חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עטלעכע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם לאַגער אין אוישוויץ, פֿרייען זיך נאָך די קאַצעטלער, פֿעברואַר 1945
עטלעכע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם לאַגער אין אוישוויץ, פֿרייען זיך נאָך די קאַצעטלער, פֿעברואַר 1945

בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן.


מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944...

עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924.

איך בין אַ לאָדזשער געבוירענער און אין דער געטאָ בין איך געווען 4 יאָר. זיך אָנגעזען אָן אַ שיעור. שרעקלעך צו דערמאָנען. פֿון דאָרטן פֿלעגט מען אַרויסשיקן די מענטשן קיין קרומכאָוו, וווּ מ'האָט זיי שוין דערהרגעט. וועגן אוישוויץ האָבן מיר אין געטאָ ביז איר ליקווידאַציע אין אויגוסט 1944 פּשוט קיין אַנונג נישט געהאַט.

צי האָט איר פֿאַרשטאַנען וווּ מ'האָט אײַך געבראַכט?

ס'האָט גענומען אַ ביסל צײַט. בײַם אָנהייב האָבן מיר דורכגעמאַכט די סעלעקציע. שוין בעת דער סעלעקציע וואָלט מען געקאָנט פֿאַרשטיין, אַז מיר זײַנען געטראָפֿן אין גיהנום. פֿון דעסטוועגן, אַפֿילו נאָך דער סעלעקציע, ווען מ'האָט מײַנע עלטערן אָפּגעטיילט פֿון מיר און זיי אַוועקגעפֿירט אויף רעכטס, צו די גרויסע געבײַדעס מיט הויכע קוימענס, האָב איך נאָך אַלץ נישט פֿאַרשטאַנען, וווּ איך געפֿין זיך. ערשט נאָך דער אַזוי גערופֿענער באָד, וווּ מ'האָט אונדז אַרײַנגעטריבן, האָב איך דערזען, ווי מע וואַרפֿט אַרײַן לעבעדיקע מענטשן אין אַ ריזיקער גרוב מיט פֿײַער. איך האָב געזען, ווי מ'האָט אַ מענטש מיט איין פֿוס אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם גרוב. אַ לעבעדיקן — אַרײַנגעוואָרפֿן אין גרוב! כ'האָב אַ טראַכט געטאָן — כ'געפֿין זיך אין גיהנום. כ'בין זיכער געווען, אַז כ'בין שוין געשטאָרבן, פֿאַרלאָזט די ערד און געפֿין זיך אין גיהנום.

דערנאָך, נאָך דעם אַלעמען, האָט מען אונדז אַרײַנגעשטופּט אין עפּעס אַ באַראַק. דאָרט איז געווען אַזוי פֿיל מענטשן, אַז ס'האָט נישט געקלעקט קיין אָרט מע זאָל קאָנען אַפֿילו שטיין; אויב עמעצן האָט מען אַרויסגעשטויסן אַרויף, האָט ער שוין נישט געקאָנט טרעפֿן אַראָפּ. מיר זײַנען געווען אַזוי צוגעדריקט איינער צום אַנדערן, אַז אויב עמעצער איז געפֿאַלן, האָט ער זיך שוין נישט געקאָנט אויפֿהייבן. מע פֿלעגט דערשטיקט ווערן, אָבער מיר האָבן עס נישט באַמערקט, און נישט געטראַכט וועגן דעם.

אין יענער ערשטער נאַכט איז צו אונדז אַרויסגעגאַנגען אַ קאַפּאָ, אַ פּאָליצײַ. דאָס זײַנען געווען אַזעלכע "בעסטע קאַצעטלער", פֿון די פּאָליטישע אָדער קרימינעלע לײַט, בדרך־כּלל דײַטשן, אָדער מענטשן פֿון די "אַרישע" נאַציאָנאַליטעטן. ער האָט אונדז געמאָלדן — מיט שטאָלץ — אַז מיר געפֿינען זיך אינעם גרעסטן אין דער וועלט און שרעקלעכסטן לאַגער, וואָס וועט אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט. דער קאַפּאָ האָט זיך ממש פֿאַרכליניעט פֿאַר פֿרייד. אונדז האָט ער עס געזאָגט מיר זאָלן וויסן וווּהין מיר זײַנען געטראָפֿן. אָבער אויך דעמאָלט האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען ביזן סוף, וואָס אוישוויץ איז.

