|
ראָלאַ (רייזעלע) יוניס |
|
ווי אַזוי קומט אַ פֿילאָסאָפֿין פֿון לבֿנון צו ייִדיש?
אין דער מיטל־עלטער, פֿלעגן אַ סך ייִדישע פֿילאָסאָפֿן שרײַבן זייערע ווערק אויף אַראַביש, ווײַל פֿאַר זיי איז געווען גרינגער אויסצודריקן זייערע געדאַנקען אויף אַ שמועס־שפּראַך, וועלכע פֿאַרמאָגט שוין אַ רײַכן גרייטן וואָקאַבולאַר פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ווען יהודה אבֿן־תּיבון און אַנדערע איבערזעצער האָבן איבערגעטײַטשט אַזעלכע קלאַסישע ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, ווי דעם רמבמ״ס "מורה נבֿוכים" אויף העברעיִש, האָבן זיי געמוזט זיך געבן אַן עצה און אויסטראַכטן אַ סך נײַע ווערטער און פֿראַזעס. אין אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע אַ דירעקטע קאַלקע פֿון אַראַביש.
אין מײַנע אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", דערמאָן איך נישט זעלטן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע. צוליב דער רײַכער און לאַנגער היסטאָרישער ירושה, קאָן אַ ייִדישער שרײַבער זיך באַנוצן אָדער מיט די אַלטע העברעיִשע טערמינען, אָדער מיט די באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע גריכיש־ און לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער. אַזעלכע מחברים, ווי הלל צייטלין און חיים זשיטלאָווסקי, האָבן אָפֿט אַדאַפּטירט אויף אַ מער ייִדישן שטייגער די טערמינאָלאָגיע פֿון די דײַטשישע און רוסישע פֿילאָסאָפֿן. למשל, אַנשטאָט "עקסיסנטענץ" קאָן מען אויף ייִדיש אויסנוצן אַזאַ טראַדיציאָנעל וואָרט ווי "מציאות". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער בעצם אַן אַלטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם אַראַבישן טערמין "וווּדזשוד". עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו הײַנט שפּירט זיך אין דער ייִדישער קולטור אַ השפּעה פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע.
נישט יעדן טאָג טרעפֿט מען אָבער אַן אַראַבישן פֿילאָסאָף, וואָס טראַכט, אַז דווקא ייִדיש האָט אַן אוניקאַלן פֿילאָסאָפֿישן טעם.
ראָלאַ (רייזעלע) יוניס איז אַ מיידל פֿון לבֿנון, וועלכע וווינט אין פּאַריז, באַטייליקט זיך אַקטיוו אין דער אָרטיקער ייִדיש־סצענע און האָט אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין פֿילאָסאָפֿיע. אויף ייִדיש רופֿט זי זיך אָן רייזעלע. אַחוץ דעם גאַנץ פֿליסיקן ייִדיש, פֿראַצויזיש און, פֿאַרשטייט זיך, אַראַביש, קען זיך אויך העברעיִש, ענגליש, פּערסיש, רוסיש און סינהאַלאַ (די הויפּט־שפּראַך פֿון שרי־לאַנקע). ייִדיש איז אָבער פֿאַר איר מער ווי סתּם אַ שפּראַך — ס׳איז אַ פֿילאָסאָפֿיש מיטל, וואָס העלפֿט אויסצולעבן זיך אין דער אומזיכערער וועלט.
אין איר אַנומלטיקער עסיי, דערציילט יוניס, אַז זי איז געבוירן געוואָרן אין ביירוט, אינעם יאָר 1984 בעת דעם בירגערקריג, כּמעט בוכשטעבלעך אונטער די באָמבאַרדירונגען. איר משפּחה איז אַ וועלטלעכע, וואָס שטאַמט פֿון דרוזן און קריסטן־מאַראָניטן, צוויי רעליגיעזע מינאָריטעטן אינעם לאַנד. אין אירע יוגנט־יאָרן, האָט ראָלאַ אַ סך געטראַכט וועגן דער מלחמה. ווי אַזוי קאָן מען זי אויסמײַדן? דעריבער האָט זי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט פֿאַרשיידענע פּאָליטישע אידעען — בפֿרט מיט אַנאַרכיזם — ווי אויך מיט פֿאַרשיידענע מיטלען, וועלכע העלפֿן אַ מענטש אויסצולעבן זיך אין דער וועלט.
ייִדיש איז פֿאַר איר געוואָרן אַזאַ מיטל, ווײַל ס׳איז אַ שפּראַך פֿון גלות, פֿונעם אימיגראַנט, "וווּ עס געפֿינט זײַן פּנים יעדער גר", דערמאָנט יוניס די ווערטער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער.
די יונגע פֿילאָסאָפֿין גלייבט, צוליב אַ ריי פֿאַרשיידענע סיבות, אַז ייִדיש האָט אין זיך נישט קיין אָרט פֿאַר צוואַנג. דערפֿאַר לאָזט עס נישט די שפּראַך צו ווערן אַן "אַמטשפּראַך" פֿון אַן אָפֿיציעלער מאַכט.
