- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך איינער פֿון מײַנע פֿריִערדיקע נסיעות קיין רוסלאַנד, מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָב איך באַקענט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" מיטן כּמו־פֿעמיניסטישן פֿרומען זשורנאַל אויף רוסיש, "די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך אַ גרופּע ליובאַוויטשער פֿרויען, על־פּי־רובֿ רביצינס, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע. דאָס מאָל, בעת מײַן אַנומלטיקן באַזוך, מיט אַ חודש צוריק, האָבן מיך מײַנע פֿרומע פּעטערבורגער חבֿרים באַקענט מיט אַ נײַעם חודש־זשורנאַל: "Черным по белому" ("שוואַרץ אויף ווײַס"), געשאַפֿן דורך די פֿרומע ייִדן און פֿאַר אַ פֿרומען עולם; דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ישׂראל, און איז טאַקע אַ שוואַרץ-ווײַסער, אָבער אַ פּרעכטיקער. ס׳רובֿ "פּראָ־פֿרומע" ייִדישע אויסגאַבעס אויף רוסיש, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט די ליובאַוויטשער חסידים, זענען געצילט אויף אַ ברייטער וועלטלעכער אוידיטאָריע, און פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר סײַ וועלטלעכע, סײַ פֿרומע מאַטעריאַלן, אָנגעשריבן אויפֿן נאָרמאַלן ליטעראַרישן רוסיש, אין אַ מער־ווייניקן אַלגעמיינעם, נישט "צו פֿרומען", סטיל. אין פֿאַרגלײַך מיט די דאָזיקע "הויפּטשטראָמיקע" אויסגאַבעס, באַנוצן זיך אַ טייל אַרטיקלען אין "שוואַרץ אויף ווײַס" מיטן ספּעציפֿישן רוסיש־העברעיִשן זשאַרגאָן, ענלעך אויפֿן ענגלישן דיאַלעקט פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע קרײַזן, וואָס מע רופֿט "ישיבֿיש" אָדער "ייִנגליש". אין די לעצטע 20-25 יאָר האָט זיך אין די רוסיש־רעדנדיקע ישיבֿות אַרום דער וועלט געשאַפֿן אַ ספּעציפֿישער מין רוסיש, אָנגעפֿילט מיט העברעיִשע ווערטער און קאַלקעס, וואָס אַ זײַטיקער מענטש איז אָפֿט אינגאַנצן נישט בכּוח צו פֿאַרשטיין. צום באַדויערן, שפּילן די ייִדישע ווערטער און די אַשכּנזישע הבֿרה אינעם דאָזיקן דיאַלעקט אַ סך קלענערע ראָלע, ווי אינעם אַמעריקאַנער "ייִנגליש". די סתּירותדיקע געשיכטע פֿון דער רעליגיעזער און קולטורעלער אויפֿלעבונג אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, נאָך דער "פּערעסטרויקע", איז געווען אָפֿט פֿאַרבונדן מיט די ציוניסטישע טוער און אָרגאַניזאַציעס, דערפֿאַר באַנוצן זיך אַ סך רוסיש־רעדנדיקע בעל־תּשובֿות מיטן ישׂראלדיקן נוסח פֿון העברעיִש; אָפֿטמאָל קאָנען אַפֿילו די פֿרומע ייִדן פֿונעם אַלטן דור נישט פֿאַרשטיין דעם "סלענג" פֿון דער פֿרומער יוגנט. דער זשורנאַל "שוואַרץ אויף ווײַס" איז געגרינדעט געוואָרן אין אויגוסט 2005, דורך אַ גרופּע לערער און טוער פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער "ליטווישער" סבֿיבֿה, פֿאַרבונדן מיט דער ירושלימער ישיבֿה "שבֿות־עמי", דעם רוסישן אָפּטייל פֿונעם מיידל־סעמינאַר "נוה־ירושלים", און אַ צאָל אַנדערע בילדונג־אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד און ישׂראל, וואָס פֿאַרנעמען אַ ברייטן אידעאָלאָגישן ספּעקטער, פֿונעם מער טראַדיציאָנעלן צווײַג פֿון די "נאַציאָנאַל-רעליגיעזע" קרײַזן ביז די אַנטי-ציוניסטישע "בריסקער". בערך מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער זשורנאַל פֿאַראינטערעסירט אַ ברייטערן עולם קרײַזן, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער חסידים און אַ טייל וועלטלעכע ייִדן, און ווערט אַלץ מער פֿאַרשפּרייט. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע רוסישע פֿרומע אויסגאַבעס, איז "שוואַרץ אויף ווײַס" אָריענטירט אויף דער "פֿעסטגעשטעלטער" חרדישער אוידיטאָריע, דערפֿאַר האָבן די מחברים נישט מורא צו קריטיקירן שאַרף סײַ די וועלטלעכע ייִדן, סײַ פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען אין די פֿרומע קהילות. אַ סך אַרטיקלען אינעם זשורנאַל ווערן איבערגעזעצט פֿון ענגליש און העברעיִש — למשל, פֿונעם באַקאַנטן זשורנאַל "משפּחה", וועלכער איז טאַקע ענלעך אין אַ סך אַספּעקטן צו "שוואַרץ און ווײַס", ווי אויך פֿון דער צײַטונג "יתד נאמן" און אַנדערע פֿרומע אויסגאַבעס. אַ טייל בעל־תּשובֿות טענהן, אַז אין אַ צאָל פֿאַרשפּרייטע העברעיִשע און ענגלישע רעליגיעזע זשורנאַלן און צײַטונגען, רעדאַקטירט דורך "אײַנגעבוירענע" פֿרומע ייִדן, ווערן צומאָל פֿאַרעפֿנטלעכט מאַטעריאַלן, וואָס באַליידיקן זיי. למשל, די פֿרומע קהילות אין רוסלאַנד ווערן געשילדערט צומאָל ווי "שוואַכע" און "נעבעכדיקע"; להיפּוך, איז די רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון "שוואַרץ און ווײַס", וואָס באַשטייט איצט פֿון דרײַ מענער און צוויי פֿרויען, ווי אויך ס׳רובֿ לייענער, דווקא בעל־תּשובֿות, דערפֿאַר איז דער זשורנאַל, נישט געקוקט אויפֿן שטאַרק־פֿרומען סטיל, מער אָפֿן צו די וועלטלעכע פֿראַגעס און איז צוגעפּאַסט צום רוסיש־רעדנדיקן אינטעליגענטישן עולם; אויף דער וועבזײַט, שטאָלצירן די רעדאַקטאָרן סײַ מיט זייער ייִדישער, סײַ מיט זייער וועלטלעכער בילדונג. אַ טייל פֿון די אַרטיקלען ווערן פּובליקירט אויף דער וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל, www.che-be.com, און רופֿן אַרויס דיסקוסיעס צווישן די רוסיש־שפּראַכיקע "בלאָגערס". דער זשורנאַל האָט, למשל, איבערגעזעצט אין איינעם פֿון די ערשטע נומערן אַן אַרטיקל פֿון הרבֿ אַבֿרהם ווײַנפֿעלד (1930-1987), אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּוסק, וואָס רופֿט אָפּצוטיילן אין ישׂראל די רעליגיע און עטנישן אָפּשטאַם פֿון דער מלוכה. בײַם אָנהייב איז דער אַרטיקל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם תּורה־זשורנאַל "חכמי־לבֿ", און שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן אין "משפּחה". דער רוסישער פֿרומער עולם אַסאָציִיִרט אַזאַ געדאַנק, געוויינטלעך, מיט אַנטי־רעליגיעזע קרײַזן, דערפֿאַר האָט דער אַרטיקל אַרויסגערופֿן אַ ריי הייסע דעבאַטן, וועלכע גייען נאָך אַלץ אָן אויף דער אינטערנעץ. אַ גרויסער טייל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין ישׂראל — סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע — זענען זייער רעכט־געשטימט, און רופֿן אײַנצושטעלן אינעם לאַנד אַן אײַזן-שטרענגע מאַכט אָדער גאָר אַ טעאָקראַטישע "רעגירונג פֿון הלכה". לויט הרבֿ ווײַנפֿעלד, אָבער, קאָן מען נישט פֿאַרשטאַרקן די רעליגיע דורך צוואַנג; אַדרבה, ברענגען די מאַכט־שפּילערײַען פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען בלויז צו חילול־השם, שׂינאה, קאָרופּציע און נאָך טיפֿערע גײַסטיקע פּראָבלעמען; דער מחבר האָט געהאַלטן, אַז די אידעע אָפּצושאַפֿן דעם נאַציאָנאַליסטישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַן אומנאַציאָנאַלע "מלוכה פֿון אַלע בירגער", איז דווקא אַ סך געזונטער, ווי דער הײַנטיקער סתּירותדיקער מצבֿ אינעם לאַנד. דער זשורנאַל באַגרענעצט זיך נישט מיט אינערלעכע רוסלענדישע און ישׂראלדיקע פֿראַגעס, און דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע פֿרומע קהילות אַרום דער וועלט. צום בײַשפּיל, זענען אינעם לעצטן יאַנואַר־נומער פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן צוויי אַרטיקלען וועגן דעם לעבן פֿון די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג, און וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ברוקלינער קוואַרטאַל. די הלכה־פֿראַגעס, וואָס ווערן באַטראַכט אינעם זשורנאַל, ווײַזן אָן אויף זײַן שטאַרק־פֿרומער