פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער קימפּעטאָרין. "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "ווען אַ פֿרוי וועט טראָגן און וועט האָבן אַ זון" — הייסט איר די תּורה אָפּוואַרטן 7 טעג; ערשט דעמאָלט קאָן זי זיך טובֿלען אין מיקווה, כּדי צו האָבן דאָס רשות אָנצורירן איר מאַן. בזמן־הבית, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן נאָך 33 טעג אַרום.

ווען אַ פֿרוי האָט אַ טאָכטער, הייסט די תּורה אָפּוואַרטן צוויי מאָל לענגער — 14 טעג — איידער זי מעג זיך מטהר זײַן אין מיקווה, און צו ברענגען אַ קרבן נאָך 66 טעג. ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערקלערט די הלכות פֿון "צרעת" — אַ הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע", און פֿלעגט מטמא זײַן מענטשן, כּלים און גאַנצע הײַזער.

דער אָנזאָג "פּרו ורבֿו", צו האָבן קינדער, איז די ערשטע מיצווה אין דער גאַנצער תּורה, וואָס שטייט געשריבן אין דער פּרשה "בראשית". פֿאַרוואָס זאָל אַזאַ שׂימחהדיק געשעעניש, ווי דאָס געבורט פֿון אַ קינד, אַרײַנברענגען אַ פֿרוי אין אַ מצבֿ פֿון ריטואַלער אומריינקייט? פֿאַרוואָס דערציילט די תּורה וועגן די קימפּעטאָרינס אין דער זעלבער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער לעפּרע־קראַנקייט? דערצו, דער טאָפּלט־לאַנגער פּעריאָד פֿון טומאה נאָכן געבורט פֿון אַ מיידל, קאָן קלינגען — ווי עס וואָלט געקאָנט טענהן אַ הײַנטצײַטיקער קריטיקער — ווי אַ בפֿירושע דיסקרימינאַציע קעגן פֿרויען.

מע קאָן אָפּטײַטשן די דאָזיקע הלכה ווי אַ פֿילאָסאָפֿישער מוסר־השׂכּל. אַ פֿרוי האָט אַן אוניקאַלן כּוח פֿון אַ ממש קאָסמישן פֿאַרנעם: זי איז מסוגל אַראָפּצוברענגען אין דער וועלט נײַע מענטשלעכע נשמות. כּלפּי אונדז איז דאָס געבורט פֿון אַ קינד אַוודאי אַ גרויסע שׂימחה, אָבער די חז״ל זאָגן, אַז אַ נשמה — אַ שטיקל ג־טלעכקייט פֿון אויבן — וויל נישט אַראָפּקומען פֿון איר הויכער מדרגה אין לויטער־רוחניותדיקע וועלטן אַראָפּ אינעם שמוציקן און קרענקלעכן עולם־הזה.

לויטן ייִדישן מינהג, ווען עמעצער ווערט פֿאַרקנסט, צעברעכט מען אַ טעלער; שפּעטער, בײַ דער חתונה, צעברעכט מען ווידער אַ גלאָז. אין ביידע פֿאַלן זאָגט דער עולם "מזל־טובֿ", הגם דער דאָזיקער מינהג דערמאָנט אונדז, אין דער אמתן, אינעם חורבן־בית־המיקדש. די פֿיזישע צעשטערונג פֿונעם בית־המיקדש איז בלויז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם חורבן־מצבֿ פֿון דער וועלט. אַלע מינים שלעכטס און אומיושר, וואָס טוען זיך אין דער וועלט, זענען, על־פּי־קבלה, אַ טייל פֿונעם גלאָבאַלן גלות; די פֿינקלעך פֿון ג־טלעכקייט, וועלכע שטעקן אין אַלע זאַכן אַרום דער וועלט, געפֿינען זיך אין דער געפֿענקעניש פֿון דער פֿאַרקריפּלטער און אַכזריותדיקער וועלט.

צוליב דעם, אַפֿילו ווען מע האָט חתונה, מוז מען געדענקען, אַז דאָס זיסטע פֿעסל האָניק אין דער וועלט איז אויסגעמישט, ווי מע זאָגט, מיט אַ לעפֿל דזעגעכץ. דער מדרש זאָגט, אַז אין משיח־צײַטן, ווען אין דער גאַנצער וועלט וועט הערשן אַחדות און האַרמאָניע, וועט די פֿרויען־פֿיזיאָלאָגיע מער נישט ברענגען זיי קיין טומאה. הײַנט אָבער מוז מען געדענקען, אַז דאָס געבורט פֿון אַ קינד מיינט אויך, אַז נאָך אַ מענטשלעכע נשמה איז אַראָפּגעקומען אין דער וועלט פֿול מיט סאָציאַלע סתּירות, שוין אָפּגערעדט פֿון קראַנקייטן, פֿאַרשיידענע נאַטירלעכע לעבנס־שוועריקייטן און — צום סוף — טויט.

ווען אַ פֿרוי האָט אַ טאָכטער, ברענגט זי אין דער וועלט אַ צוקונפֿטיקע מאַמע. דאָס איז זיכער אַ טאָפּלטע ברכה, אָבער אויך אַ טאָפּלטע סיבה זיך צו דערמאָנען, אַז מיר מוזן שטרעבן צו פֿאַרבעסערן די אַרומיקע וועלט, צו שאַפֿן אַ מער ברידערלעכע און יושרדיקע געזעלשאַפֿט, צו באַקעמפֿן אָרעמשאַפֿט און נויט, כּדי די קומענדיקע מאַמעס זאָלן דערציִען גליקלעכע קינדער. צום באַדויערן, איז אין דער וועלט נאָך דאָ גענוג כּל־מיני "לעפּרע". אַ טאָפּלטע ברכה קומט אין דער וועלט צוזאַמען מיט אַ טאָפּלטער משׂא.

