|
שרי אָראָבינדאָ |
|
מיט 140 יאָר צוריק, איז אין קאַלקוטע געבוירן געוואָרן אָראָבינדאָ גהאָש (1872—1950) — אַ גרויסער בענגאַלישער רעוואָלוציאָנער, פֿילאָסאָף, מיסטיקער און פּאָעט, באַקאַנט אין זײַן היימלאַנד, אינדיע, און אין דער וועלט מיטן טיטל שרי ("דער גרויסער" אָדער "דער הייליקער") אָראָבינדאָ.
ווען איך האָב זיך צוערשט באַקענט מיט אָראָבינדאָס מיסטישע טעאָריעס און מיט זײַן "אינטעגראַלער יאָגע", האָב איך באַלד באַמערקט אַ גאַנצע ריי בפֿירושע ענלעכקייטן צו קבלה און חסידות. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״ד־חסיד און אַן אָריגינעלער דענקער פֿון אַ לינק־אַנאַרכיסטישן שניט, דערקלערט אין זײַן ווערק־זאַמלונג "במלכות היהדות", אַז ראַבינדראַנאַט טאַגאָר, דער באַרימטער אינדישער פּאָעט און שרײַבער, האָט געהאַט, מעגלעך, אַ ייִדישע נשמה און איז געווען דערפֿאַר אַ ייִד אינעם גײַסטיקן זין פֿון וואָרט. מע קאָן זאָגן, אַז אָראָבינדאָ, טאַגאָרס אַ לאַנדסמאַן, זײַנער אַ באַקאַנטער און אַ מיטדענקער, איז נאָך מער ייִדישלעך.
אין אָראָבינדאָס פֿאַל איז עס אָבער מער ווי אַ גײַסטיקע ענלעכקייט און גילגולי־נשמות. זײַן בעסטע חבֿרטע, צוזאַמען מיט וועלכער ער האָט אָרגאַניזירט זײַן יאָגע־באַוועגונג, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי און ער איז געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון אַ מיסטעריעזן ייִדישן מחבר, וועלכע זענען פֿול מיט קבלה־געדאַנקען.
ד״ר קרישנאַ דהאַן גהאָש דער טאַטע פֿונעם קומענדיקן גרויסן דענקער, האָט געשיקט זײַן זון, וועלכער איז דעמאָלט געווען אַ קליין קינד, אין אַן אָרטיקער ענגלישער שול. אינעם יאָר 1879, איז דער יונגער אָראָבינדאָ אַוועקגעפֿאָרן קיין מאַנטשעסטער. לעבנדיק אין ענגלאַנד, האָט ער באַקומען אַ גלענצנדיקע בילדונג אין אַן אויסגעצייכנטער מיטל־שול, און איז געגאַנגען זיך לערנען אינעם אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט. די אָרעמע משפּחה האָט נישט געהאַט גענוג געלט פֿאַרן אוניווערסיטעט; דער יונגער אָראָבינדאָ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסן טאַלאַנט און האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע, און האָט געהאָפֿט צו ווערן אַ באַאַמטער פֿונעם פּרעסטיזשפֿולן "אינדישן בירגער־דינסט" (ICS), אַ בריטישע רעגירונג־אָרגאַניזאַציע.
צוערשט, איז אָראָבינדאָ מסכּים געווען צו ווערן אַ מלוכישער באַאַמטער. אינעם יאָר 1893 האָט ער פֿאַרלאָזט ענגלאַנד און אַוועקגעפֿאָרן צוריק קיין אינדיע. זײַן טאַטע האָט דערהערט די פֿאַלשע קלאַנגען, אַז זײַן זונס שיף איז, כּלומרשט, דערטרונקען געוואָרן אויפֿן וועג, און איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ שאָק. ווען אָראָבינדאָ האָט אָנגעהויבן דינען פֿאַר דער רעגירונג, איז ער געוואָרן אַלץ מער אומצופֿרידן מיטן בריטישן קאָלאָניאַליזם, און איז געוואָרן, צו ביסלעך, אַן אַנטי־בריטישער רעוואָלוציאָנער. אינעם יאָר 1908 איז ער אַרעסטירט געוואָרן אין שײַכות מיטן אַטענטאַט קעגן הויך־ראַנגיקע בריטישע באַאַמטע אין דער שטאָט אַליפּאָר. על־פּי־טעות, האָבן די רעוואָלוציאָנערן געוואָרפֿן אַ באָמבע אין אַן אַנדער קאַרעטע, וווּ עס זענען געפֿאָרן צוויי אומשולדיקע ענגלישע פֿרויען. אָראָבינדאָ איז נישט געווען דירעקט פֿאַרמישט אין דעם, אָבער מע האָט אים אײַנגעזעצט צוזאַמען מיט זײַנע מיליטאַנטישע חבֿרים.
