָפֿטמאָל, ממש טריט בײַ טריט; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און ניפֿטר געוואָרן אינעם זעלבן יאָר. אליהו בן־אַמוזג (1822—1900) האָט געשטאַמט פֿון אַ מאָראָקאַנער ספֿרדישער משפּחה, וועלכע איז געווען דורכגעזאַפּט מיט קבלה־גײַסט. זײַן פֿעטער, רבי יהודה קורייאט (קוריִאַט), האָט אַרויסגעגעבן דעם וויכטיקן קבלה־ספֿר "מאור ושמש". ווי אַ וועלטלעך־געבילדעטער איטאַליענישער ייִד, וועלכער האָט געוווינט אין דער ליבעראַלער שטאָט ליוואָרנע, וווּ די ייִדן זײַנען קיינמאָל נישט געווען פֿאַרשפּאַרט אין אַ געטאָ, האָט זיך בן־אַמוזג אויך געפֿילט גאַנץ היימיש צווישן די ייִדישע משׂכּילים און קריסטלעכע וויסנשאַפֿטלער. ער האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, טעאָלאָגיע און פֿילאָלאָגיע, און געקענט אַלע "זיבן חכמות" מיט אַ גאָונישער ערודיציע. בן־אַמוזג האָט גוט געקענט און זיך באַצויגן מיט דרך־ארץ, ווי אַן עכטער אייראָפּעיִשער אינטעליגענט, אַפֿילו צו אַזעלכע זאַכן, וואָס אַ טיפּישער רבֿ אין מיזרח־אייראָפּע וואָלט בשום־אופֿן נישט אָנגערירט — פֿון די ווערק פֿון די קירך־אָבֿות ביז דער אַפּיקורסישער פֿילאָסאָפֿיע פֿון לודוויג פֿויערבאַך. מיט אַ באַזונדערן אינטערעס האָט ער זיך באַצויגן צו שפּינאָזע — אויך נישט דער סאַמע "כּשרער" ייִדישער פֿילאָסאָף. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט אויך געלייענט דאַנטע, וויקטאָר הוגאָ און אַנדערע ליטעראַטור־קלאַסיקער. בן־אַמוזג האָט געקאָנט בערך אַ צענדליק שפּראַכן און געשריבן זײַנע אייגענע ווערק אויף לשון־קודש, איטאַליעניש און פֿראַנצויזיש. זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע שטודיעס האָבן אים נישט געשטערט אויסצופֿירן די פֿליכט פֿונעם שטאָטישן רבֿ און דיין; די גמרא און הלכה האָט ער אויך געקאָנט דורך און דורך. אָט אין אַזאַ רענעסאַנס־סינטעז פֿון טראַדיציע, קבלה, פֿילאָסאָפֿיע און אָפֿנקייט צו דער וועלט־קולטור האָט זיך אויסגעשמידט זײַן אייגענע פֿילאָסאָפֿיע. בן־אַמוזג האָט באַטראַכט קבלה ווי אַן אוניווערסאַלע "ג־טלעכע וויסנשאַפֿט", וועלכע וואָלט געקאָנט לייזן די סתּירות צווישן פֿאַרשיידענע רעליגיעס און פֿאַראייניקן די מענטשהייט. הגם אַזאַ דעה קלינגט אַמביציעז, וואַרפֿט זי אָפּ איין טענה קעגן די הײַנטיקע "קבלה־צענטערס": מע זעט, אַז אַ פֿרומער מקובל האָט נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט גערופֿן צו פֿאַרשפּרייטן קבלה אין דער וועלט. בן־אַמוזג האָט אויפֿגעוויזן, מיט הונדערטער היסטאָרישע בײַשפּילן, אַז סײַ אין די אויפֿגעקלערטע וואַריאַנטן פֿון פֿאַרשיידענע פּאַגאַנישע רעליגיעס, סײַ אין די קריסטלעכער מיסטישע סעקטעס, סײַ אין דער קלאַסישער און מאָדערנער פֿילאָסאָפֿיע, זענען פֿאַראַן אַ סך עלעמענטן, וואָס זענען וווּנדערלעך נאָענט צו קבלה. דערפֿאַר קאָן קבלה, ווי אַ צווישן־רעליגיעזע "קווינטעסענץ", ברענגען צוזאַמען פֿאַרשיידענע גײַסטיקע שיטות אַרום דער וועלט. די משׂכּילישע קריטיקער האָבן אָפֿט חוזק געמאַכט פֿון קבלה, און גערופֿן באַפֿרײַען ייִדישקייט פֿון אַלע איבעריקע דאָגמעס. דער באַקאַנטער ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער ישׂראלדיקער פּראָפֿעסאָר ישעיה לייבאָוויץ איז געווען אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון אַזאַ אַנטי־קבלהדיקער "ייִדישקייט אָן דאָגמעס". די פּראָבלעם פֿון אַזאַ צוגאַנג, ווי עס האָט דערקלערט בן־אַמוזג, באַשטייט אין דעם, וואָס עס פֿאַרוואַנדלט ייִדישקייט אין אַ טרוקענער מעכאַנישער סיסטעם. בן־אַמוזגס צוגאַנג איז, אין אַ געוויסן זין, דווקא אַ דאָגמאַטישער; פֿאַר אים זענען די קבלהדיקע דאָקטרינעס פֿון ג־טלעכע ספֿירות און פּרצופֿים דער וויכטיקסטער טייל, דער סאַמע־יאָדער פֿון ייִדישקייט. אין דער זעלבער צײַט איז ער געווען, נישט ווי אַ טיפּישער דאָגמאַטיסט, זייער אָפֿן און פֿרײַנדלעך לגבי אַנדערע רעליגיעס.
די וועלטלעכע קריטיקער פֿון רעליגיע טענהן, אַז סײַ אין קבלה, סײַ אין דער תּורת־משה אַליין, טרעפֿן זיך אַ סך עלעמענטן פֿונעם אוראַלטן פּאַגאַניזם. פֿאַר בן־אַמוזגס איז עס נישט אַ חסרון, נאָר דווקא אַ מעלה. ער האַלט, אַז דער קולטור־סינטעז האָט תּמיד געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין ייִדישקייט. לויט בן־אַמוזג, זענען די ייִדן אַ קאָסמאָפּאָליטיש פֿאָלק, וואָס זאַפּט אין זיך אײַן די בעסטע עלעמענטן פֿון אַלע רעליגיעס און פֿילאָסאָפֿיעס פֿון אַרום דער וועלט. יעדע רעליגיע אין דער וועלט קאָנצענטרירט זיך אויף געוויסע אַספּעקטן פֿון ג־טלעכקייט. דער טעות פֿון די געצנדינער האָט געשטאַמט פֿון דעם, וואָס אַ טייל מענטשן צעטיילן די דאָזיקע אַספּעקטן אויף באַזונדערע כּוחות. אין אַלע אַנטוויקלטע רעליגיעס זענען אָבער פֿאַראַן מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע באַוועגונגען, וועלכע באַנעמען, אויף זייער אופֿן, די ג־טלעכע אייניקייט. אין זײַנע ספֿרים ברענגט ער אַ סך בײַשפּילן פֿון גרים און סתּם ניט־ייִדן, וועלכע האָבן אַנטפּלעקט פֿרישע פּערספּעקטיוון אין ייִדישקייט, פֿון משה־רבנוס צײַטן ביז איצט — דווקא צוליב דעם, וואָס זיי זענען דערצויגן געוואָרן אין אַן אַנדער טראַדיציע. אַזאַ סינטעז איז מעגלעך, ווײַל דער קבלה־יאָדער פֿון ייִדישקייט שטימט מיטן אינערלעכן עצם פֿון אַנדערע רעליגיעס. בן־אַמוזג האָט, למשל, בפֿירוש פֿאַרגליכן די קבלהדיקע דאָקטרינע פֿון ספֿירות מיט דער הינדויִסטישער פֿילאָסאָפֿיע, וואָס באַטראַכט פֿאַרשיידענע אינדישע געטער ווי אַספּעקטן פֿון איין ג־ט. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז בן־אַמוזגס צוגאַנג צו קריסטלעכקייט — מיטאַמאָל אַ קריטישע און אַ וואַרעמע. דער נוצרי און זײַנע תּלמידים האָבן געגלייבט, אַז עס זענען שוין געקומען משיחס צײַטן — דערפֿאַר האָבן זיי אָנגעהויבן צו פֿאַרשפּרייטן קבלה און דערציילט די פּשוטע מענטשן וועגן די "האָריזאָנטאַלע" באַציִונגען צווישן דרײַ ספֿירות — כּתר, חכמה און בינה — און די "ווערטיקאַלע" באַציִונג צווישן חכמה, תּפֿארת און מלכות. די שפּעטערדיקע דורות קריסטן האָבן אָבער נישט פֿאַרשטאַנען ריכטיק די איידעלע קבלה־דיאַלעקטיק און פֿאַרוואַנדלט זי אין דער קריסטלעכער טריניטאַרישער טעאָלאָגיע. פּינקטלעך אַזוי ווי סאָלאָוויאָוו, האַלט בן־אַמוזג, אַז די גאַנצע מענטשהייט דאַרף