- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַר אַ לייענער מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער בילדונג, וועלכער איז גוט באַקאַנט מיטן אַראַמישן טייל פֿונעם תּלמוד, האָבן אַלע אַראַמישע טעקסטן אַ ייִדישלעכן טעם, אַפֿילו ווען די מחברים זענען נישט געווען ייִדן. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי; אַ סך ניט־ייִדישע אַראַמישע טעקסטן זענען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע אָדער דערציילן וועגן דער סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן געוווינט די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן און די חז״ל. די פֿריִיִקסטע אַראַמישע טעקסטן פֿון מיט 3,000 יאָר צוריק, אין אייניקע פֿאַלן אַפֿילו עלטער, דערציילן אַ סך וועגן דער קולטור און דער געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, וווּ ס׳איז אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט די ייִדישע רעליגיע, ווי אויך וועגן דעם לעבן פֿון אַנדערע אוראַלטע פֿעלקער. אַזוי, למשל, אין דער באַרימטער אַראַמישער סטעלע, געפֿונען אין תּל־דן, ישׂראל, אין די 1990ער יאָרן, ווערט דערמאָנט "מלך בית־דוד". אַפֿילו פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד איז גאַנץ קלאָר, אַז אין דער דאָזיקער סטעלע גייט די רייד וועגן אַ מלך פֿון דודס דינאַסטיע, הגם אַ טייל פֿאָרשער פֿון דער סקעפּטישער מחנה באַמערקן, אַז דאָס וואָרט "בית־דוד" איז פֿאַרשריבן בלויז אינעם טעקסט און קאָן מיינען, אין פּרינציפּ, עפּעס אַנדערש. גאָר וויכטיקע ייִדישע דאָקומענטן פֿון דער מיצרישער שטאָט אַלעפֿאַנטינע, אָנגעשריבן מיט 2,500 יאָר צוריק, זענען געפֿונען געוואָרן אויף אַן אַלטן סקלאַד אין עגיפּטן אין אַ וווּנדער־גוטן מצבֿ. איינער פֿון די דאָזיקע כּתבֿ־ידן ווערט געוויזן אינעם אַלט־מיצרישן אָפּטייל בײַם ברוקלינער מוזיי. אַ טייל פֿון די מגילות־ים־המלח איז אויך אַראַמישע, אַרײַנגערעכנט די עלטסטע תּרגומים. אַ מערקווירדיקער טייל פֿון תּנ״ך, ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אויך פֿאַרשריבן אויף אַראַמיש, דער עיקר, אין די ספֿרים פֿון עזרא און דניאל. דער אוראַלטער קלאַסישער אַראַמיש איז גוט אויסגעפֿאָרשט און באַשריבן אין אַ סך ביכער. עס זענען פֿאַראַן אַ צאָל גוטע לערן־ביכער און אַ סך פֿאָרשרונגען וועגן דעם לשון פֿונעם תּלמוד־בבֿלי און תּלמוד־ירושלמי, די ייִדישע תּרגומים און די קריסטלעכע ביבלישע איבערזעצונג "פּשיטתא". די געשיכטע פֿון דער אַראַמישער שפּראַך האָט זיך אָבער נישט אָפּגעשטעלט אין דער תּקופֿה, ווען די דאָזיקע טעקסטן זענען פֿאַרשריבן געוואָרן; נישט ווייניקער זייער וויכטיקע טעקסטן זענען געשאַפֿן אַ סך שפּעטער, און בלײַבן נאָך אַלץ נישט אויסגעפֿאָרשט ווי געהעריק. דער מחבר פֿון די שורות האָט אַמאָל געזוכט ביכער און אַרטיקלען וועגן דער גראַמאַטיק פֿונעם ספֿר־הזוהר — דער יסודותדיקער קאָרפּוס פֿון קבלה־ספֿרים, אָנגעשריבן אין אַן אוניקאַלער פֿאָרעם פֿון אַראַמיש. ס׳זעט אָבער אויס, אַז בלויז אַ פּאָר פֿאָרשער האָבן זיך ערנסט אינטערעסירט מיט דער זוהר־שפּראַך פֿון דער לינגוויסטישער פּערספּעקטיוו. גרשום שלום, דער באַקאַנטער וועלטלעכער קבלה־פֿאָרשער, האָט "געפּסקנט", אַז דער זוהר איז נישט אַן אוראַלטער דאָקומענט, וואָס שטאַמט פֿון רבי שמעון בר יוחאיס תּקופֿה, ווי מע גלייבט אין די טראַדיציאָנעלע פֿרומע קרײַזן, נאָר אַ שפּעטערדיק ווערק פֿונעם שפּאַנישן מקובל משה די ליאון. ממילא, לויט שלומען, איז עס נישט אָנגעשריבן אויף דער "עכטער" אַראַמישער שפּראַך. אַ צאָל אַנדערע פֿאָרשער האָבן שפּעטער קלאָר אָנגעוויזן, אַז לכל־הפּחות אַ טייל מיסטישע געדאַנקען אינעם זוהר שטאַמען פֿון זייער אַלטע צײַטן, אַפֿילו מיט הונדערטער יאָרן עלטער, ווי רבי שמעון בר יוחאי. ס׳איז אָבער אויך קלאָר, אַז דער זוהר־קאָרפּוס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אין זײַן הײַנטיקער פֿאָרעם טאַקע אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה. דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז