פּערזענלעכקײטן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס טשערטאָק
באָריס טשערטאָק
Credit: Getty Images
באָריס טשערטאָק איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָט קאָנסטרויִרט ראַקעטן און געשיקט זיי אין קאָסמאָס; ער איז געשטאַנען בײַם יסוד פֿון דער סאָוועטישער קאָסמאָנאַווטיק. צו זײַן 100־יאָריקן יוביליי האָט ער נישט דערלעבט צוויי חדשים. נאָך מיט 20 יאָר צוריק האָט זײַן נאָמען ווייניק ווער געהערט; און ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס — דאָס פֿעלד פֿון זײַן באַשעפֿטיקונג איז געווען שטרענג פֿאַרשלאָסן.
ווי אַזוי זשע האָט דער מענטש מיט אַ ייִדישן אָפּשטאַם געקאָנט דערגרייכן צו אַזאַ הויכער מדרגה סײַ פֿיגורעל און סײַ דירעקט גערעדט?
דער מיליטערישער כּוח אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געהאַלטן אויף דרײַ זײַלן: נוקלעאַר געווער, ראַקעטן־קאָסמישן פּאָטענציאַל און נוקלעאַרן אונטערוואַסער־פֿלאָט. די געשיכטע, ווי אַזוי עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דאָס סאָוועטישע נוקלעאַר־געווער, איז הײַנט גוט באַקאַנט; די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקט האָט מען געקאָנט הערן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קיין סוד פֿון דעם ענין האָט מען נישט געמאַכט. גאָר אַן אַנדער זאַך — ראַקעטן־בויונג.
אין 1945, נאָכן קראַך פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זײַנען אַהין געשיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל גרופּעס פֿון סאָוועטישע טעכנישע געלערנטע, וואָס זייער צוועק איז געווען צו דעמאָנטירן פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, לאַבאָראַטאָריעס און דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין איינער פֿון אַזעלכע גרופּעס איז געווען אויך באָריס טשערטאָק — אַן אינזשעניר פֿון אַ מאָסקווער אַוויאַ־אונטערנעמונג. אין אַן אָפֿיציר־אוניפֿאָרם פֿון אַ מאַיאָר האָט מען אים געשיקט אויסצוזוכן אין דײַטשלאַנד אויסשטאַטונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַוויאַ־בויונג. נאָך צוויי חדשים אַרבעטן אין בערלין, איז ער, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר הענריך אַבראַמאָוויטש, אויך אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, אָנגעקומען אין טורינגיע, פּונקט דעמאָלט, ווען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט די געגנט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, ווי אַן אויסטויש אויף די מערבֿ־ראַיאָנען פֿון בערלין.
נישט ווײַט פֿון דער שטאָט נאָרדהאַוזען, ריכטיקער אינעם באַרג קאָשטײַן, האָט זיך געפֿונען אַ געהיימע אינדוסטריע "מיטטעלווערק", וווּ די דײַטשן האָבן פּראָדוצירט די ראַקעטן V-2. דאָרט איז אויך געווען דער קאָנצענטראַציע־לאַגער "דאָראַ", וואָס די קאַצעטלער פֿון דעם לאַגער פֿלעגן, ווי קנעכט, האָרעווען בײַם אַרויסלאָזן דעם אַזוי־גערופֿענעם היפּער־געווער פֿון היטלער. די דאָזיקע פֿאַבריק "מיטטעלווערק" האָבן אויפֿגעבויט די ייִדישע קאַצעטלער, וואָס 20 טויזנט פֿון זיי זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן.
די ראַקעטן V-2 און די טעכנאָלאָגיע פֿון זייער פּראָדוצירן, ווי אויך די אויספּרוּוו־אַפּאַראַטן האָבן געמאַכט אויף די צוויי ייִדן, טשערטאָק און אַבראַמאָוויטש, אַ גרויסן אײַנדרוק. זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ראַקעטן — איז די צוקונפֿט אין דער מיליטערישער אינדוסטריע!
אין אַ קורצער צײַט האָט טשערטאָק אויפֿן יסוד פֿון "מיטטעלווערק" אָרגאַניזירט דעם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט "ראַבע" (Raketenbay), וואָס איז שפּעטער רעאָרגאַניזירט געוואָרן אינעם אינסטיטוט "נאָרדהאַוז", וווּ אונטערן אויפֿזיכט פֿון די סאָוועטישע ספּעציאַליסטן האָבן געאַרבעט איבער זיבן טויזנט דײַטשישע געלערנטע און אינזשעניערן. דער הויפּטציל איז געווען — איבערצונעמען די דערפֿאַרונג פֿון די דײַטשישע ראַקעטן־קאָנסטרוקטאָרן, ווידער־אויפֿשטעלן די ראַקעטן V-2, און די שיטה פֿון זייער אויספּרוּוו און אַרויסשיק.
מיט צוויי יאָר שפּעטער, אונטערן דרוק פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זײַנען אַלע אינדוסטריעלע אונטערנעמונגען, וועלכע מאָסקווע האָט באַוויזן אויפֿצושטעלן אין דער סאָוועטישער אָקופּאַציע־זאָנע (אַוויאַציע און נוקלעאַרע), אַוועקגעשיקט געוואָרן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צוזאַמען מיטן גאַנצן דײַטשישן טעכנישן פּערסאָנאַל. פֿון דעסטוועגן איז גענוג געווען אויך די צוויי יאָר, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿונדאַמענט פֿאַר דער סאָוועטישער ראַקעטן־קאָסמישער אינדוסטריע, וואָס האָט געדינט ווי אַן אָנהייב צו די ווײַטערדיקע דערגרייכונגען אין דעם געביט.
