דער אַלטער בראַצלעווער קלויז אין אומאַן |
מיט צוויי חדשים פֿריִער האָט דער אינסטיטוט פֿאַרענדיקט אַן אַנדער ריזיקן פּראָיעקט, די 15־בענדיקע ענגלישע אויסגאַבע פֿון "ליקוטי־מוהר״ן", רבי נחמנס וויכטיקסטן ספֿר. די באַזוכער פֿון דער וועבזײַט ״Breslov.org״ קאָנען שוין אַראָפּלאָדן אַ קליינעם טייל פֿון רב נתנס "הלכות־תּפֿילין", איבערגעזעצט דורך עוזר בערגמאַן.
"ליקוטי הלכות" איז אײַנגעטיילט לויט דעם סדר פֿונעם "שולחן ערוך", אָבער האָט ווייניק צו טאָן מיט דער הלכה אינעם בוכשטעבלעכן זין; ס׳איז אַ סעריע פֿון קבלה־דרשות מיט אַ ספּעציפֿישן בראַצלעווער טעם.
למשל, אינעם פֿאַרעפֿנטלעכטן איבערגעזעצטן פֿראַגמענט גייט אַ רייד וועגן פֿאַרבינדונגען צווישן מורה־שחורה און עראָטישע געפֿילן; וועגן דעם כּוח פֿון אַן עכטן צדיק; וועגן תּפֿילין ווי אַ פֿאַלישן סימבאָל אין שײַכות צו בושה און ליבע; וועגן דעם מענטשלעכן אַחדות ווי אַ קאָלעקטיוון גײַסטיקן "תּפֿילין"; און וועגן די סימבאָלישע באַציִונגען צווישן דער שבתדיקער מנוחה, זיווג מיט אַ פֿרוי און משיחישער גאולה.
ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס רבי נחמנס חסידות האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַ גאַנצע ריי פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן, שרײַבער און פּסיכאָאַנאַליטיקער. פֿון דער אַנדערער זײַט, טרעפֿן זיך צווישן גאַנץ טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער רבנים אַזעלכע, וואָס שטודירן בודיזם, פֿרוידישע פּסיכאָלאָגיע און אַנדערע טעמעס, וועלכע ווערן זעלטן דערמאָנט אין אַנדערע חסידישע סבֿיבֿות. דער טיף־אינטעלעקטועלער דרך פֿון בראַצלעוו וואַרפֿט אָפּ, בדרך־כּלל, די משׂכּילישע ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקוסירט זיך אויף דער מענטשלעכער עקזיסטענץ, ראָמאַנטישער אינטויִציע און פּסיכאָלאָגיע.
הײַנט קאָן מען צווישן רבי נחמנס נאָכפֿאָלגער געפֿינען פֿאַרשיידענע ראַדיקאַל־געשטימטע מענטשן, פֿון עקסטרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס ביז נטורי־קרתּאניקעס און אַפֿילו מיטגלידער פֿון דער לינקער גרופּע "אַנאַרכיסטן קעגן דער וואַנט", וועלכע האָבן אויסגעקליבן זייער קאַמף קעגן דעם ישׂראלדיקן זיכערהייט־מויער ווי אַ סימן פֿון זייער אַלגעמיינער קעגנערשאַפֿט לגבי אַלע מלוכות און גרענעצן אין דער וועלט.
אַ טייל קריטיקער מיינען, אַז אַ מערקווירדיקער פּראָצענט פֿון כּלערליי ראַדיקאַלן אין דער הײַנטיקער בראַצלעווער באַוועגונג האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס זי איז פֿרײַנדלעך צו "ווילדע" בעל־תּשובֿות. אין דער אמתן, אָבער, איז אַזאַ עלעמענט געווען פֿון אָנהייב אָן בולט צווישן רבי נחמנס נאָכפֿאָלגער. אַדרבה, "ליקוטי הלכות" און אַנדערע קלאַסישע בראַצלעווער ספֿרים זענען אָנגעשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַ בפֿירוש ראַדיקאַלער סבֿיבֿה.
רב נתן שטערנהאַרצס "ליקוטי הלכות", אַן אַלטע לעמבערגער אויסגאַבע |
אַ באַזונדער שטאַרקע אָפּאָזיציע מצד די מתנגדים האָט אַרויסגערופֿן רב נתנס אַלטער קלויז אין אומאַן.