שטרעבן צו דערגרייכן אייניקייט מיטן באַשעפֿער. די פּראָבלעם מיט דער קריסטלעכער טעאָלאָגיע איז נישט דאָס, וואָס מע רעדט וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ג־טלעכקייט. גאָר פֿאַרקערט: די גאַנצע וועלט איז אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון דער ג־טלעכער שכינה, און יעדער מענטש איז אַ שטיקל ג־ט. דער טעות פֿון די הויפּטשטראָמיקע קריסטן באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שטעלן זיך אָפּ אויף בלויז איין קאָנקרעטן מענטש — יעזוס — און באַטראַכט אים ווי אַ באַזונדערע "ג־טלעכע פּערזאָן", אַנשטאָט צו באַטראַכטן די גאַנצע וועלט ווי איין גרויסע אַנטפּלעקונג פֿונעם אייבערשטן. כּדי צו דערקלערן בעסער זײַן דעה, ברענגט בן־אַמוזג, גאַנץ אומגעריכט, די הויפּט־אַרגעמענטן פֿונעם דײַטשישן מאַטעריאַליסט לודוויק פֿויערבאַך, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז דער פּערזענלעכער ג־ט איז בלויז אַ פּראָיעקציע פֿונעם מענטשלעכן שׂכל, וועלכער פּרוּווט זיך פֿאָרצושטעלן אַן אידעאַלן מענטש. פֿויערבאַך ווערט געוויינטלעך באַטראַכט ווי אַ בפֿירוש אַטעיִסטישער פֿילאָסאָף, וועלכער האָט געווירקט אויף קאַרל מאַרקסן און פֿרידריך ענגעלסן. אַזאַ מיסטיקער, ווי בן־אַמוזג, נעמט אים אָבער אויף גאַנץ אַנדערש. דער אַבסאָלוט — אין־סוף — איז העכער פֿון אַלע מענטשלעכע באַגריפֿן; אַלע אונדזערע השׂגות פֿון ג־ט זענען טאַקע בלויז באַגרענעצטע פּראָיעקציעס פֿון אונדזער שׂכל. פֿונדעסטוועגן, ווערט אין אַלע אַזעלכע פּראָיעקציעס — אַרײַנגערעכנט די פּאַגאַנישע געטער — אָפּגעשפּיגלט אַ קליין פֿינקל פֿונעם אמתן בורא־עולם. מע קאָן זאָגן, אַז בן־אַמוזגס גרעסטע אָריגינעלקייט באַשטייט אין דעם, וואָס יעדער פּרט פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע און רעליגיעזע פֿאַרגלײַך־שטודיעס איז נישט אַזוי אָריגענעל. למשל, רבי יצחק אַברבנאל, רבי אַבֿרהם אירירא און רבי יונתן אייבעשיץ האָבן אויך דערקענט אַ חילוק צווישן דעם לײַטישן פּאַגאַניזם פֿון אוראַלטע פֿילאָסאָפֿן, און דער גראָבער עבֿודה־זרה; זיי באַמערקן אויך די ענלעכקייט צווישן די ספֿירות און פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ג־טלעכקייט אין אַנדערע רעליגיעס.
יעדער "ציגל" פֿון בן־אַמוזגס פֿילאָסאָפֿיע קלינגט גענוג טראַדיציאָנעל פֿאַר די, וואָס קענען די קבלה־ספֿרים; פֿון אַזעלכע ציגל ווערט אָבער אויסגעבויט אַ ראַדיקאַל־חידושדיקער בנין, וועלכער קאָן דינען ווי אַ גרויסער קוואַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר אַ ייִד, וועלכער בלײַבט געטרײַ צו זײַן טראַדיציע, אָבער וויל אויסאַרבעטן אַ פּאָזיטיוון קוקווינקל לגבי אַנדערע גײַסטיקע קולטורן. נישט געקוקט אויף די טראַדיציאָנעלע "ציגל", האָבן עטלעכע חרדישע רבנים נישט געקאָנט אַראָפּשלינגען בן־אַמוזגס ציטאַטן פֿונעם "נײַעם טעסטאַמענט", די געדאַנקען וועגן דעם מיסטישן באַדײַט פֿונעם עגיפּטישן מיטאָס וועגן איסיס און אָסיריס, און אַנדערע קריסטלעכע און פּאַגאַנישע טעמעס. די שטרענגע בית־דינס אין דמשׂק און ירושלים האָבן געפּסקנט, אַז זײַנע ספֿרים זענען פֿול מיט כּפֿירה