אין 1946 קערט זיך באָריס טשערטאָק אום קיין מאָסקווע און וואַרפֿט זיך גלײַך אַרײַן אין דער אַרבעט פֿון בויען ראַקעטן, אַרויסשיקן סאַטעליטן און קאָסמישע שיפֿן — אַ וועג צו נײַע דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן. אמת, צו יענער צײַט זײַנען שוין די בעסטע שטיקער פֿון דעם מיליטער־אינדוסטריעלן קוגל צעכאַפּט געוואָרן. דעם געלערנטן שטעלט עס אָבער נישט אָפּ. ער הייבט אָן פֿון די מין ראַקעטן "P" (דער סאָוועטישער אַנאַלאָג פֿון דער דײַטשישער ראַקעטע V-2); דערנאָך גייט ער אַריבער צו די שלאַכט־ראַקעטן און שפּעטער — צו די צווישנקאָנטינענטאַלע סאַטעליטן און קאָסמישע שיפֿן, געשיקט צו דער לבֿנה און מאַרס...
דער נאָמען באָריס טשערטאָק איז באַקאַנט געוואָרן דער עפֿנטלעכער געזעלשאַפֿט ערשט נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. אַן עלטערער מענטש, מיט אַ טיפּיש ייִדיש פּנים, פֿלעגט ער אָפֿט אויפֿטרעטן פֿאַר די שול־תּלמידים, סטודענטן, מיליטער־לײַט, און לעצטנס, אויף דער טעלעוויזיע. אַלע האָבן געוואַרט פֿון אים צו דערהערן עפּעס אַ סענסאַציע — ער איז דאָך געווען אַ לעבעדיקער עדות צו דער ראַקעטן־קאָסמישער תּקופֿה! אָבער טשערטאָק, וואָס איז געוווינט געווען במשך פֿון צענדליקער יאָרן צו שווײַגן, האָט קיינעם מיט זײַנע אויפֿטריטן נישט איבערראַשט.
אין 1999 האָט באָריס טשערטאָק אַרויסגעלאָזט אַן אינטערעסאַנטע אַרבעט פֿאַר ספּעציאַליסטן און סתּם ליבהאָבער פֿון קאָסמישער וויסנשאַפֿט — זײַנען זכרונות "ראַקעטן און מענטשן". טשיקאַווע איז, אַז פֿון זײַנע געפּרעסטע נאָטיצן איבער זײַן "קאָסמישן לעבנס־וועג" קומט בפֿירוש נישט אַרויס, אַז ער איז געווען אַ גרויסער געלערנטער אָדער אַ זעלבשטענדיקע פֿיגור אין דער קאָסמישער אינדוסטריע; שוין גיכער — אַ שטענדיקער שטעלפֿאַרטרעטער בײַ עפּעס אַ הויכגעשטעלטן טשינאָווניק פֿון וויסנשאַפֿט. טשערטאָק איז אויך נישט צעבאַלעוועט געווען מיט מלוכה־באַלוינונגען פֿאַר זײַן איבערגעגעבענער אַרבעט. אַזוי אַז זײַן אמתע ראָל, ווי אַ ספּעציאַליסט איז נאָך ביז איצט נישט קלאָר.
וואָס זשע איז דאָס געווען פֿאַר אַ מענטש? טשערטאָק איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש, אין 1912; אָבער שוין אין 1916 האָט זײַן משפּחה זיך באַזעצט אין מאָסקווע. ווי אַזוי? מעגלעך, אַז די עלטערן זײַנען אַרויסגעשיקט געוואָרן אין צענטראַל־רוסלאַנד, צוזאַמען מיט נאָך אַ צענדליק טויזנט ייִדן, נאָך דעם, ווי די רוסישע אַרמיי האָט פֿאַרכאַפּט פּוילן.
ווי טשערטאָק אַליין דערמאָנט זיך, האָט ער אין מאָסקווע לאַנג נישט געקאָנט אָנקומען אין אינסטיטוט, ווײַל ער איז נישט געווען פֿון אַ פּראָלעטאַרישן ייִחוס. נאָך מער זעט אויס סודותדיק דער פֿאַקט, אַז ער — אין די צײַטן פֿון סטאַלינס רדיפֿות אויף די "קאָסמאָפּאָליטן", בעת דעם פּראָצעס קעגן דעם "אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט" און "דאָקטוירים־ענין" — האָט נישט געליטן און איז געבליבן ווײַטער אויף זײַן הויכער פּאָזיציע אין דער געהיימסטער סטרוקטור פֿון דער מיליטערישער אינדוסטריע. זעט אויס, אַז זײַן פּאָזיציע איז געווען אַזוי וויכטיק דעם פֿאָטערלאַנד, אַז אַפֿילו די בייזע ווינטן פֿונעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטישן רעזשים האָבן אים נישט פֿאַרטשעפּעט.
די הײַנטיקע פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿונעם איצטיקן רעזשים אין רוסלאַנד, פּרוּוון איבערצײַגן די וועלט אויפֿן בײַשפּיל פֿון באָריס טשערטאָק, אַז נישט געקוקט אויף זײַן ייִדישן ייִחוס, האָט ער, אַן עכטער געלערנטער, דערגרייכט אין לעבן די העכסטע פֿענצטער. דער גאַנצער אמת אָבער איז, אַז די דאָזיקע פֿענצטער זײַנען געווען פֿאַרשטעלט מיט גאָלדענע גראַטעס.