ערשט אויפֿן אַנדערן טאָג, ווען מיר האָבן זיך אויסגעשטעלט אויף דעם פּלאַץ פֿאַרן באַראַק, האָבן מיר דערזען ווי פֿון די גרויסע קוימענס שלאָגט אַ געדיכטער רויך. די לופֿט איז אָנגעזעטיקט געווען מיט אַ מין שווערן און זיסלעכן גערוך פֿון פֿאַרברענטן פֿלייש. מיר האָבן דערווײַל נישט געוווּסט וואָס דאָס איז, אָבער דער קאָפּ האָט אָנגעהויבן וויי טאָן. דערנאָך בין איך צוגעגאַנגען צום דראָט, מיט וועלכן ס'איז אַרומגערינגלט געווען אונדזער באַראַק, און דערזען פֿון יענער זײַט אַ מענטש, וואָס האָט אויפֿגעראַמט. ער האָט מיך אויך באַמערקט, זיך דערנענטערט און אָנגעהויבן ריידן אויף אַזאַ געמישטער שפּראַך פֿון פּויליש און רוסיש. טאַקע פֿון אים האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די קוימענס ציִען זיך פֿון די קרעמאַטאָריעס און גאַזקאַמערן, וווּ מע פֿאַרברענט גאַנצע טעג מענטשן...

וואָס איז געשען נאָך דעם, ווי איר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז איר זײַט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פֿאַרניכטונג־לאַגער?

ווי אַזוי קאָן רעאַגירן אַ מענטש, וועלכער קאָן גאָרנישט אויפֿטאָן? אַרום און אַרום שטייען וואַכטורעמס מיט "עס־עס"־לײַט, באַוואָפֿנט מיט קוילנוואַרפֿערס. מיר זײַנען געווען אַזוי אויסגעמאַטערט און פֿאַרמוטשעט פֿאַר די פֿינף יאָר פֿון נישט דערעסן, אַז מ'האָט זיך קוים גערירט. מ'האָט געדאַרפֿט האָבן זייער אַ שטאַרקן כאַראַקטער, צו אָרגאַניזירן זיך אַליין. צופֿעליק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז מײַן עלטערער ברודער, לוי — ער האָט חתונה געהאַט פֿאַר דער מלחמה און זיך אַריבערגעצויגן פֿון לאָדזש קיין אָסטראָוויעץ — געפֿינט זיך אינעם זעלבן לאַגער. ער איז שוין דאָרט געווען אַ היפּשע צײַט און געאַרבעט אויף דער פֿאַבריק "מאָנאָוויץ". נאָך פֿינף יאָר זיך נישט זען, האָבן מיר זיך געטראָפֿן דווקא אין אוישוויץ. לוי האָט מיר שוין דערציילט מיט אַלע פּרטים, וואָס איז אוישוויץ. ער האָט מיר דערציילט, אַז דער סעקטאָר, וווּ איך געפֿין זיך, איז אַ מין רעזערוו פֿון "מענטשלעכער סחורה". דאָס הייסט, אַז אויב צוליב אַ סיבה, קומט קיין אוישוויץ נישט אָן די באַן מיט "פֿרישער סחורה", נוצט מען די "סחורה" פֿונעם רעזערוו־סעקטאָר. די קאַלכאויוונס טאָרן נישט שטיין ליידיק. "דו מוזט זיך אַרויסרײַסן פֿון דעם שרעקלעכן סעקטאָר!", — האָט דער ברודער שיִער נישט געוויינט.

