- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד. געוויינטלעך, ווען מע שעלט עפּעס אויף ייִדיש, "שיקט" מען עס אין דר׳ערד. מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער, האָבן צוויי מענער, אַ האַוואַיִשער יוריסט און באָטאַניקער, און אַ שפּאַנישער שרײַבער, אָנגעקלאָגט אינעם קרײַז־געריכט פֿון האָנאָלולו, אַז די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער פּלאַנירן אַן עקספּערימענט, וועלכער וועט, כּלומרשט, אַרײַנציִען די ערד גופֿא אין אַ "שוואַרצער לאָך". אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס הילטאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומבאַרירטער ווילדער נאַטור. אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן געכאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרילינג-מיגראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבערגעגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן געביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט. אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך, וווּ עס ווערט געבראַכט אַ קליינע צאָל ייִדישע שפּריכווערטער, וועלכע דער מחבר האָט געהאַלטן פֿאַר די וויכטיקסטע, שטייט, אַז דער אויסדרוק "קיין צוויי נישט קענען ציילן" איז אַ סינאָנים פֿון אַ גאָר נאַיִוון מענטש אָדער אַ נאַר. ענלעכע אויסדרוקן ווערן גענוצט אויך אויף ענגליש, רוסיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן עלעמענטאַרער אַריטמעטיק. מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין. יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטעקערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַמאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנעלער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייניקער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענערגיע-קוואַל. אויב איר מיינט אַז איך טרײַב כּתּבֿות, מוז איך זיך גלײַך, אויפֿן אָרט מודה זײַן, אַז איך פּראַווע נישט קיין לצנות און אַז איך בין טויט־ערנסט. אויף מײַן ערנוואָרט, ווי איך בין אַ ייִדענע. נישט נאָר האָב איך געהערט, נאָר איך בין שוין אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן זיבעצנטן שטאָק פֿון אַ ריזן געבײַדע אין נתניה, מיט אַ "שבת־עלעווייטאָר". דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן שטאָק באַזונדער, און די שומרי־שבת־ייִדן זײַנען אויסגעשטיגן. איך ווייס ניט, צי ס׳איז פֿאַראַן אַן "אָפֿיציעלע" דעפֿיניציע פֿון קליין-שטעטלדיקייט. אויף וויפֿל איך ווייס, האַלט מען עס פֿאַר פּראָווינציעלקייט, אינטעלעקטועלער באַגרענעצטקייט און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. איך, אָבער, האָב מײַן אייגענעם באַגריף פֿון קליין-שטעטלדיקייט: בײַ מיר ווערט עס אַסאָציִיִרט מיט כראָנישער ניט-צופֿרידנקייט — ווען יעדער דורכגעמאַכטער טראָט און יעדער דורכגעלעבטער טאָג איז פֿאַרבונדן שיִער ניט מיט העלדישקייט. אין די ווערק פֿון אַ סך שרײַבער און קינאָ־רעזשיסאָרן פֿיגורירן אויסגעטראַכטע הײַזער, גאַסן, דערפֿלעך און שטעט, ווי אויך גאַנצע פּלאַנעטן און וועלטן, וואָס זייער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און לעבנס־שטייגער זענען אַזוי פּרטימדיק באַשריבן, אַז עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע ערטער עקזיסטירן אַפֿילו מער רעאַל, ווי די עכטע שטעט און לענדער. אין אייניקע פֿאַלן, ווערט די געשיכטע פֿון געוויסע אויסגעטראַכטע פּלעצער און פּערסאָנאַזשן מער ערנסט און פּרטימדיק געפֿאָרשט און באַשריבן, ווי ס׳רובֿ רעאַלע ערטער. מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַלעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-געבילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען. |