פּערזענלעכקײטן
פֿון שושנה־נחמה שאָסטאַק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, בײַ האָרעפּאַשנע עלטערן. באַקומען אַ פֿרײַע דערציִונג און אַ מיטעלע בילדונג. אין עלטער פֿון נײַן יאָר געוואָרן אַ משורר אין דער וואַרשעווער "טלאָמאַצקע סינאַגאָגע" בײַם חזן פֿון די חזנים — גרשון סיראָטאַ. אָנגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון זעכצן־זיבעצן יאָר. דעביוטירט אין יאָר 1918 אין י. מ. ווײַסענבערגס "זאַמלביכער" און אין "מיטן שטראָם". אין די 1920ער יאָרן זיך געדרוקט שוין אין ליטעראַטור־בײַלאַגעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן און, אין אַ גרויסער צאָל ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן און זשורנאַלן אין אויסלאַנד. אין יאָר 1924 געפֿאָרן קיין "פּאַלעסטינע" און אין יאָר 1929 — געקומען אויף אַ באַזוך קיין וואַרשע פֿון וואַנען ער איז אין יאָר 1933 צוריקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל — מיטן באַשלוס, דאָ צו פֿאַרבלײַבן.

אין יאָר 1927 איז אין וואַרשע דערשינען די ערשטע זאַמלונג ארץ־ישׂראל־לידער "אין זוניקן לאַנד"; אין יאָר 1929 איז אין וואַרשע אַרויס זײַן ערשטע זאַמלונג פֿון סאָציאַלע לידער "רויט אויף שוואַרץ".

ווי באַוווּסט, האָט פּאַפּיערניקאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַ סך ליטעראַרישע לידער־זאַמלונגען ווי אויך דערציילונגען.

ווייניק דיכטער האָבן די זכיה צו זײַן באַווירקט פֿון אַ תּקופֿה און פֿון גרעסערע קרײַזן, וועלכע זאָלן מיטן ליד גיין צו אַן אָנגעצייכנטן ציל. בײַ ווייניק דיכטער איז אפֿשר דאָ אַזאַ האַרמאָניע צווישן לעבן און דיכטונג, ווי בײַ י. פּאַפּיערניקאָוון.

אַ סך יאָרן האָט פּאַפּיערניקאָוו באַגלייט מיט ליד און לייד דעם גאַנג און קאַמף פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער אַרבעטערשאַפֿט. יעדעס לידער־בוך זײַנס איז געווען אַ סך־הכּל פֿון אונדז אַליין. פֿון זײַן ערשטן טראָט אין לאַנד האָט מען דערפֿילט, אַז ארץ־ישׂראל בכלל, און ארץ־ישׂראל פֿון אַרבעטער, בפֿרט — בויער און קעמפֿער — האָבן באַקומען איר דיכטער.

ווען מיר דאָ אין לאַנד האָבן זיך פֿאַרכלינעט מיט זון און גאָלד, ווען אונדזער אויג האָט זיך געווענדט צו דער וועלט, צו וועלטישע קאַמפֿן און וואַכן, און ווען מיר האָבן זיך אײַנגענורעט טיף אין אייגענעם פּײַן, איז פּאַפּיערניקאָוו געווען מיט אונדז מיט זײַן וואָרט, מיט זײַן געזאַנג.

ער איז נישט געווען בלויז אַ באַזינגער, אַ באַשרײַבער — ער איז אויך געווען אַ פֿאָדערער. זײַן טענה צו ארץ־ישׂראל געהערט צו די רירנדיקסטע קאַפּיטלעך פֿון דער ייִדישער שאַפֿונג.

פֿאַרביסן און שטאָלץ האָט ער געהאַלטן די פֿאָן פֿון ארץ־ישׂראלדיקן אידעאַל — די קאָמונע, האַנט צו האַנט און האַרץ צו האַרץ. און אָט אַזוי איז ער אַרײַנגעוואַקסן אין אונדזער לעבן, און געוואָרן אַ באַדערפֿעניש. עס האָט קיינער דעמאָלט נישט אויסגעדריקט ארץ־ישׂראל אַזוי, ווי ער.

