אין דער געשיכטע פֿון פּעריאָדישע אויסגאַבעס זײַנען פֿאַראַן נישט ווייניק פֿאַלן, ווען דער געלונגענער נאָמען פֿון דער, אָדער יענער צײַטונג, אָדער זשורנאַל, לעבן איבער די אויסגאַבע אַליין. עס טרעפֿט זיך, אַז די אויסגאַבע שעפּט זיך אויס, בײַט דעם פּראָפֿיל אָדער די ריכטונג, און צו מאָל שליסט זיך אין גאַנצן. אָבער דער נאָמען בלײַבט, אָדער ער גייט אַריבער צו אַן אַנדער אויסגאַבע. צו מאָל אַפֿילו — אין אַן אַנדער לאַנד און אין אַן אַנדער שפּראַך.
אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ לעבנס־שטאַנדהאַפֿטיקייט קאָן זײַן דער נאָמען "פֿאָרווערטס". צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעהויבן צו קלינגען ווי אַ נאָמען פֿון אַ דײַטשישער פּובליקאַציע "Vorwärts", וועלכע איז דערשינען אין פּאַריז אין 1844. די צײַטונג פֿלעגט אַרויסגיין צוויי מאָל אין דער וואָך און האָט עקזיסטירט בלויז איין יאָר. און דאָך האָט זי איבערגעלאָזט אין דער געשיכטע אַ ממשותדיקן שפּור, ווי דער ערשטער אידעאָלאָגישער צענטער פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם און קאָמוניזם, וואָס האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן צעשפּרייטן די פֿליגלען. צווישן די מחברים זײַנען געווען אַזעלכע גרויסע רעוואָלוציאָנערן און דענקער ווי קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, מיכאַיִל באַקונין און אַנדערע.
עס זײַנען דורכגעגאַנגען 32 יאָר, און אין 1876, אונטער דעם זעלבן נאָמען הייבט אָן דערשײַנען די צײַטונג פֿון די דײַטשישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן. דער וואָכנבלאַט "Vorwärts" גייט אַרויס אין לײַפּציג און ווערט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ דײַטשלאַנד, ווי אויך אין עסטרײַך, שווייץ און פּוילן. ער ווערט איינע פֿון די פּאָפּולערסטע לינקע אויסגאַבעס אין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייט אַקטיוו די סאָציאַליסטישע און סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אידעען, וואָס ווערן גיך אַריבערגעבראַכט אין אַמעריקע.
אין 1878 נעמט די דײַטשישע רעגירונג אָן דעם אַזוי־גערופֿענעם "אויסשליסלעכן געזעץ קעגן סאָציאַליסטן" און די צײַטונג "Vorwärts" ווערט פֿאַרווערט. זי ווערט ווידער געעפֿנט ערשט אין יאָר 1891, אָבער שוין אין בערלין, ווי איינע פֿון די גרעסטע מאַסן־צײַטונגען. איצט איז די צײַטונג געווען נישט נאָר די הויפּט־שטימע פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין דײַטשלאַנד; זי האָט רעאַל געקעמפֿט פֿאַר די אינטערעסן פֿונעם אַרבעטער־קלאַס און די אָרעמסטע שיכטן פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט.
אין די ערשטע יאָרן פֿון "Vorwärts" דריטן פּעריִאָד האָט זי נאָך געטראָגן די פֿאָן פֿון מאַרקסיזם, אָבער שוין צום אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן די ראַדיקאַלע טענדענצן אין דער אויסגאַבע אַלץ מער אָפּגעטראָטן דאָס אָרט דעם פּאָליטישן פּראַגמאַטיזם. דאָס פֿאַרטיידיקן די רעאַלע אינטערעסן פֿונעם פּראָלעטאַריער שטויסן אַרויס פֿון די צײַטונגס־זײַטן די פּוסטע רעוואָלוציע־לאָזונגען און לינקע דעמאַגאָגיע. צו דער ערשטער וועלט־מלחמה הערט שוין די צײַטונג אויף צו רופֿן די אַרבעטער־מאַסן זיך פֿאַראייניקן אין אַ ברידערלעכן אינטערנאַציאָנאַל און זיך קעגנשטעלן דער אייגענער רעגירונג. איר פּאָזיציע איז מער פּאַטריאָטיש, הגם זי באַטאָנט דעם "אימפּעריאַליסטישן כאַראַקטער" פֿון דער מלחמה און די שוועריקייטן, וועלכע עס לעבן איבער די "דײַטשישע אַרבעטער, אָנגעטאָן אין סאָלדאַטסקע שינעלן".
