רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

"פּאַיעיאַ" איז אַ באַטעמט שפּאַניש מאכל, וואָס באַשטייט פֿון רײַז, פֿלייש (אָדער מולטער־בריאות) און גרינסן. אָט איז אַ וועגעטאַרישער נוסח פֿון דעם רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דאָס פֿלייש מיט סויע־וווּרשט. די זאַפֿרען־בענדלעך גיבן צו אַ העל־געלן קאָליר.

2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל

8 אונץ (225 גראַם) סויע־וווּרשט

2 ציינדלעך קנאָבל

1 טעפּל קינאַרע־הערצלעך (artichoke hearts)

1 טעפּל צערעפֿטלטע קאַבאַקלעך (squash)

1 טעפּל צערעפֿטלטע זוקיני

1 טעפּל צערעפֿטלטע מערן

1 בינטל ספּאַרזשע (asparagus)

1/2 טעפּל פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס

2 טעפּלעך צעשניטענע פּאָמידאָרן

6—8 זאַפֿרען־בענדלעך

1/2 לעפֿעלע פּאַפּריקע

2 לאָרבער־בלעטעלעך

2 טעפּלעך אָפּגעקאָכטע רײַז

1/2 טעפּל יויך

1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק


הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן דעם סויע־וווּרשט און קנאָבל און מישט 2 מינוט. שיט אַרײַן די קינאַרע, קאַבאַקלעך, זוקיני, מערן, ספּאַרזשע, אַרבעס, פּאָמידאָרן, זאַפֿרען, פּאַפּריקע און לאָרבער־בלעטלעך, און קאָכט 5 מינוט.

שיט אַרײַן דעם רײַז און יויך און קאָכט נאָך 5 מינוט, ביז דאָס גיסעכץ וועפּט זיך אויס. וואַרפֿט אַרויס די לאָרבער־בלעטלעך, מישט אַרײַן די פּעטרישקע, זאַלץ און פֿעפֿער און דערלאַנגט צום טיש.