ווי עס שטייט אין דער גמרא, האָבן די תּלמידים פֿון הלל און שמאי לאַנג דיסקוטירט, וואָס איז בעסער — צו לעבן אין עולם־הזה אָדער בכלל קיינמאָל נישט געבוירן ווערן? די באַקאַנטע פֿראַגע — "זײַן אָדער נישט זײַן" — איז אַ סך עלטער ווי שעקספּירס פּיעסע. צום סוף, האָבן ביידע זײַטן פֿון דער דיסקוסיע באַשלאָסן, אַז עס וואָלט געווען בעסער נישט זײַן בכלל.

די חסידישע צדיקים טײַטשן די דאָזיקע מעשׂה אויף אַ רוחניותדיקן אופֿן — אַז ס׳איז בעסער פֿאַר אַ מענטש צו מבֿטל זײַן "עגאָ" און צו האַלטן זיך פֿאַר גאָרנישט. אַ צדיק קאָן דערגרייכן אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה, ווען ער עקזיסטירט טאַקע נישט ווי אַ זאַך פֿאַר זיך און ווערט אינגאַנצן צעשווענקט אינעם ג־טלעכן ליכט. בפּשטות, אָבער, קלינגט דער רעזולטאַט פֿון דער דערמאָנטער דיסקוסיע גאַנץ פּעסימיסטיש.

דאָס וואָרט "תזריע" קאָן מען איבערזעצן ווי "ווען זי וועט געבן פּירות". אַלע מחשבֿות, דיבורים און מעשׂים זענען פּירות פֿון דער מענטשלעכער נשמה. בוכשטעבלעך, קאָן מען אָפּטײַטשן דעם נאָמען פֿון דער פּרשה ווי "ווען אַ פֿרוי וועט זיך אַליין מאַכן טראָגעדיק". אינעם פּשוטן זין, פֿאַרשטייט זיך, ווערט אַ קינד געבוירן פֿון אַ פֿאַרבאַנד צווישן אַ פֿרוי און אַ מאַן. דער בוכשטעבלעכער באַדײַט פֿונעם וואָרט "תזריע" איז אָבער גוט צוגעפּאַסט צום אַלגעמיינעם אַלעגאָרישן ענין פֿון "געבורט".

יעדער מענטש לאָזט איבער נאָך זיך אַ ירושה פֿון מעשׂים און אידעען. די געדאַנקען זענען אויך גײַסטיקע "קינדער" פֿון דער נשמה, הגם זיי בלײַבן באַהאַלטן אינעם קאָפּ. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די לעצטע פּרשיות, ווערט אינעם חומש "ויקראָ" כּסדר אויסגעשפּילט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דער מאָטיוו פֿונעם ג־טלעכן רוף. הגם די מענטשלעכע געדאַנקען זענען די פּערזענלעכסטע אויסדרוקן פֿון זײַן נשמה, ווערט אין זיי אויך אַנטפּלעקט דאָס ג־טלעכע שעפֿערישע ליכט. דער סודילקעווער רבי, אַן אייניקל פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ, דערקלערט דעם אינערלעכן באַדײַט פֿונעם וואָרט "תזריע" אין שײַכות מיט דעם זעלבן ענין פֿונעם ג־טלעכן רוף.

אין זײַן ספֿר "דגל מחנה אפֿרים", דערמאָנט דער סודילקעווער רבי די תּלמודישע מעשׂה וועגן רבי חנינא בן דוסא, וועלכער האָט געוווּסט, אַז ווען ער דאַוונט מיט גרויס התלהבֿות, ווערן זײַנע תּפֿילות נתקבל אינעם הימל. דאָס התלהבֿות קומט פֿון אויבן — דערפֿאַר דינט עס ווי אַ סימן, אַז דער אייבערשטער האָט אַליין געשיקט די תּפֿילה און ממילא וועט זי מקבל זײַן. דאָס איז ממש דער זעלבער מאָטיוו, וואָס מיר האָבן שוין באַטראַכט אין דער פּרשה "ויקראָ". די עכטע באַגײַסטערונג לשם־שמים איז גופֿא אַ ג־טלעכער רוף פֿון אויבן.

אויב מע טײַטשט אָפּ דעם ענין פֿון "געבורט" אויף אַזאַ מיסטיש־שעפֿערישן אופֿן, קאָן מען אויך זאָגן, אַז די גײַסטיקע פּירות פֿונעם מענטשלעכן לעבן זענען אים מטמא, אין אַ געוויסן זין. אַ פֿרוי, וואָס האָט אַ קינד, מוז אָפּוואַרטן, ביז זי קאָן ווידער אָנרירן איר מאַן, כּדי צו דערמאָנען זיך, אַז די גרעסטע שׂימחות אין דער וועלט זענען אויסגעמישט מיט שוועריקייטן. ווען מע טוט עפּעס, מוז מען קודם זיך אויך אָפּשטעלן, אַ קוק טאָן פֿון דער ווײַטנס און מאַכן אַ דין־וחשבון, איידער מע פֿירט אויס ווײַטער די פּלענער; דעמאָלט וועט דאָס לעבן ברענגען טאַקע געראָטענע גײַסטיקע תּולדות.