דער חלוץ, "דער העברעיִשער", ווערט באַזונגען פֿון אַ ייִדישן דיכטער, וואָס שרײַבט אויף ייִדיש און פֿאַר ייִדיש; אַ צײַט לאַנג — דער איינציקער, וואָס דאָס אַליין וואָלט געווען אַ סיבה אָפּצוגעבן אים דעם פּלאַץ וואָס געהערט אים אין אונדזער ליטעראַטור. עמעצער האָט דאָך געדאַרפֿט רעפּרעזענטירן ארץ־ישׂראל אין דער ייִדישער ליטעראַטור און דיכטונג!

עס דערמאָנט זיך אַזאַ קלייניקייט: פּרץ מאַרקיש איז געווען אַ קורצע צײַט אויף אַ באַזוך אין ארץ־ישׂראל. וועט איר ערגעץ זען אַ סימן, אַ זכר דערפֿון? און אָט איז געקומען אַ ייִדישער דיכטער, נאָך אַ יונגער, מיט נאָך נישט פֿיל אויפֿגעוויקלטע פֿליגל — און באַלד פֿון אָנהייב דערשפּירט מען: ער בלײַבט! ער האָט דאָ געפֿונען זײַן פּלאַץ.

ס’האָט נישט געדויערט לאַנג, איז אַרויס אין פֿאַרלאַג "אַרבעטער־היים" אין וואַרשע פּאַפּיערניקאָווס ערשטע לידער־בוך "אין זוניקן לאַנד". אָבער נאָך איידער דאָס בוך איז אַרויס האָבן שוין טויזנטער אַרבעטער און חלוצים אין לאַנד געשעפּט נחת פֿון די לידער אויף אָוונטן און מסיבות. מיט אַ מאָל האָבן זיי זיך און זייער לאַנד, זיך און זייער אויפֿטו, זיך אין זייער קאַמף — דערשפּירט, באַזונגען, אויפֿגעהויבן... נישט אַ סך ייִדישע דיכטער, האָבן אין אַזאַ מאָס זוכה געווען צו פּערזענלעכער דאַנקבאַרקייט, צו אַזאַ גוט־חבֿרישער הסכּמה און באַשטעטיקונג ווי י. פּאַפּיערניקאָוו, יענע יאָרן אין ארץ־ישׂראל. פּאַפּיערניקאָווס ליד האָט זיך אַריבערגעריסן אין חוץ־לאָרץ. ס’האָבן דאָס געטראָגן די לינקע פּועלי־ציוניסטן, ס’האָבן עס אונטערגעכאַפּט די חלוצים, ס’האָט אָנגעשטעקט סתּם יוגנט. אָבער די ייִדישע ליטעראַטור נעמט מען נישט אויף אַזוי גרינג. ערשט פּאַמעלעך און איינציקווײַז האָט פּאַפּיערניקאָוו זיך דורכגעשלאָגן זײַן וועג צו איר.

וואָס מיר ווילן באַטאָנען איז, אַז דער דיכטער אין ארץ־ישׂראל איז אַן אייגענער, אַן אײַנגעבוירענער, אַן אײַנגעוואָרצלטער פֿענאָמען.


געהאַט האָב איך די זכיה

צו זײַן דאָ איינער פֿון די ערשטע,

וועלכע האָבן דאָ געלייגט דעם ערשטן ציגל

אויף דעם ערשטן פֿונדאַמענט,

געגאָסן פֿון בעטאָן מיט שווייס און בלוט פֿאַרקנאָטן,

און געטריקנט פֿון אַ זון, וואָס האָט געברענט,

געשׂרפֿעט און געקאַרגט אַ ביסל שאָטן.