און מוזן פֿאַרברענט ווערן. אין דער זעלבער צײַט, זעט אויס אַזאַ געמיש פֿון מיסטיציזם, פֿילאָסאָפֿיע און מיטאָלאָגיע צו מאָדנע פֿאַר ס׳רובֿ ראַציאָנעלע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. דערפֿאַר איז בן־אַמוזגס ירושה, ביז לעצטנס, כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, הגם אינעם אַמעריקאַנער שטאַט טענעסי איז שוין עטלעכע דורות פֿאַראַן אַ האַלב־קריסטלעכע ניט־ייִדישע גרופּע, וועלכע האַלט בן־אַמוגזן פֿאַר זייער רבין. בן־אַמוזג האָט געהאַט אַ געבילדעטן קריסטלעכן תּלמיד, עמע פּאַלמיער (1875—1949), וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַן אַקטיוויסט פֿון אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פּאַלמיער האָט רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן, נאָך בן־אַמוזגס טויט, זײַן גרויס פֿראַנצויזיש ווערק "עם־ישׂראל און מענטשהייט", וועלכע האָט פֿאַרלייגט אַ יסוד פֿון אַ קליינער "בן־נח"־באַוועגונג, וועלכע האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן די פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע קריסטן אין טענעסי. אין די לעצטע יאָרן, האָט בן־אַמוזג זיך אומגעקערט אויף דער ייִדישער גאַס. אינעם יאָר 2005, האָט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער רבֿ עדין שטיינזאַלץ דערקלערט, אַז הינדויִזם, בודיזם און די אַנדערע מיזרחדיקע רעליגיעס זענען נישט קיין עכטע עבֿודה־זרות; צווישן אַנדערע אַרגומענטן, האָט ער דערמאָנט בן־אַמוזגן. מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער ניו־יאָרקער שטאַט־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן די ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַלעסאַנדראָ גוועטאַס פֿאָרשונג וועגן בן־אַמוזגס, "פֿילאָסאָפֿיע און קבלה". אין די לעצטע חדשים האָט די וועבזײַט hebrewbooks.org, נאָך אַ ספּעציעלער בקשה פֿון די פֿרומע לייענער, אַרויסגעשטעלט אַ טייל פֿון בן־אַמוזגס חומש־קאָמענטאַרן "אם למקרא" און אַ צאָל אַנדערע זײַנע ספֿרים. צום באַדויערן, ווערט מיסטיציזם אָפֿט פֿאַרפֿלייצט מיט פּערזענלעכע עמאָציעס, גוטע צי שלעכטע, ווען ער האָט נישט קיין סאָלידע אינטעלעקטועלע באַזע. קבלה ווערט הײַנט אָפֿט אַסאָציִיִרט אָדער מיט די קאָמערציעלע צענטערס, וווּ עס לערנט זיך די פּאָפּ־זינגערין מאַדאָנע; אָדער מיט די אולטראַ־רעכטע באַוועגונגען, פֿאַרבונדן מיט די ישׂראלדיקע ייִשובֿניקעס; אָדער מיט ערנסטע, אָבער עם־הארצישע, זוכענישן פֿון אַזעלכע ייִדן, וואָס קאָנען נישט לייענען קיין אָריגינעלן קבלה־ספֿר, און מישן אויס אידעען פֿון פּאָפּ־קבלה מיט די "אָדלער־טענץ", ווייסנדיק פּונקט אַזוי ווייניק וועגן דער אַמעריקאַנער אינדיאַנער קולטור, און אַנדערע אומגעוויינטלעכע אַקטיוויטעטן. אַדרבה, ווען מיסטישע זוכענישן טרעפֿן זיך אָן מיט פֿילאָסאָפֿיע, קאָנען זיי ברענגען צו פּראָגרעסיווע און קאָנסטרוקטיווע געדאַנקען. האָפֿנטלעך, וועט דער באַנײַטער אינטערעס צו בן־אַמוזגן און אַנדערע פֿילאָסאָפֿישע מקובלים העלפֿן אויפֿצולעבן די טראַדיציעס פֿונעם שׂכלדיקן, הומאַניסטישן רענעסאַנס־מיסטיציזם. |