פּובליציסטיק

כ׳קען זיך נישט באַקלאָגן, כ׳האָב אינטערעסאַנטע שכנים. אַנומלטן קום איך פֿון אַ שפּאַציר, זיצט אין פֿאָיע מײַן שכן, וועלכער וווינט אויף מײַן שטאָק. זינט ער האָט באַגראָבן זײַן דיאַבעטיש הינטעלע, איז ער גאָרנישט דער זעלבער. ער אַליין איז מסתּמא אין די אָנהייב זעכציקער, אויך אַ דיאַבעטיקער, מיט אַ יענקי־היטל אויפֿן קאָפּ, אײַנגעהילט אין זײַן ווינטער־מאַנטל. ער באַגריסט זיך מיט מיר בזה־הלשון:

"גוט־מאָרגן, צוויי־נול־פֿינף!"

זײַן דירה איז צוויי־נול־עלף. קוק איך אים אָן. איך ווייס אָבער, אַז ער איז נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נאַר. שטעלט ער מיך אָפּ און שטעלט מיר אַ קלאָץ־קשיא:

"דו האָסט געקענט אפֿשר אַ ייִדישן שרײַבער מיטן נאָמען הײַמי גרייד. מײַן פֿרוי האָט אויך פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט. ער איז עפּעס געווען אַ ייִדישער שרײַבער, אַן אַמעריקאַנער?"

קוק איך אים אָן סקאָס און מאַך:

"ערשטנס, האָט ער געהייסן חיים גראַדע און נישט הײַמי גרייד, און צווייטנס, איז ער אַ געבוירענער אין ווילנע. דו ווייסט כאָטש וווּ עס געפֿינט זיך ווילנע?"

"נישט ספּעציעל. אָבער אויב ער קומט טאַקע פֿון יענע קאַנטן, האָט ער דאָך מסתּמא געקענט דעם ווילנער גאָון?"

זאָג איך אים:

"דער ווילנער גאָון האָט געלעבט מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר פֿאַר אים, און חיים גראַדע איז געבוירן געוואָרן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט."

"אַהאַ!" שטעקט ער זיך אָן אין מײַן אויפֿגעהײַטערט קול, "אויב ער האָט נישט געקענט דעם גאָון, אפֿשר האָט ער געקענט דעם גולם."

דאָ האָב איך זיך פֿאַרקערעוועט אין אַן אַנדער ריכטונג:

"זיכער האָט ער געקענט דעם גולם, ער איז געווען אויסגעקאָכט מיטן גולם. זיי האָבן געדאַוונט צוזאַמען, געגאַנגען אין דער זעלבער גולם־שיל צוזאַמען. אַפֿילו אין דער גולם־באָד זײַנען זיי געגאַנגען צוזאַמען." מײַן שכן האָט אויפֿגעלעבט:

"טאַקע!, איז הײַמי נישט געווען אַמאָל דעם גולמס ברודער?"

"אַוודאי?", האָב איך זיך אײַנגעהאַלטן צו מאַכן פֿון אים קרעפּל פֿלייש. "וואָס?", האָב איך ווײַטער געצויגן דעם שמועס, "איך וועל דיך פֿאַרפֿירן, מיינסטו? דער גולם האָט געשפּילט גאָר אַ גרויסע ראָלע אין ווילנע. ערשטנס, האָט ער געגעבן עצות דעם שטאָט־משוגענעם. מיט דער צײַט איז ער געוואָרן אַ דרדקי־מלמד און געלערנט קליינע קינדער דעם אַ״ב, און אַז מ׳האָט געהאַלטן בײַם אויסקלײַבן אַ קאַנדידאַט אין ליטווישן פּאַרלאַמענט, האָט ער זיך צוגעשטעלט צום פּאָסטן."

"איז ער טאַקע אויסגעוויילט געוואָרן?", וויל ער וויסן.

"נאָך ווי אויסגעוויילט! מ׳האָט פֿון אים ממש געמאַכט אַ צימעס, ווײַל נישט נאָר האָט ער זיך אויסגעטויגט צום ענין, נאָר זײַן היטל איז געווען קליגער פֿון אים. מען האָט געשריבן אַ סך וועגן דעם גולם, ער פֿונקציאָנירט אין דער ייִדישער געשיכטע ווי דער גאָון פֿון פּראָג," האָב איך צוגעגעבן.