|
דער סימבאָל פֿון אָראָבינדאָס |
|
אָראָבינדאָ האָט שוין לאַנג שטודירט די אינדישע גײַסטיקע חכמות. דאָס יאָר, וואָס ער איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט אויף אים איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם. ער האָט באַשלאָסן צו ווידמען זײַן צוקונפֿטיק לעבן ריין־רוחניותדיקע ענינים. ווען מע האָט אים באַפֿרײַט, האָט לאָרד מינטאָ, דער בריטישער גענעראַל־גובערנאַטאָר פֿון אינדיע, באַמערקט, אַז ווי אַ גײַסטיקער דענקער וועט אָראָבינדאָ ווערן נאָך מער סכּנותדיק ווי ווען ער איז געווען אַ קעמפֿער קעגן דער אימפּעריע.
אינעם יאָר 1914 איז אַ ייִדישע פֿרוי פֿון אַ ספֿרדישער משפּחה, מיטן נאָמען מיראַ (מרים) אַלפֿאַסאַ, אָנגעקומען פֿון פּאַריז קיין פּאָנדיטשערי, אינדיע, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט אָראָבינדאָ. דער אינדישער מיסטיקער איז שטאַרק נתפּעל געוואָרן פֿון איר און האָט דערקלערט, אַז זי געפֿינט זיך מיט אים אויף אַ גלײַכער גײַסטיקער מדרגה. שרי אָראָבינדאָ און מיראַ אַלפֿאַסאַ, וועלכע איז באַקאַנט ווי "די מוטער", איז טאַקע געוואָרן די גײַסטיקע מוטער פֿון איר שותּפֿס טעטיקייט. נאָך אָראָבינדאָס טויט, אין 1950, האָט זי געשאַפֿן אַ גרויסע קאָמונע, דאָס שטעטל מיטן נאָמען אָראָוויל, לכּבֿוד אָראָבינדאָ, און האָט ממשיך געווען צו פֿאַרשפּרייטן די שיטה פֿון "אינטעגראַלער יאָגע".
|
מיראַ אַלפֿאַסאַ |
|
אַלפֿאַסאַ איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1973. טויזנטער מענטשן אין אינדיע האַלטן פֿון איר גאָר שטאַרק און אַפֿילו פֿאַרגעטלעכן זי. זי איז געווען אַ נאָענטע חרבֿטע פֿון דער אינדישער פּרעמיער־מיניסטאָרין אינדיראַ גאַנדי, און האָט זיך באַטייליקט אין אַ ברייטער ספֿערע פֿון סאָציאַלער טעטיקייט, אַחוץ מיסטישע ענינים.
אַלפֿאַסאַס ערשטער רבי, פֿון וועלכן זי האָט אויסגעלערנט אַ סך עזאָטערישע סודות, איז געווען אַ ייִד מיטן נאָמען מאַקס טעאָן — איינער פֿון די סאַמע מיסטעריעזע מענטשן אין דער וועלט. אַ טייל היסטאָריקער גיבן איבער, אַז ער האָט געהייסן לויִס־מאַקסימיליאַן בימשטיין, און אַז זײַן טאַטע איז געווען אַ רבֿ און אַ מקובל אין פּוילן, יהודה־לייב בימשטיין. זײַנע נאָכפֿאָלגער אין ישׂראל — אַן אינטערעסאַנטע פּרשה פֿאַר זיך — האַלטן, אַז ער איז געווען אַ פֿרומער חסידישער ייִד מיטן נאָמען אליעזר־מרדכי תּאיון, וועלכער האָט באַקומען אַ ברכה פֿון עפּעס אַ מקובל צו פֿאַרשפּרייטן קבלה צווישן דעם נישט־ייִדישן עולם, כּדי צו ברענגען אַ גרויסן תּיקון אין דער וועלט. ווען דער דאָזיקער מענטש — אַלע זענען מסכּים, אַז דעם פֿאַמיליע־נאָמען האָט ער צוגעטראַכט — האָט געוווינט אין עגיפּטן, האָט ער זיך גערופֿן אויף אַ כּמו־מוסולמענישן שטייגער, אַיאַ־אַזיז טעאָן.