אינעם ברייטערן פֿילאָסאָפֿישן זין, איז ייִדיש אַ שפּראַך פֿון הערמענעווטישער פֿרײַהייט. יוניס האָט דערקלערט, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם אַלגעמיינעם "הערמענעווטישן גאונות", וואָס פֿילט זיך אויף יעדן שריט און טריט אין ייִדישקייט. אַזוי ווי בײַם תּורה־לערנען, גיט ייִדיש אַ מעגלעכקייט אויסצוטײַטשן דעם באַדײַט פֿונעם מענטשלעכן לעבן "על־פּי פּרדס", דעם באַפֿרײַערישן כּוח איבערצודרייען אַלע היעראַרכיעס.
ס׳איז טאַקע מערקווירדיק, אַז לשון ייִדיש האָט אַמאָל געהייסן "טײַטש" — די שפּראַך פֿון אָפּטײַטשן. מע קאָן טאַקע זאָגן, אַז הערמענעווטיק — דאָס געביט פֿון פֿילאָסאָפֿיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אינטערפּרעטאַציעס — שטעקט אַפֿילו אינעם נאָמען פֿון אונדזער לשון.
רייזעלע, צי האָסטו געהערט וועגן ייִדיש אין דײַן יוגנט, ווען דו האָסט נאָך געוווינט אין לבֿנון?
איך מיין אַז יאָ, איך האָב שוין געוווּסט, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ שפּראַך, ווײַל מײַן טאַטע האָט זיך אינטערעסירט מיט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין אייראָפּע, און מיר האָבן געהאַט אין דער היים ביכער פֿון פּרימאָ לוי און אַנדערע אַזעלכע. דער טאַטע איז געווען אַן אַרויסגעבער און ער האָט אַמאָל געוואָלט איבערזעצן פּרימאָ לויס ווערק אויף אַראַביש... אַ פּאָר יאָר צוריק האָט עמעצער אַנדערש דאָס געטאָן. איינער פֿון מײַן טאַטנס בעסטע חבֿרים איז געווען אַ פֿראַנצויזישער אַשכּנזישער ייִד, וועלכער פֿלעגט דערציילן וועגן זײַן משפּחה. ער איז געווען מײַן "ייִדישער פֿעטער" און איך האָב באַקומען פֿון אים אַ מין "ייִדישע ירושה", הגם אין מײַן משפּחה זענען נישט געווען קיין ייִדן, אויף וויפֿל איך ווייס.
ווי אַזוי האָסטו זיך אַזוי גוט אויסגעלערנט ייִדיש?
איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש אין 2008, אויף אַ זומער־פּראָגראַם אין בריסל. העברעיִש האָב איך שוין אָנגעהויבן שטודירן אין 2005, אָבער איך האָב תּמיד געהאַט אַ געפֿיל, אַז עס פֿעלט עפּעס. ווען איך האָב באַקומען מײַן פֿילאָסאָפֿיע־דיפּלאָם, האָב איך נישט געוווּסט, וואָס צו טאָן ווײַטער. איך האָב דעמאָלט נישט געהאַט די פֿראַנצויזישע בירגערשאַפֿט און כּמעט נישט געהאַט קיין געלט. כ׳האָב געהאַט שטאַרק מורא, אַז איך וועל מוזן פֿאָרן צוריק קיין לבֿנון. דעמאָלט האָב איך באַשלאָסן זיך אָפּצוגעבן מיט ייִדיש, כּדי צו באַקומען אַן "אויסלעב־מיטל", אַ מין רפֿואה פֿאַר מײַן פּסיכאָלאָגישער קינדהייט־טראַוומע.
צי האָט דײַן אינטערעס צו ייִדיש עפּעס צו טאָן מיט דײַן אָפּשטאַם פֿון די דרוזן, אַ מינאָריטעט־גרופּע אין לבֿנון?
יאָ, ווײַל סײַ דרוזן, סײַ די קריסטן־מאַראָניטן האָבן געליטן פֿון רעליגיעזע רדיפֿות, דערפֿאַר וווינען זיי אין די בערג פֿון לבֿנון, אין פֿאַרגלײַך מיט די סוניטן און אָרטאָדאָקסישע קריסטן. מײַן אינטערעס צו ייִדיש איז טאַקע פֿאַרבונדן מיטן גאַנצן ענין פֿון אויסלעבן אין אַ שווערן מצבֿ.
ווי אַזוי געפֿעלט דיר די ייִדישע סבֿיבֿה אין פּאַריז? מיר איז שטאַרק דאָרטן געפֿעלן.
מיר געפֿעלט זי אויך אַ סך, און אויפֿן פּאַריזער ייִדיש־סימפּאָזיום האָב איך געזאָגט די ברכה "שהחיינו".