|
שולמית און אַסף מעסערער, 1930ער יאָרן |
|
פֿאַראַיאָרן, דעם 25סטן נאָוועמבער, נאָך זעקס יאָר אינטענסיווער רעסטאַווראַציע־אַרבעט האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט דער באַרימטער "באָלשאָי" (גרויסער) טעאַטער. איבער אַ מיליאַרד דאָלאַר האָט אָפּגעקאָסט דער מלוכה דער דאָזיקער ווידעראויפֿבוי; און פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ דער דערעפֿענונג האָט מען געקאָנט זען די גאַנצע "סמעטענע" פֿון דער מאָסקווער געזעלשאַפֿט, בתוכם די רעגירונג־מיטגלידער אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט אַנאַטאָלי מעדוועדיעוו. דערמאָנט זײַנען אויך געוואָרן די מענטשן, וועלכע האָבן בײַגעטראָגן מיט זייער קונסט צו דער געשיכטע פֿונעם בעסטן אָפּערע־ און באַלעט־טעאַטער. אָבער נישט אַלע נעמען זײַנען דערמאָנט געוואָרן. פֿאַרגעסן האָט מען די פֿאָרשטייער פֿון דער באַרימטער טאַנץ־דינאַסטיע מעסערער: אַסף, טענצער און באַלעט־מײַסטער, שולמית, טענצערין און איר זון, מיכאַיִל, טענצער און באַלעט־מײַסטער. זעט אויס, אַז זייערע קלינגעוודיקע ייִדישע נעמען האָבן זיך נישט אַרײַנגעפּאַסט אין די ראַמען פֿון דער גרויסער נאַציאָנאַלער שׂימחה.
אַסף מעסערער, דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע, וואָס האָט געבראַכט אַ שם דעם רוסישן באַלעט אין דער וועלט, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, אין 1903. אין דער משפּחה האָבן אַלע קינדער געטראָגן העברעיִשע נעמען. אַסף האָט זיך נישט געלערנט אין אַ טראַדיציאָנעלער באַלעט־שול; ער האָט זיך בכלל אָנגעהויבן לערנען טאַנצן בײַ זײַנע 15 יאָר; אָבער זײַענדיק פֿון דער נאַטור זייער אַ געראָטענער יונג, איז ער נאָך דרײַ יאָר לערע (1921) אָנגענומען געוואָרן אין דער באַלעט־טרופּע פֿונעם גרויסן טעאַטער אין מאָסקווע.
ווי אַ טענצער, האָט אַסף מעסערער געאַרבעט אינעם "גרויסן" ביזן יאָר 1954 און אויסגעפֿירט כּמעט אַלע פֿירנדיקע סאָלאָס אין די קלאַסישע באַלעטן. די טעאַטער־געזעלשאַפֿט האָט אים געקרוינט מיטן נאָמען "קיניג פֿונעם גרויסן באַלעט", און נישט נאָר אין רוסלאַנד, אָבער אומעטום, וווּ ער פֿלעגט טאַנצן. דערבײַ איז מעסערער געווען נישט בלויז אַ גלענצנדיקער טענצער, נאָר אויך אַן אויסערגעוויינטלעכער באַלעט־מײַסטער. ער האָט אַנטוויקלט אין דער באַלעט־קונסט אַ נײַעם זשאַנער — "דראַמאַטישער באַלעט". ווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז פֿאַרווערט געוואָרן אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט נאָוואַטאָרישקייט — אין קונסט, ליטעראַטור, וויסנשאַפֿט — האָט ער ממשיך געווען אויפֿצופֿירן קלאַסישע פֿאָרשטעלונגען.
אַן אַנדער תּחום פֿון אַסף מעסערערס טעטיקייט — לערערײַ. נישט איין דור באַלעט־טענצער האָט ער דערצויגן, און געווען באַלוינט מיט די העכסטע רעגירונג־אויסצייכענונגען. און אָט, בעתן "צווייטן־אויפֿלעב" פֿונעם גרויסן טעאַטער, איז זײַן נאָמען ווי אויסגעמעקט געוואָרן פֿון דער רשימה גרונטלייגער פֿון דער סאָוועטישער קונסט.
