פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע ליביער אויפֿשטענדלער פּראַווען אַ נצחון אויף אַ צעשטערטן טאַנק פֿון די פּראָ־קאַדאַפֿי־כּוחות, אינעם סטראַטעגישן נאַפֿט־שטעטל, אַדזשדאַביִאַ, פֿאַראַכטאָגן שבת
אַ גרופּע ליביער אויפֿשטענדלער פּראַווען אַ נצחון אויף אַ צעשטערטן טאַנק פֿון די פּראָ־קאַדאַפֿי־כּוחות, אינעם סטראַטעגישן נאַפֿט־שטעטל, אַדזשדאַביִאַ, פֿאַראַכטאָגן שבת
Credit: Getty Images

אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק?

פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע".

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט די מיליטערישע אָפּעראַציע "אָדיסיי: באַגינען" — זיך אָנגעהויבן ממש עטלעכע שעה נאָכן אָפּשטימען אינעם זיכערהייט־ראַט. דערבײַ האָבן די לענדער, וועלכע האָבן געגעבן זייער הסכּמה דורכצופֿירן די מיליטערישע אָפּעראַציע, נאָך געאַמפּערט זיך אַ גאַנצע וואָך, ווער ס׳וועט מיט דער דאָזיקער אָפּעראַציע אָנפֿירן און וואָס זײַנען די הויפּט־צילן און אויפֿגאַבעס. די אַמפּערנישן זײַנען פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז איטאַליע האָט אַפֿילו געסטראַשעט צו שליסן אירע מיליטערישע באַזעס, פֿון וועלכע ס׳ווערן הײַנט געפֿירט די לופֿט־באָמבאַרדירונגען קעגן קאַדאַפֿי. די זאַך איז, אַז רוים האָט געהאַט פֿריִער אונטערגעשריבן מיט טריפּאָלי אַן "אָפּמאַך פֿון סטראַטעגישער מיטאַרבעט", און האָט איצט מורא, אַז קאַדאַפֿי קאָן אויסלאָזן זײַן כּעס צו איטאַליע.

פֿראַנקרײַך האָט זיך קעגנגעשטעלט: אויב אַזוי וועלן פֿונעם "געשעפֿט" זיך אָפּזאָגן די אַראַבישע לענדער, וועלכע וועלן זען אין דעם אַ מין קאָנפֿראָנטאַציע צווישן מערבֿ מיט דער איסלאַמישער וועלט. נאָרוועגיע האָט זיך בכלל אָפּגעזאָגט צו באַטייליקן זיך אין די מיליטערישע אַקציעס ביז ס׳וועט נישט זײַן קיין געאייניקטע קאָמאַנדשאַפֿט; און טערקײַ האָט פֿאַרקערט, צוגעזאָגט צו וועטאָיִרן דעם באַשלוס, אויב די קאָמאַנדשאַפֿט וועט איבערנעמען "נאַטאָ". סוף־כּל־סוף, איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס, אַז דעם קאָנטראָל פֿאַר דער פֿלילאָזער זאָנע וועט דורכגעפֿירט ווערן דורך "נאַטאָ", און די איבעריקע פֿונקציעס וועט אויספֿירן אַ ספּעציעלער קאָמיטעט פֿון אויסערן־מיניסטאָרן פֿון די באַטייליקטע לענדער.

פֿון דעסטוועגן, איז אויף דער פֿראַגע: וואָס זשע זײַנען די צוועקן פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע? — קיין ענטפֿער נישט געקומען. צוריק גערעדט, איז דאָך באַקאַנט, אַז ווען עס פֿאַלן באָמבעס פֿון הימל, איז אוממעגלעך אויסצומײַדן קרבנות, און דווקא צווישן "די פֿרידלעכע בירגער".

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די קאָאַליציע־כּוחות געמאָלדן, אַז די ערשטע סטאַדיע פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע קעגן קאַדאַפֿי איז אויסגעפֿירט געוואָרן: קאַדאַפֿיס מיליטערישע עראָפּלאַנען זײַנען פֿאַרניכטעט. אין דער זעלבער צײַט גייען אָן ווײַטער די קאַמפֿן צווישן קאַדאַפֿיס מיליטערישע טיילן און די אויפֿשטענדלער. ווי אַ רעזולטאַט, הונדערטער טויזנטער מענטשן אַנטלויפֿן פֿונעם לאַנד. וואָס זשע הערן מיר פֿון פּאַריז, לאָנדאָן אָדער וואַשינגטאָן? דערווײַל גאָרנישט! פֿון איין זײַט, דערקלערט מען, אַז די "אינטענסיווקייט פֿון די מיליטערישע אַטאַקעס וועט קלענער ווערן"; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט פּאַריז אַרויסגעשיקט קיין ליביע איר אַוויאַטרעגער "שאַרל דע גאָל"; עס גייען ווײַטער אָן די באָמבאַרדירונגען פֿון ליביע; און די סכּנה פֿאַר די פֿרידלעכע בירגער ווערט אַלץ גרעסער און גרעסער.

די ענגלישע צײַטונג Daily Telegraph שרײַבט, אַז יעדן חודש וועט די מלחמה אָפּקאָסטן אַרום 25 ביליאָן (מיליאַרד) דאָלאַר. די אינפֿלאַציע אין לאַנד האָט שוין דערגרייכט צו 4.4%, און דער חודש־דעפֿיציט — צו 10 מיליאַרד, דער גרעסטער אין די לעצטע 18 יאָר. אין שײַכות דערמיט האָט די איצטיקע רעגירונג פֿון קאַמעראָן דערקלערט אַ שטרענגן עקאָנאָמיע־רעזשים; מע שנײַדט דעם בודזשעט, עס ווערן אָפּגעשטעלט סאָציאַלע פּראָגראַמען, געשניטן אַלע מעגלעכע און אוממעגלעכע פּראָיעקטן... און אין דער זעלבער צײַט, הייבט די רעגירונג אָן אַ מלחמה, וואָס האָט נישט קיין קלאָרע צוועקן, אָבער האָט ריזיקע הוצאָות.