די אַראַמישע שפּראַך פֿונעם דאָזיקן מאָנומענט פֿון ייִדישקייט, איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿון ייִדישער טעאָליגיע, פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָלק־טראַדיציע, פֿאָדערט נישט קיין סיסטעמאַטישע פֿאָרשונגען. אין אַ סך אוניווערסיטעטן פֿירט מען קורסן פֿון "נײַער לאַטײַן" — האַלב־קינסטלעכע פֿאָרעמס פֿון דער לאַטײַנישער שפּראַך אין די ביכער פֿון אַזעלכע גרויסע אייראָפּעיִשע פֿילאָסאָפֿן און וויסנשאַפֿטלער, ווי לײַבניץ און ניוטאָן. אַוודאי, האָבן די מחברים נישט געקענט די "עכטע" שפּראַך פֿון די אוראַלטע רוימער און האָט צוגעטראַכט אַ סך אייגענע טערמינען און, צומאָל, גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס. דאָס זעלבע קאָן מען אויך זאָגן וועגן דעם מיטל־עלטערלעכן העברעיִש. אַ סך באַקאַנטע קלאַסישע פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים זענען אָנגעשריבן אויף אַ זייער ספּעציפֿישער פֿאָרעם פֿון לשון־קודש, ווײַל די מחברים האָבן גערעדט אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן אויף אַראַביש און געפּרוּווט איבערצוגעבן זייער שמועס־שפּראַך אויף העברעיִש. אין די חסידישע ספֿרים פֿילט זיך אויך אַ שטאַרקע ייִדישע השפּעה, ווײַל לשון־קודש איז פֿאַר די מחברים געווען אַן אויסגעלערנטע ליטעראַרישע שפּראַך. דערפֿאַר, אויב אַפֿילו דער זוהר איז טאַקע געשאַפֿן געוואָרן אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה, פֿאָדערט דער זוהרישער אַראַמיש פּונקט אַזאַ אויפֿמערק, ווי די "נײַע לאַטײַן" און דער מיטל־עלטערלעכער העברעיִש. ס׳איז פֿאַראַן אַ וווּנדערלעכע וועבזײַט, וווּ עס זענען צונויפֿגעקליבן די אַראַמישע טעקסטן פֿון די עלטסטע תּקופֿות ביזן מיטל־עלטער: דער דאָזיקער וועב־פּראָיעקט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַן אינטערנאַציאָנאַלער גרופּע פֿאָרשער מיטן צענטער אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" אין סינסינעטי. אַחוץ די קריסטלעכע ביבלישע איבערזעצונגען, וועלכע ווערן פֿאַרשריבן מיט אַן אייגענער טראַדיציאָנעלער ווערסיע פֿון אלף־בית, זענען אַלע טעקסטן אַרויסגעשטעלט אויף דער דאָזיקער וועבזײַט מיט ייִדישע אותיות, הגם מע קאָן אויך אויסקלײַבן אַ לאַטײַנישע טראַנסליטעראַציע. מע קאָן אויפֿזוכן אַ געוויס וואָרט אָדער סתּם איבערלייענען די טעקסטן, אַרײַנגערעכנט די דערמאָנטע אוראַלטע סטעלעס, וווּ עס ווערט דערמאָנט אַ מלך פֿון בית־דוד; צענדליקער אַראַמישע מגילות פֿונעם ים־המלח; די תּרגומים, אַראַמישע טיילן פֿון גמרא, זעלטענע מדרשים, בריוו פֿון בר־כּוכבא, תּשובֿות פֿון גאונים און אַנדערע ייִדישע דאָקומענטן. דער זוהר אַליין איז אָבער, צום באַדויערן, אויף דער דאָזיקער וועבזײַט נישטאָ. אַ סך נוצלעכע מאַטעריאַלן פֿאַר די, וואָס לערנען זיך אַראַמיש, געפֿינען זיך אויף אַן אַנדער וועבזײַט, וועלכער פֿאָקוסירט זיך אויף קריסטלעכע סירישע טעקסטן, אָבער אַנטהאַלט אויך אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ייִדישן תּרגום־לשון: http://www.peshitta.org/beth-sapra/ די דערמאָנטע אינטערנעץ־רעסורסן קאָנען העלפֿן די פֿאַראינטערעסירטע מענטשן דורכצופֿירן אומאָפּהענגיקע פֿאָרשונגען. ווי דערמאָנט, ווערט איינער פֿון די גרעסטע און וויכטיקסטע דענקמעלער פֿון דער אַראַמישער ליטעראַטור, דער ספֿר־זוהר, וועלכער באַשטייט, אין דער אמתן, פֿון אַ גאַנצן קאָרפּוס ספֿרים — כּסדר איגנאָרירט ווי אַן "אומאויטענטישער". אַפֿילו אויף דער דערמאָנטער וועבזײַט, וועלכע שטעלט דעם ציל צונויפֿצוברענגען אַלע אַראַמישע טעקסטן, איז נישטאָ קיין וואָרט וועגן דעם יסודותדיקן קבלה־ספֿר; אַפֿילו אַ גיכער פֿאַרגלײַך־אַנאַליז פֿונעם זוהר, אין פֿאַרגלײַך מיט די מאַנדעיִשע און מאַניכעיִשע גנאָסטישע טעקסטן אויף אַראַמיש, ווײַזט אַ וווּנדערלעכע ענלעכקייט אין טערמינאָלאָגיע און טעמאַטיק. אַזעלכע ענלעכקייטן ווײַזן, לכאורה, אויף די אוראַלטע שרשים פֿון די קאָנצעפּציעס, וועלכע ווערן דערקלערט אינעם זוהר. |