ווי אַזוי זשע האָט זיך אײַך אײַנגעגעבן צו בלײַבן מיטן לעבן?

די פֿראַגע האָבן מיר געשטעלט אַ סך מענטשן, און איך אַליין האָב זיך נישט איין מאָל עס געפֿרעגט; אָבער קיין ענטפֿער נישט געפֿונען. נישט נאָר ווײַל כ'האָב איבערגעלעבט די געטאָ־יאָרן און אוישוויץ. אויך שפּעטער האָב איך געהאַט נישט ווייניק "שאַנסן" אומצוקומען... כ'בין דאָך אַנטלאָפֿן, דערנאָך געדינט אין דער רויטער אַרמיי, געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט, און דאָך, געבליבן לעבן. פֿאַר וואָס אַזוי? כ'ווייס נישט.

ווי האָט זיך אײַך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן?

איך בין אַנטלאָפֿן נישט פֿונעם לאַגער גופֿא. איך בין אַנטלאָפֿן בשעת דעם אַזוי גערופֿענעם "טויטנמאַרש". ווען די רויטע אַרמיי האָט אָנגעהויבן איר גרויסן אָנגריף, דעם 17 אָדער דעם 18 יאַנואַר 1945, האָט מען אונדזער לאַגער עוואַקויִרט, פּינקט ווי מ'האָט עס געטאָן מיט אַנדערע לאַגערן, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין שלעזיע. אונדז האָט מען צו פֿוס געטריבן אויף מערבֿ. מ'האָט גערעדט, אַז די קאָלאָנע קאַצעטלער פֿון די קאָנצענטראַציע־לאַגערן האָט זיך צעצויגן אויף 15 קילאָמעטער. ס'האָבן אונדז קאָנוואָיִרט די עס־עס"־לײַט מיט הינט, און יעדן, ווער ס'האָט מער נישט געקאָנט גיין אָדער איז אָפּגעשטאַנען, האָבן זיי אים דערשאָסן אויפֿן אָרט. דער גאַנצער וועג איז געווען פֿאַרוואָרפֿן מיט טויטע גופֿים. דערפֿאַר האָט מען טאַקע דעם וועג אַ נאָמען געגעבן "דער וועג פֿון טויט". און אָט, אין איינער אַזאַ נאַכט האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן. כ'האָב זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ פּוילישן דאָרף. איך געדענק ביז הײַנט די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן מיך געראַטעוועט — פּאָליאַקן בראָנעק און יאַדוויגאַ; די אוקראַיִנער ברונאָ און איוואַן, און דער רוס אַנאַטאָלי. אַ דאַנק זיי, בין איך געבליבן לעבן.

און ווי אַזוי זײַט איר געטראָפֿן אין דער רויטער אַרמיי?

אינעם דאָרף, וווּ כ'האָב זיך באַהאַלטן, זײַנען געקומען די סאָוועטן, האָב איך זיי אָנגעהויבן בעטן מע זאָל מיך נעמען ווי אַ פֿרײַוויליקן. איך האָב דעמאָלט אויסגעזען אַ ביסל שענער פֿון אַ מת, און מ'האָט מיך אַוודאי נישט געוואָלט נעמען, אָבער דערנאָך פֿאָרט גענומען. איך האָב געקעמפֿט אין דער 314טער דיוויזיע. אַ סך האָב איך נישט באַוויזן צו קעמפֿן, בלויז עטלעכע חדשים. פֿון דעסטוועגן, איז אַ העלפֿט פֿון דעם טייל, וווּ כ'האָב געדינט, אומגעקומען.

אין דער צײַט, וואָס איר האָט געדינט אין דער אַרמיי, איז אײַך אויסגעקומען צו באַפֿרײַען אַנדערע קאָנצענטראַציע־לאַגערן?