אין די 1830ער יאָרן, האָט רב נתנען זיך אײַנגעגעבן צו זאַמלען דאָס געלט און אויפֿצושטעלן אַ ציגעלנע שיל, וווּ די ענטיזיאַסטישע חסידים, על־פּי־רובֿ גאָר אָרעמע בעלי־מלאָכות, האָבן אײַנגעפֿירט אַן אַטמאָספֿער פֿון ברודערשאַפֿט און פֿאַראַכט צו געלט און גשמיותדיקע פֿאַרגעניגנס. אין יענער תּקופֿה, האָט רב נתן באַוויזן, פֿאַרן טויט, צו פּובליקירן דעם ערשטן טייל פֿון זײַנע "ליקוטי־הלכות"; די חסידים האָבן ממשיך געווען צו פֿאַרעפֿנטלעכן רב נתנס ווערק. רב סנדר טירהאָוויצער, וועלכער האָט אָרגאַניזירט אַ רעמאָנט אינעם אָרעמען קלויז אינעם יאָר 1866, האָט דאָרטן געשאַפֿן אַן עכטע קאָמונע. ווען ער איז געוואָרן אַ חסיד, האָט ער אָפּגעגעבן זײַן גאַנצן פֿאַרמעגן פֿאַר צדקה און פֿאַרזאַמלט אַרום זיך אַ קרײַז פֿון חסידים, וועלכע פֿלעגן אַרײַנוואַרפֿן יעדן פֿרײַטיק אין אַן אַלגעמיינער קאַסע דאָס גאַנצע געלט, וואָס זיי האָבן פֿאַרדינט במשך פֿון דער וואָך; נאָכן שבת, פֿלעגט יעדער נעמען פֿון דער קאַסע וואָס מע דאַרף — נאָך מיט צענדליקער יאָרן פֿאַר דעם, ווען קאַרל מאַרקס האָט פֿאַרשפּרייט דעם קאָמוניסטישן לאָזונג "פֿון יעדן לויט זײַן פֿעיִקייט, צו יעדן לויט זײַנע באַדערפֿענישן". רבי נחמן טשערינער, אַ פּראָמינענטער חסיד פֿון יענער תּקופֿה, שרײַבט, אַז שבת טאָר מען נישט האַנדלען, ווײַל אין משיחס צײַטן וועלן די געלט־באַציִונגען אינגאַנצן בטל ווערן.
אַן אַנדער כאַראַקטעריסטישער שטריך פֿון דער בראַצלעווער באַוועגונג איז אַ געוויסע נטיה צו אוניווערסאַליזם. אַ גאַנץ דאָרף פֿון אוקראַיִנישע פּויערים האָט זיך אַמאָל מגייר געווען, אונטער דער בראַצלעווער השפּעה; ס׳קאָן זײַן, אַז די פּויערים האָבן אויך הויך אָפּגעשאַצט רבי נחמנס נאָענטקייט צו דער ווילדער נאַטור.
אין דער סאָוועטישער תּקופֿה איז אינעם אַלטן אומאַנער קלויז געווען אַ פֿאַבריק. די מאַכט האָט אַכזריותדיק גערודפֿט די חסידים, וועלכע האָבן כּסדר געזאַמלט אַ מנין לעבן דער אַלטער שיל, במשך פֿון דער גאַנצער סאָוועטישער תּקופֿה. הרבֿ מיכל דאָרפֿמאַן, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די געהיימע מנינים, האָט געאַרבעט ווי אַ שלאָסער אין מאָסקווע. די אַזוי־גערופֿענע "סאָציאַליסטישע" מלוכה האָט געוויזן איר אמתן פּרצוף, מיט אירע רדיפֿות קעגן אַ שיל, וווּ עס האָבן געדאַוונט פּשוטע ייִדישע אַרבעטער, וועלכע האָבן אַפֿילו אָרגאַניזירט דאָרטן אַ קאָמונע, נאָך לאַנג פֿאַר דער רעוואָלוציע.
בערך מיט אַ יאָר צוריק האָט די אוקראַיִנישע רעגירונג באַשלאָסן אומצוקערן דעם דאָזיקן היסטאָרישן בנין דער חסידישער קהילה; אַ טייל קריטיקער זענען אָבער חושד, אַז דאָס קאָן ווערן אַ סיבה פֿאַר אַ קריגערײַ צווישן פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן פֿאַרוואַנדלט די יערלעכע חסידישע נסיעות קיין אומאַן אויף ראָש־השנה אין אַ גרויס און רײַכן טוריזם־געשעפֿט, אויך אין אַ צבֿיעתדיקער סתּירה מיט די דערמאָנטע טראַדיציעס פֿון די אַמאָליקע חסידים.