"וויל איך דיך נאָך עפּעס פֿרעגן," ווערט שוין מײַן שכן אויפֿגעלעבט, "האָט דער גולם טאַקע געהאַט אַ משפּחה?"

"ס׳הייסט אַ משפּחה? לויטער גאָונים, אין כעלם האָט מען דעם גולם געקרוינט פֿאַרן דעפּוטאַט פֿון דער כעלעמער באָד 'סאָסײַעטי,’ זײַנע קינדער זײַנען אויסגעוואַקסן גאָלע גאָונים, און געוואָרן שטאַרק אָנערקענט אין דער וועלט."

"וויפֿל קינדער האָט ער געהאַט?", האָט ער געוואָלט וויסן.

"בלויז דרײַ," האָב איך אים פֿאַרזיכערט, "אָבער די אייניקלעך און די אור־אוראייניקלעך זײַנען אויסגעוואַקסן צו גאָט און צו לײַט. איינער איז געוואָרן פּרעזידענט פֿון אוגאַנדע. די טאָכטער האָט זיך געשליפֿן אויפֿן פּאָסטן פֿון גובערנאַטאָר פֿון אַלאַסקע, און דער דריטער גייט נאָך אין קאַלעדזש."

"האָב איך נאָך אַ פֿראַגע פֿאַר דיר," האָט ער זיך געקראַצט אין נאַקן, "איז דער גולם געווען אַ ייִד?"

"ס׳הייסט אַ ייִד? צום ערשטן איז ער טאַקע געווען אַ גוי, אַ חמור־אייזל, און אַזוי ווי ער האָט דערזען דעם צייכן אויף זײַן שטערן, וווּ ס׳איז געשטאַנען געשריבן 'אמת,’ האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז אין דער אמתן מוז ער ווערן אַ ייִד. נישט גענוג וואָס ער כאָליעט טאָג און נאַכט לעבן פּריפּעטשיק און לערנט קליינע קינדערלעך דעם אַ״ב, מוז ער ווערן אַן אמתער ייִד מיט אַלע ייִדן צו גלײַך. איז ער אַוועק צום ווילנער גאָון און אים געבעטן ער זאָל אים מגייר זײַן. האָט דער ווילנער גאָון געוואָלט וויסן צי זײַן מאַמע איז געווען אַ ייִדישע און ווי האָט זי געהייסן?"

מײַן שכן האָט אויפֿגעלעבט. ער האָט גאָרנישט געוווּסט, אַז דער גולם איז געווען אַזאַ אינטערעסאַנטער פּאַרשוין, און דערצו גאָרנישט קיין ייִד.

"נו! נו!", איז ער שוין אַרײַן אינעם עסק, "ווער האָט אים מגייר געווען?" — האָט זיך מײַן שכן נישט געקענט באַרויִקן.

דאָס מאָל האָב איך זיך מישבֿ געווען און באַשלאָסן, אַז איך וועל אים ציִען בײַ דער צונג אויף וויפֿל ס׳גייט.

"דער רבֿ וואָס האָט אים מגייר געווען," האָב איך געצויגן די מעשׂה, "האָט געהייסן עובֿדיה יוסף, אלישע בן־אַבֿויהס אייניקל פֿון אײַשישאָק. ער איז ספּעציעל געקומען צו פֿליִען פֿון ישׂראל מיטן "אל־על"־עראָפּלאַן קיין ווילנע, און זיך גענומען ערנסט צום ענין פֿון גיור. ערשטנס, האָט ער געוואָלט וויסן צי דער גולם באַנוצט זיך מיט 'כּשר־לפּסח’־טואַלעט־פּאַפּיר, 'כּשר־לפּסח’־שנורעוואַדלעס און 'כּשר־לפּסח’־נאַגאַווקעס (safely pins). צווייטנס, האָט ער געוואָלט דערגיין צי דער גולם שטאַמט אָפּ פֿון ייִדן, און דריטנס, האָט אים געדלאָביעט אין קאָפּ צי אין דער משפּחה זײַנען נאָך פֿאַראַן אַזעלכע גולמס ווי ער."