אַזאַ פּאַטריאָטישע פּאָזיציע האָט געהאָלפֿן דער צײַטונג צו בלײַבן איינע פֿון די אײַנפֿלוסרײַכסטע מאַסן־אויסגאַבעס נאָך דער מלחמה. אָבער אין די יאָרן פֿון דער ווײַמאַר־רעפּובליק האָט די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי בכלל און איר דרוק־אָרגאַן "Vorwärts" בפֿרט, איבערגעלעבט אַ שווערן קריזיס. די מפּלה אין דער מלחמה און דער ווערסײַ־שלום, וואָס האָט דערנידעריקט דײַטשלאַנד אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, האָבן די געזעלשאַפֿט צעשפּאָלטן און צעטיילט.
אויפֿן לינקן פֿלאַנג האָבן אָנגענומען כּוח די קאָמוניסטן, וואָס האָבן געחלומט — און אַפֿילו געפּרוּווט — צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט, ווי ס’האָבן געטאָן זייערע חבֿרים אין רוסלאַנד. אויפֿן רעכטן פֿלאַנג האָט זיך באַוויזן אַדאָלף היטלער, וואָס זײַן פּאָפּולערקייט איז גיך געוואַקסן. די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, נאָך אַלץ אַ מאַסן־פּאַרטיי, איז געבליבן שטעקן צווישן צוויי פֿײַערן, און, ווי מע זאָגט הײַנט, נישט אויסגעהאַלטן דעם עקזאַמען פֿון דער צײַט. מעגלעך, אַז ס’איז פֿון דעסטוועגן יאָ געווען א ברירה — און "Vorwärts" האָט אַ סך געשריבן וועגן דעם — זיך צו פֿאַראייניקן מיט די קאָמוניסטן און דערמיט פֿאַרשטעלן דעם וועג פֿאַר די נאַציסטן. אָט די מעגלעכקייט האָט אָפּגעוואָרפֿן דער סאָוועטישער דיקטאַטאָר, סטאַלין, וואָס האָט פֿאַרווערט די דײַטשישע קאָמוניסטן צו מאַכן אַ יד־אַחת מיט די סאָציאַל־דעמאָקראַטן. היטלער איז אים געווען נענטער און פֿאַרשטענדלעכער, ווי די אייביקע אידעאָלאָגישע קעגנער זײַנע — די סאָציאַל־דעמאָקראַטן. היטלער האָט זיך געריסן צו דער מאַכט און ווען ער האָט זי באַקומען, האָט די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי און איר צײַטונג "Vorwärts" אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן.
אין יאָר 1948 האָט די צײַטונג ווידער אָנגעהויבן אַרויסגיין אינעם קליינעם שטעטל באַד־גאָדעסבערג, ווי אַן אָפֿיציעלער דרוק־אָרגאַן פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי פֿון דער דײַטשישער פֿעדעראַטיווער רעפּובליק. איצט איז צום אַלטן נאָמען צוגעגעבן געוואָרן דאָס וואָרט "נײַער פֿאָרווערטס" (Neuer Vorwärts). אַזוי האָט זי שוין געהייסן ביז 1954.
ס’האָט אויסגעזען, אַז ס’איז פֿאַר דער פּובליקאַציע געקומען אַ גאָלדענע צײַט, ווײַל די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי איז געוואָרן זייער פּאָפּולער. אָבער אַזוי האָט עס נאָר אויסגעזען: אינעם נאָך־מלחמהדיקן פּעריִאָד איז פֿאַרלעגערײַ אין אייראָפּע געוואָרן, קודם־כּל, אַ קאָמערציעל געשעפֿט. די צײַט פֿון אידעאָלאָגישע, ריין פּאַרטיייִשע אויסגאַבעס איז פֿאַרבליבן אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. דעם מאַרק האָבן פֿאַרכאַפּט די אַל־דײַטשישע צײַטונגען, וואָס גייען אַרויס אין מיליאָניקע קאָפּיעס: Frankfurter Allgemeine Zeitung, Süddeutsche Zeitung, Bild, Die Zeit, און וואָס ווערן געשטיצט פֿון די ריזיקע פֿאַרלעגערישע קאָנצערנען.
וואָס זשע איז ווײַטער געשען מיטן "Vorwärts"? פֿאָרמעל גייט נאָך די צײַטונג אַרויס. זי עקזיסטירט ווי אַ וואָכן־בלאַט פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטיי און ווערט אומזיסט צעשיקט אַלע מיטגלידער. אין פֿאַרקויף קומט זי נישט אָן. אַזוי אַז ווייניק ווער, חוץ די פּאַרטיי־חבֿרים, ווייסן וועגן איר עקזיסטענץ.