דאָס זעלבע איז געשען מיט זײַן שוועסטער, שולמית מעסערער, וואָס האָט אויך באַשײַנט מיט איר באַלעט־טאַלאַנט די בינע פֿונעם "באָלשאָי" פֿון 1926 ביז 1959. זי איז געבוירן געוואָרן אין 1908 און אונטער דער השפּעה פֿון איר עלטערן ברודער אויך פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דער באַלעט־קונסט. צו 18 יאָר האָט זי שוין געטאַנצט אויף דער בינע פֿונעם מאָסקווער לעגענדאַרן טעאַטער. שולמית איז געווען טאַלאַנטירט פֿילזײַטיק; זי איז געווען די בעסטע שווימערין אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע אויטאָ־פֿאַרמעסטן, און אויב ס’איז ווייניק — האָט זי זיך נאָך פֿאַרנומען מיטן שאַפֿן נײַע קליידער־מאָדעלן.
נישט געקוקט דערויף, וואָס איר שוועסטער, רחל (אַליין אַן אַקטריסע פֿונעם שטום־קינאָ און די מוטער פֿון דער באַרימטער באַלעט־טענצערן מאַיאַ פּליסעצקי) איז געווען רעפּרעסירט, פֿלעגט זי פֿרײַ אַרויספֿאָרן קיין אויסלאַנד אויפֿצוטרעטן דאָרט אין די ספּעקטאַקלען פֿונעם טעאַטער. מיט איר קונסט האָט שולמית מעסערער אַנטציקט פּאַריז און לאָנדאָן; מע פֿלעגט איר פֿאָרלייגן קאָנטראַקטן אויף זעלטענע באַדינגונגען, אָבער זי האָט זיך דערפֿון אָפּגעזאָגט — צו ריזיקאַליש וואָלט עס געווען פֿאַר איר משפּחה, וואָס האָט זיך געפֿונען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
און דאָך, אין 1980, זײַענדיק אויף גאַסטראָלן אין יאַפּאַן, צוזאַמען מיט איר זון מיכאַיִל, האָט שולמית זיך געוואָנדן צו דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע נאָך אַזיל־רעכט. אַזוי, אין דער עלטער, ווען עלטערע לײַט טראַכטן בדרך־כּלל וועגן זייערע שלאַפֿקייטן, האָט שולמית אָנגעהויבן אַ נײַע קאַריערע. זי נעמט אָן דעם פֿאָרשלאָג פֿונעם לאָנדאָנער קיניגלעכן באַלעט און אַרבעט דאָרט אָפּ 25 יאָר. זי האָט דערצויגן אַרום 20 באַלעט־שטערן! זי איז באַלוינט געוואָרן מיטן בריטישן אָרדן "פֿאַר די פֿאַרדינסטן אין טאַנץ־קונסט". שולמית האָט נישט דערלעבט פֿינף יאָר צו איר 100־יאָריקן געבוירן־טאָג. זי האָט אָנגעשריבן אַן אינטערעסאַנט בוך פֿון אירע זכרונות, וועלכע, צום באַדויערן, זײַנען געווען פֿאַרעפֿטלעכט נאָר טיילווײַז. דער אָנדענק נאָך שולמית מעסערער לעבט ביז הײַנט אין ענגלאַנד. יעדעס יאָר, אין איר געבורטסטאָג, נעמען זיך צונויף בײַ איר קבֿר אויפֿן לאָנדאָנער צווינטער "גאַנערסבערי" אַ סך פֿון אירע תּלמידים, מיט קרענץ בלומען.
וואָס שייך אָבער דעם הײַנטיקן רוסלאַנד, געדענקט שוין דאָרט ווייניק ווער וועגן דעם רײַכן בײַטראָג אין דער רוסישער קולטור, וועלכן עס האָט אַרײַנגעבראַכט די טאַלאַנטירטע ייִדישע משפּחה מעסערער.