|
מאַקס טעאָן (אליעזר־מרדכי בימשטיין) |
|
מאַקס טעאָן האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין שאַפֿן אַ צאָל מיסטישע קרײַזן אַרום דער וועלט. זײַנע ביכער אויף פֿראַנצויזיש זענען טאַקע פֿול מיט קבלה, הגם ער מײַדט בכּיוון אויס קבלה־טערמינען און טראַכט אויס אַן אייגענע טערמינאָלאָגיע, וואָס קלינגט נענטער צום אייראָפּעיִשן נישט־ייִדישן אָקולטיזם. זיי ווערן הײַנט פֿאַרשפּרייט אין העברעיִשע איבערזעצונגען דורך דער ירושלימער חבֿרה "חוגי־אַרגמן", געגרינדעט דורך פּאַסקאַל טעמאַנליס — אַן אַנדער מיסטעריעזער מענטש פֿון פֿראַנצויזיש־ייִדישן אָפּשטאַם. זײַנע עלטערן, לויִס און קלער טעמאַנליס, זענען געווען טעאָנס חסידים און נאָענטע פֿרײַנד, און האָבן אָנגעפֿירט מיט דעם פּאַריזער צווײַג פֿון טעאָנס "קאָסמישער באַוועגונג".
אַלען גרינפֿילד, אַן אַמעריקאַנער אָקולטיסט און מאַסאָן, שרײַבט אין איינעם פֿון זײַנע ביכער, אַז מאַקס טעאָנס טאַטע, אַ פּוילישער רבֿ פֿון וואַרשע, איז געווען אַ באַהאַלטענער פֿראַנקיסט. אין טעאָנס אָריגינעלע ווערק אויף פֿראַנצויזיש ווערט נישט איינמאָל דערמאָנט די טעמע פֿון מיסטישע סעקסועלע ריטואַלן, וואָס קאָן טאַקע זײַן אַ סימן פֿון פֿראַנקיסטישער השפּעה; לויט גרינפֿעלדן, האָט שרי אָראָבינדאָ באַמערקט, אַז טעאָנס סיסטעם דערמאָנט די אינדישע טראַדיציעס פֿון טאַנטרע — אַן עזאָטערישע טראַדיציע, וועלכע האָט אָפֿט צו טאָן מיט סעקס. אין די העברעיִשע רעדאַקציעס פֿון טעאָנס ווערק, וואָס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער פֿרומער חבֿרה "חוגי־אַרגמן" אין ירושלים, האָט מען אַזעלכע קאָנטראָווערסאַלע טעמעס אָפּגעשוואַכט אָדער אינגאַנצן אויסגעמיטן.
פּאַסקאַל טעמאַנליס, אַ פֿראַנצויזישער פּאָעט און זשורנאַליסט, איז געווען פּערזענלעך באַקאַנט מיט ראַבינדראַנאַט טאַגאָר, פּאָל וואַלערי און אַנדערע באַרימטע פּאָעטן און פֿילאָסאָפֿן. זײַן בוך וועגן דעם בעל־שם־טובֿ אויף פֿראַנצויזיש טראָגט אַ ראָמאַנטיש־באָהעמישן טעם און דערמאָנט אויף מאַרטין בובערס נעאָ־חסידישן ראָמאַנטיזם. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער געקעמפֿט קעגן די נאַציס ווי אַ פּאַרטיזאַנער אינעם פֿראַנצויזישן ווידערשטאַנד. שפּעטער, נאָך זײַן עמיגראַציע קיין ישׂראל אין 1949, איז טעמאַלניס געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון טראַדיציאָנעל־פֿרומער קבלה און אַן אויסגעשפּראָכענער שׂונא פֿון ניט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע באַוועגונגען ביז זײַן טויט אינעם יאָר 2000. די חבֿרה "חוגי־אַרגמן" איז ממשיך נאָך הײַנט צו פֿאַרשפּרייטן מאַקס טעאָנס שיטה און טעמאַלניסעס באַאַרבעטונג. מיראַ (מרים) אַלפֿאַסאַ איז געבוירן געוואָרן אין אַ וועלטלעכער ספֿרדישער משפּחה. פֿון קינדווײַז אָן איז זי געווען פֿאַבונדן מיט פּאַריזער קינסטלערישע, באָהעמישע און מיסטיש־אָקולטיסטישע קרײַזן, דורך וועלכע זי האָט זיך גוט באַקענט מיט דער משפּחה טעמאַלניס און מיט טעאָנען. זי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט הינדויִזם; פֿונעם יאָר 1926, ווען זי האָט געגרינדעט אָראָבינדאָס אַשראַם, ביז איר טויט, אין 1973, האָט זי זיך אַקטיוו פֿאַרנומען מיט גײַסטיקער טעטיקייט; טויזנטער אינדיער באַטראַכטן זי ווי אַן עכט־אינדישע הייליקע פֿרוי. אַ געוויסע השפּעה פֿון קבלה דריקט זיך אָבער אויס גאַנץ קלאָר אין איר ביאָגראַפֿיע און איבערגעלאָזט אַ רושם אויף איר באַרימטן שותּף, שרי אָראָבינדאָ. למשל, זי האָט אויסגעקליבן מאַקס טעאָנס סימבאָל פֿאַר אָראָבינדאָס באַוועגונג — אַ מגן־דוד מיט אַ לאָטאָס־בלום.