לייענענדיק די שורות בין איך אים פּשוט מקנא, וואָס אַזעלכע פּשוטע טאָג־טעגלעכע פּראָזאַיִשע טועכצן, ווי לייגן אַ ציגל, גיסן בעטאָן, ווערן בײַ אים, אַ דאַנק דער אַלט־נײַקייט פֿון אָרט און דער אָנגעלאָדנקייט מיט געשיכטע פֿון דער צײַט, גאַנצע הליבעס פּאָעזיע.

ער גייט נאָך טיפֿער אַרײַן אין דער פּראָסטער פּראָזאַיִש־קאָנקרעטער טועוודיקייט. אָט וואָס ער פֿאַרלאַנגט פֿון זיך און פֿון זײַנע ברידער דיכטער:


ווען ס’וואָלט פֿון אונדז געאָטעמט וואַרעמקייט

פֿון פֿריש און אייגן ברויט,

ווען ס’וואָלט פֿון אונדז געשמעקט מיט טוי,

מיט גנוי,

מיט שטאַלערוך,

מיט מיסט פֿון קי און פֿערד:

וואָלט אַנדערש זיך געזונגען, דיכטער ברידער

אַנדערש, ברידער, וואָלט מען אונדז געהערט.


יוסף פּאַפּיערניקאָווס פֿערציק יאָר שאַפֿן, זענען קנאַפּע פֿערציק יאָר געזאַנג און געשאַל פֿון און וועגן דעם אַרבעטנדיקן, אויפֿקומענדיקן, זיך־בויענדיקן ישׂראל. נישט בלויז דאָס זײַן דער ערשטער ממשותדיקער ארץ־ישׂראלדיקער דיכטער איז זײַן פֿאַרדינסט, נאָר אויך דאָס אומאויפֿהערלעכע באַזינגען און באַזאָרגן יעדן טריט און יעדן שריט פֿון דער אַלט־נײַער ייִדישער היים. זינט זײַן "אין זוניקן לאַנד" האָט זיך די ייִדישע שאַפֿונג, סײַ הי און סײַ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט הערלעך רעהאַביליטירט און פֿאַרנומען דעם אויבנאָן אין דעם כּסדרדיקן רוף צו די ייִדישע ייִשובֿים אין דער וועלט, אַז עס וואַקסט און צעוואַקסט זיך אַ ייִדישער ייִשובֿ וואָס וועט זײַן די היים פֿאַר אַלע ייִדן, וואָס וועלן צו איר קומען.

אויך דאָ אויף דעם אָפּשניט פֿון דער ארץ־ישׂראל־פּאָעזיע, האָט פּאַפּיערניקאָוון געפֿירט דער ניגון און דער ציל. פֿרייד און טרויער זענען געגאַנגען געפּאָרט אין אַלע זײַנע ווערק. טרייסט און וואָרענונג, קריטיק און לויב — אויסגעמישט און פֿאַרהאָפֿטן מיט דעם אייגענעם געמיט — זענען געווען די לייט־מאָטיוון פֿאַר זײַן שאַפֿונג. און פּונקט ווי ער איז שוין אין אָנהייב געווען דער היטער פֿון די טויערן קעגן שׂינאה, קעגן בלוטיקע אָנפֿאַלן, און דאָס אַרײַנגעשלײַפֿט מיט זײַן און אין זײַן אייגן יחידיש ליד, אַזוי איז ער געבליבן ביז הײַנט צו טאָג — דער דיכטער פֿון יחידישן קאָלעקטיוון געוויסן, וועמענס מאָטיוון עס קרייצן איבער איינער דעם אַנדערן און לאָזן אונדז איבער צערודערט און צעוועקט. פּאַפּיערניקאָווס שאַפֿן דערמאָנט, אַז קונסט שאַפֿט זיך נישט אין אַ ליידיקן חלל, און אַז דאָס ליד איז דעמאָלט עכט, ווען די גערעכטיקייט זינגט אַרויס פֿון יעדער שורה.