אין דעם האָב איך זיך דערמאָנט, אַז דער ערשטער גולם שטאַמט גאָר אָפּ פֿונעם כעלעמער גולם, וואָס דער כעלעמער מלמד האָט אים אַמאָל אויפֿגעסטרויעט, איז ער געווען צו גאָט און צו לײַט. יענער איז געווען גרייט מיט זײַנע ריזיקע פֿויסטן און אָנגעוואָרפֿן אַ שרעק אויף יעדן איינעם וואָס האָט באַדראָט אַחינו־בני־ישׂראל. פּונקט אין יענער צײַט האָבן די שוואַרץ־מאהניקעס גענומען שרײַבן די פֿאַלשע "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון." ס׳איז געוואָרן אַ "בעסטסעלער," איבער דער גאַנצער וועלט, און צווישן ייִדן האָט עס אָנגעמאַכט אַ בהלה. דער כעלעמער מלמד האָט דעם גולם געהייסן שטעלן טריט, אָנמאַכן אַ גראַטשקע אויף אַזוי פֿיל ביז די שוואַרץ־מאהניקעס וועלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין ווײַס־מאהניקעס און פֿאַרפֿאַלן ווערן צווישן די ווײַסע בערן.

מײַן שכן האָט שוין אָנגעהויבן צו פֿאַרלירן ס׳געדולד, ווײַס־שוואַרץ. ער האָט דווקא געוואָלט וויסן וואָס האָט פּאַסירט מיטן גולם און צי הײַמי גרייד איז גאָר נישט געווען זײַן ברודער.

"נו, זאָגן דיר דעם אמת," האָב איך זיך געמאַכט כּלא־יודע, "דײַן הײַמי גרייד איז אויך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן צווישן די ווײַסע בערן, און בײַ זיי נישט געלעקט קיין האָניק."

"דו ווייסט כאָטש פֿאַרוואָס איך דערצייל דיר פֿון דעם הײַמי גרייד," האָט ער מיך אָנגעקוקט מיט אַ פּאָר תּמעוואַטע אויגן, "איך האָב אַ נאָענטן חבֿר מײַנעם און ער איז דער אַדוואָקאַט צו גריידס עסטייט."

"אַזוי גאָר," האָב איך אויפֿגעציטערט, "איך קען אים, און איך קען דיר זאָגן אַז דער פֿויגל שטאַמט אויך אָפּ פֿון דער משפּחה גולעמעס. זײַן זיידע האָט אַמאָל געהערט צום זעלבן שטיבל ווי דער גולם. וואָס אַן אמת האָט אים זײַן טאַטע געוואָרנט:

"זונעשי! דו דאַרפֿסט ווערן אַן אַדוואָקאַט, ווײַל בײַ אונדז אין דער משפּחה האָט מען בלויז אויפֿגעכאָוועט גולמס."

"טאַקע!", האָט זיך מײַן שכן דערפֿרייט, "אפֿשר קען ער מיר אויפֿקלערן די מעשׂה מיטן גולם, ווײַל איך קען זיך נישט דערויף."

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן. עס פֿעלן נישט בײַ אונדז פֿון דער משפּחה גולם. דאָ קענען זיי הייסן מעקגוילעם, מעקגריידי אָדער מעקאַרטי. אַלץ איינס, אַ גולם בלײַבט אַ גולם, און מײַן שכן, ווי נאָר איך באַגעגן אים פֿאָרנדיק אין ווינדע (ליפֿט), אַזוי פֿרעגט ער זיך אַלע מאָל נאָך אויף דער משפּחה גולם. איך האָב אים געמוזט פֿאַרזיכערן, אַז מיר דאַרפֿן זיך אויפֿהערן צו זאָרגן. די הײַנטיקע יוגנט, וואָס איז צוגעטשעפּעט צו די עלעקטראָנישע מאַכערײַקעס וועט ווײַטער ציִען דעם פֿאָדעם פֿון יענעם גולם פֿון כעלם, פֿון ווילנע און פֿון פּראָג, אויסגעזאָרגט.