אַ טייל היסטאָריקער מיינען, אַז אַלפֿאַסאַ האָט געגרינדעט דאָס שטעטל אָראָוויל — אַ גרויסע קאָמונע מיט איבער צוויי טויזנט אײַנוווינער, וווּ עס ווערט נישט באַנוצט קיין געלט־עקאָנאָמיע — נאָכן מוסטער פֿון ישׂראלדיקע קיבוצים, און געוואָלט דערמיט שאַפֿן אַ מין "אינטערנאַציאָנאַלן קיבוץ". אָראָבינדאָ האָט געשטיצט אַן אייגענע גײַסטיקע ווערסיע פֿון אַנאַרכיסטישן קאָמוניזם, און קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַן אינדישער קראָפּאָטקין אָדער טאָלסטוי.
אַחוץ דעם דערמאָנטן סימבאָל, זענען אין אָראָבינדאָס אינטעגראַלער יאָגע פֿאַראַן אַ ריי וויכטיקע ספּעציפֿישע עלעמענטן, וועלכע זעען אויס גאָר נאָענט צו קבלה. דער צענטראַלער געדאַנק פֿון זײַן שיטה איז דער קאָסמישער תּיקון־העולם, פֿאַרבונדן מיטן אַקטיוון קאַמף פֿאַרן סאָציאַלן יושר. לויט אָראָבינדאָ, איז די וועלט געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ געטלעכער "זעלבסט־באַגרענעצונג" — דורכן "צימצום", ווי די דאָזיקע קאָנצעפּציע ווערט אָנגערופֿן אין קבלה. אָראָבינדאָס סימבאָליזם פֿון מענערלעכע און ווײַבלעכע אַספּעקטן פֿון געטלעכקייט איז אויך זייער נאָענט צו קבלה, הגם אַזאַ וועלט־באַנעם איז אויך פֿאַרשפּרייט אין געוויסע שטראָמען פֿון הינדויִזם. לויט אָראָבינדאָס אינטעגראַלער יאָגע, קאָן אַ מענטש אַנטפּלעקן אין דער פֿולער מאָס זײַן "צלם־אלוקים" — דאָס געטלעכע געשטאַלט — דורך מעדיטאַציעס און מעשׂים־טובֿים.
שרי אָראָבינדאָס "סאָציאַלע יאָגע" קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט דער שיטה פֿונעם גרויסן מקובל יהודה־לייב אַשלג, אָראָבינדאָס אַ מיטצײַטלער. אַ סך עלעמענטן פֿון ביידע שיטות זענען זייער גאָר ענלעך. אָראָבינדאָס קבלה־השפּעה איז געווען אַן אומדירעקטע און דערצו פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע מיסטעריעזע מענטשן ווי מאַקס טעאָן — מעגלעך, אַ שבתי־צבֿיניק אָדער פֿראַנקיסט. פֿונדעסטוועגן, זעט מען די ענלעכקייט גאַנץ דײַטלעך.
אַ סך יונגע ייִדן אינטערעסירן זיך הײַנט מיט ווײַט־מיזרחדיקע מיסטישע טראַדיציעס. אָראָבינדאָס אינטעגראַלע יאָגע איז צווישן די פּאָפּולערסטע; צוויי פּראָצענט אײַנוווינער פֿונעם "קיבוץ" אָראָוויל אין אינדיע זענען ישׂראלים, און נאָך אַ גרעסערער טייל — ייִדן פֿון אַרום דער וועלט. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז אָראָבינדאָ — זיכער אַ גרויסער און זייער אָריגינעלער דענקער — האָט אַליין געשעפּט, אַחוץ אַנדערע קוואַלן, פֿון דער ייִדישער קבלה.