יאָ. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַן אומגעוויינטלעכע איבערלעבעניש. איך פֿיל זי נאָך ביז הײַנט. ס'איז געשען שוין נאָך דעם ווי די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט. מיר האָבן געקעמפֿט ביזן 11טן מײַ — אונדזער פּאָלק האָט געדאַרפֿט פֿאַרהאַלטן די "עס־עס"־דיוויזיע "הערמאַן גערינג", וועלכע האָט זיך געריסן אויף מערבֿ צו די אַמעריקאַנער. מיר האָבן באַקומען אַ באַפֿעל צו פֿאַרהאַלטן זי. דעם 12טן מײַ האָבן מיר זיך אָנגעשטויסן אין אַ גרופּע מענטשן, אָנגעטאָן אין קליידער, וואָס איך אַליין האָב נאָך נישט לאַנג צוריק געטראָגן. זיי האָבן זיך אַ וואָרף געטאָן אונדז אַרומצונעמען, קושן, געשענקט יעדן בלומען — ס'איז דאָך געווען וועסנעצײַט און אומעטום האָבן געבליט בלומען.

צי געדענקט איר עמעצן פֿון אײַערע שלאַכט־חבֿרים?

יאָ. צווישן מײַנע בעסטע פֿרײַנד זײַנען געווען — גריגאָרי ביקאָוו, מאָליאַשאָוו, נעסטעראָוו — אונדזער קאָמאַנדיר, סטאַרשינאַ טשאַפּיגאַ, אַן אוקראַיִנער.

ס'איז שוין אַדורך אַ סך צײַט זינט דעמאָלט, ווען ס'איז באַפֿרײַט געוואָרן אוישוויץ. ווי באַטראַכט איר הײַנט יענע געשעענישן?

הײַנט האָט מען ליב צו פֿאַרגלײַכן סטאַלינס טעראָר מיטן טעראָר פֿון די נאַציס. איך ווייס אויף זיכער — סײַ ווײַל כ'האָב אַליין אַ סך איבערגעלעבט, סײַ געהערט פֿון אַנדערע מענטשן, געלייענט אויך — צו פֿאַרגלײַכן, וואָס ס'פֿלעגט פֿאָרקומען אין סטאַלינס "גולאַג" און וואָס ס'האָבן געטאָן די נאַציס, טאָר מען פּשוט ניט. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען אַן אַנדער מין טעראָר. צום בײַשפּיל: אין 1943 האָבן די נאַציס אָפּגעגעבן אַ באַפֿעל צו פֿאַרניכטן אין לאָדזשער געטאָ אַלע קינדער ביז 10 יאָר. במשך פֿון 5 טעג האָבן זיי צונויפֿגעטריבן 16 טויזנט קינדער. די האָר שטעלן זיך קאַפּויער, ווען כ'דערמאָן זיך, וואָס ס'האָט אין די טעג דאָרט אָפּגעטאָן צווישן די עלטערן און די "עס־עס"־לײַט! די עלטערן פֿלעגן אַרויסשפּרינגען פֿון די פֿענצטער צוזאַמען מיט די קינדער; מ׳האָט געהרגעט אייגענע קינדער און זיך אַליין גענומען דאָס לעבן. די עס־עס"־לײַט האָבן נישט אויפֿגעהערט צו שיסן. סוף־כּל־סוף, האָט מען די קינדער אַרויסעגפֿירט אין קאָנצענטראַציע־לאַגער קרומכאָוו, און דאָרט אומגעבראַכט. איך שטעל זיך אַליין די פֿראַגע: צי איז אַ מאָל געשען עפּעס ענלעכס אין דער געשיכטע פֿון סטאַלין־טעראָר? אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט בכלל? יאָ, קאָנפֿליקטן איבער דער וועלט, דאָ און דאָרט, זײַנען שטענדיק געווען און גייען אָן ווײַטער; שרעקלעכע קאָנפֿליקטן. די זאַך איז אָבער, צי האָט די וועלט עפּעס אָפּגעלערנט פֿון יענער טראַגעדיע, וואָס מיר איז אויסגעפֿאַלן איבערצולעבן. איך בין נישט קיין גרויסער אָפּטימיסט.