ווי אַזוי זשע קאָן אַזוינס געשען?

נישטאָ וואָס צו רעדן: קאַדאַפֿי איז טאַקע דער שרעקלעכסטער דיקטאַטאָר אין לעצטע 40 יאָר. פֿון דעסטוועגן, האָט מען געקאָנט זען, אַז נאָך דער מלחמה אין איראַק, האָט קאַדאַפֿי אָנגעהויבן זוכן וועגן "זיך אויסצופֿײַנען" פֿאַרן מערבֿ. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּראָדוצירן געווער פֿון מאַסן־פֿאַרניכטונג, אויפֿגעהערט צו שטיצן טעראָריזם, זיך מודה געווען אין זײַן שולד בײַם אויפֿרײַסן דעם פּאַסאַזשיר־עראָפּלאַן איבער לאָקערבי... און נאַט אײַך — דער מערבֿ האָט באַלד צעשפּרייט די אָרעמס: קיין ליביע האָבן זיך אַ לאָז געטאָן פּרעמיערן, פּרעזידענטן, מיניסטאָרן און פֿירער פֿון אינדוסטריע־קאָרפּאָראַציעס; אין דער ליסטע פֿון קאַדאַפֿיס גוטע פֿרײַנד האָבן זיך באַוויזן טאָני בלער, ניקאָלאַ סאַרקאָזי, בערלוסקאָני. קאַדאַפֿי אַליין, שוין לאַנג פֿאַרבענקט זיך נאָכן מערבֿדיקן פּייסאַזש, האָט אויפֿגעשטעלט זײַן געצעלט אין פּאַריז, און אין אַנדערע אייראָפּעיִשע גרויסשטעט. אומעטום האָט ער אָנגעטראָפֿן אויף אַ האַרציקן "ברוך־הבא"...

און פּלוצעם האָבן די געטרײַע פֿריש־אָפּגעבאַקענע פֿרײַנד און אַליִיִרטע זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף אים מיט באָמבעס. און ווער — דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט סאַרקאָזי?! לאָזט זיך אויס, אַז סאַרקאָזיס מצבֿ פֿאַר די פּרעזידענט־וואַלן איז זייער אַ וואַקלדיקער, און אַזאַ "מלחמהלע קעגן אַ בלוטיקן דיקטאַטאָר" וואָלט אים געוויס געמאַכט פֿאַר אַן עכטן פֿרײַהייט־טרעגער, און די פּאַטריאָטיש־געשטימטע פֿראַצויזן האָבן זייער ליב באַזיגער.

פֿון זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט קאַדאַפֿי האָט זיך באַלד אָפּגעטרייסלט דער איטאַליענישער פּרעמיער בערלוסקאָני. זײַן מאַכט הענגט, נעבעך, אויף אַ האָרעלע צוליב די פֿילצאָליקע באַשולדיקונגען, בתוכם פֿון אַ סעקסועלן כאַראַקטער, אַזוי אַז צו "מאַכן זיך אַ פּנים", פֿון אַ פֿרײַהייט־קעמפֿער וועט אפֿשר אָפּרייניקן אַ ביסל זײַן פֿאַרפֿלעקטע רעפּוטאַציע.

די דײַטשישע קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל ווייסט גוט, אַז סאַרקאָזי איז אַן אימפּולסיווער מענטש, און וואָס שייך אַזעלכע וויכטיקע באַשלוסן, איז בעסער זיך פֿון זיי אָפּהאַלטן. בלײַבט נאָך איין רעטעניש — באַראַק אָבאַמאַ? ווי אַזוי האָט זיך דעם פֿראַנצויזישן פּרעזידענט פֿאָרט אײַנגעגעבן אַרײַנצוציִען אין זײַן אַוואַנטורע דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט? ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אַמעריקע ווייסט, נעבעך, נישט ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען פֿון די אָנגייענדיקע צוויי מלחמות — אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן. אמת, ביז אַהער האָט אָבאַמאַ געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז אַמעריקע וועט שפּילן אין ליביע אַ צווייטע ראָלע. גיי אָבער ווייס, ווי אַזוי עס קאָן זיך דאָרט ווײַטער אויסדרייען!

ס׳איז דאָ אין דער גאַנצער ליבישער אַוואַנטורע נאָך איין זײַט — די רעוואָלטירטע ליביער; די אַזוי גערופֿענע אָפּאָזיציע. ווער זײַנען זיי? און וואָס טראַכטן זיי וועגן זייער מאָרגן, אויפֿן אַנדערן טאָג נאָך קאַדאַפֿיס פֿאַלן, אויב אַזוינס וועט בכלל פֿאָרקומען? קיין שום ענטפֿער הערט מען נישט! נישט פֿון די אייראָפּעיִשע פֿירער און נישט פֿון אַמעריקאַנער...

יאָ, אין דער הײַנטיקער וועלט טאָרן מער נישט זײַן קיין טיראַנען; ס׳דאַרפֿן אָבער אויך נישט זײַן קיין אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע באַשלוסן, אָנגענומען פֿון די מערבֿ־לענדער. באַלדיקע אינערלעכע אינטערעסן האָבן נאָך קיין מאָל נישט געבראַכט צו אַ לאַנגדויערנדיקער אויסערלעכער סטאַבילקייט.