אָריענטאַציע. הרבֿ משה פּאַנטעליאַט, אַ באַקאַנטער רוסיש־רעדנדיקער תּורה-לעקטאָר, האָט דערציילט וועגן דעם הלכהדיקן סטאַטוס פֿון חזנות־ניגונים, באַגרינדעט אויף ניט־ייִדישע מעלאָדיעס, ווי אויך וועגן זײַן פּערזענלעכער באַציִונגען צו דער וועלטלעכער מוזיק. הרבֿ פּאַנטעליאַט האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט נישט ליב דעם "ראָק", אַרײַנגערעכנט "ביטלס" און "פּינק פֿלויד", און באַטראַכט אים ווי אַ "קוואַל פֿון אוממאָראַלישקייט"; צו די מוזיק־ווערק פֿון הרבֿ שלמה קאַרליבאַך, וועלכע זענען געווען צווישן די סיבות, וואָס האָבן אַמאָל צוגעצויגן דעם מחבר צו פֿרומקייט, באַציט ער זיך דווקא מיט סימפּאַטיע — הגם אין אַ טייל פֿרומע קרײַזן האָבן קאַרליבאַכס ניגונים אויך נישט קיין גוטע רעפּוטאַציע. פֿאַר אַ סך רוסיש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער און בראַסלעווער חסידים, וועלכע האָבן ליב פֿאַרשיידענע מינים מוזיק, פֿון די אירלענדישע פֿאָלקס־לידער ביזן סאַמע "ווילדן" מעטאַל-ראָק, קלינגט אַזאַ מיינונג שטאַרק צו פֿרום. אַ פּאָר באַטייליקטע אין דער אינטערנעץ־דיסקוסיע האָבן באַטאָנט, אַז דער מחבר איז טאַקע גערעכט וועגן "ביטלס" — ווײַל אַזאַ מין ראָק טויג בלויז פֿאַר "נאַרישע קינדער", אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע, שענערע גרופּעס. זינט דער "פּערעסטרויקע" און דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען טויזנטער ייִדן פֿון די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געוואָרן פֿרום; דער בײַשפּיל פֿונעם זשורנאַל "שוואַרץ אויף ווײַס", וועלכער ווערט שוין געדרוקט אָן איבעררײַסן במשך פֿון 3 יאָר, ווײַזט, אַז אין דער רוסישע קהילה טרעפֿן זיך שוין גענוג ייִדן, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַן אייגענעם "אינערלעכן" חרדישן זשורנאַל, און נישט בלויז אין "קירובֿ"־זשורנאַלן; ס׳זעט אויס, אַז די פֿרומע רוסישע קהילות האָבן זיך שוין געשטעלט אויף זייער אייגענע פֿיס, און נייטיקן זיך מער נישט אין דרויסיקע השפּעות. ס׳איז טרויעריק אָבער, וואָס ס׳רובֿ יונגע רוסלענדישע בעל־תּשובֿות ווײַזן אַרויס ווייניק אינטערעס צו ייִדיש און מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע טראַדיציעס. אַפֿילו אַזעלכע ווערטער ווי "שאַבאַט־שאַלאָם" אַנשטאָט "גוט־שבת", און "בירקאַט־האַמאַזאָן" אַנשטאָט "בענטשן", קלינגען אויף רוסיש גאַנץ פֿרעמד און מאָדנע; די הײַנטצײַטיקע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות, אַזעלכע ווי די וויליאַמסבורגער סאַטמאַרער חסידים, ווערן באַטראַכט ווי זעלטענע עקזאָטיק אין די רוסישע פֿרומע קרײַזן, וווּ מע הערט צומאָל נאָך אַלץ אָפּקלאַנגען פֿון דער ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע קעגן ייִדיש און אַשכּנזישער קולטור בכלל. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז עס וועט נאָך קומען די צײַט, ווען די "פֿרומע רוסישע גאַס" וועט זיך פֿאַראינטערעסירן מער מיט ייִדיש און די ייִדישע מינהגים פֿון זייערע זיידע-באָבעס, ווי מיט טעאָרעטישע פֿאָרשונגען וועגן "כּשרות פֿון ראָק־מוזיק" — כּל־זמן עס לעבן נאָך די, וואָס געדענקען די אַלטע טראַדיציעס. רוסיש יידישע קולטורSubmitted by HirshelTzig on Thu, 2008-01-31 18:39.
ר' יואל האט הצלחה אין די הייליגע ארבעט. מיט תורה ווונטשען, הירשל ציג Zei noch redn idish in BirobidzhanSubmitted by leonlab on Fri, 2008-02-01 14:53.
Der eintziger platz in Rusland vu idn un nit-idn noch redn epes idish iz Birobidzhan. Mir muzn kontzentriren undzere krefte oif di farshterkung fun der idisher kehile in Birobidzhan vail dos iz undzer eintzige hofnung oif di videroiflebung fun idish in Rusland. |