פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין יאָר 1971, האָט דער שווייצאַרישער עקאָנאָמיסט קלאַוס שוואַב צונויפֿגערופֿן 450 באַקאַנטע דירעקטאָרן פֿון פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס, כּדי אַרומצורעדן די סטראַטעגישע פּראָבלעמען פֿונעם אייראָפּעיִשן מיסחר און אָפּשאַצן זײַן פּערספּעקטיוו אין דער וועלט־עקאָנאָמיע. קיינער האָט דאַן נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז גאָר אין גיכן וועלן אין דאַוואָס זיך אָנהייבן צונויפֿפֿאָרן פּרעזידענטן און פּרעמיער־מיניסטאָרן, נאָבעל־געווינער; די רײַכסטע און אײַנפֿלוסרײַכסטע מענטשן פֿון אַלע וועלט־עקן.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ענדלעך, האָבן זיך די פֿילצאָליקע קלאַנגען באַשטעטיקט: די איצטיקע פֿאָרזיצערין פֿונעם "צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד" ("צענטראַלער ראַט"), די 77־יאָריקע שאַרלאָט קנאָבלאָך פֿאַרלאָזט איר אַמט! וועגן דעם האָט זי אַליין מיטגעטיילט אין אַ שמועס מיטן קאָרעספּאָנדענט פֿון דער נײַעס־אַגענץ DPA. איר אַוועקגיין, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין נאָוועמבער, האָט זי דערקלערט, ווי "אַן אייגענעם און פֿרײַוויליקן פֿאַרלאַנג איבערצוגעבן די פֿירערשאַפֿט פֿונעם 'צענטראַלן ראַט’ אין די הענט פֿונעם נײַעם דור".

אײראָפּע, פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען וועט ער קומען, דער סוף? מיט דער און נאָר אָט דער פֿראַגע פֿלעגן אויפֿשטיין און זיך לייגן די קאַצעטלער פֿון אוישוויץ. ס'איז געווען קלאָר, אַז דעם טויט וועט דאָ קיינער נישט אויסמײַדן. מ׳האָט אים געוואַרט יעדע מינוט. און דער פּײַניקסטער געדאַנק איז געווען פֿאַרבונדן מיטן לעבן. צי איז עמעצן באַשערט דאָ צו בלײַבן לעבן? אָט די פֿראַגע איז אין אוישוויץ פֿאַרווערט געווען צו שטעלן. אַהין פֿלעג מען ברענגען נאָר צוליב איין זאַך — טייטן! סוף יאַנואַר 1945 האָבן די קוים לעבעדיקע קאַצעטלער דערהערט שיסערײַען, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ניט ווײַט פֿון זיי גייט אָן אַ שלאַכט.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אין דײַטשלאַנד, איז שווער אָנצורופֿן אַ געלונגנס, בפֿרט עקאָנאָמיש. אַוודאי, איז קיין קראַך נישט געשען, ווי מ'האָט געשרעקט די באַפֿעלקערונג בײַם אָנהייב פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס. ווי אין אַנדערע מערבֿ־לענדער, האָט אויך די דײַטשישע רעגירונג אַרײַנגעפּאָמפּעט ריזיקע מיטלען (קנאַפּע 80 מיליאַרד יוראָ) אין די בענק און גרויסע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָטירן, און דערמיט "אָפּגעשפּראָכן די גזירה".

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חגאות, פֿאַרבונדן מיט דער קאַטוילישער ווײַנאַכט, מיטן נײַיאָר און דעם פּראַוואָסלאַוונעם ניטל זײַנען שוין פֿאַרבײַ, און אייראָפּע קערט זיך צובילסלעך אום צו איר טאָג־טעגלעכקייט. עס האָבן זיך אויך אומגעקערט פֿון די ווינטער־וואַקאַציעס די רעגירונגען, און צוזאַמען מיט זיי די נישט־געלייזטע פֿראַגעס פֿונעם אַלטן יאָר און אַ פּעקל פּראָבלעמען, וואָס עס שטייט זיי פֿאָר ערשט צו באַהאַנדלען.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת דעם פּראָצעס פֿונעם 89־יאָריקן נאַצי־וועכטער איוואַן דעמיאַניוק, פֿאַראַטאָגן מאָנטיק, האָט זײַן אַדוואָקאַט, אולריך בוש, פּראָוואָצירט דעם עולם און אַפֿילו זיך צעווערטלט מיט דעמיאַניוקס צווייטן אַדוואָקאַט, גיונטער מאַול. אויפֿן בילד: בוש (פֿאָרנט, רעכטס), אינעם געריכט אין מינכן

מאָנטיק, דעם 21סטן דעצעמבער, נאָכן איבעררײַס "צוליב דער קראַנקייט", איז דער פּראָצעס איבער איוואַן דעמיאַניוק אָנגעגאַנגען ווײַטער. אויך ווי בײַ די פֿריִערדיקע זיצונגען, האָט דער באַשולדיקטער זיך געפֿונען אין אַ רעדערשטול, אַרומגערינגלט מיט פּאָליציאַנטן, אַדוואָקאַטן, קראַנקנשוועסטער און אַנדערע פּאַרשוינען. ווי פֿריִער איז ער געווען אָנגעטאָן אין זײַן גרינעם טורמע־אָנצוג, און אויפֿן קאָפּ געטראָגן זײַן בייסבאָל־היטעלע מיטן לאַנגן דאַשיק.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די דריטע זיצונג פֿונעם געריכט איבער דעמיאַניוק איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן, ווײַל דער ריכטער האָט גענומען אין אַכט די דערקלערונג, אַז בײַם געמישפּטן איז אַ ווירוס־קראַנקייט, און האָט אַריבערגעטראָגן די זיצונג אויפֿן 21סטן דעצעמבער. צי איז דעמיאַניוק באמת קראַנק געוואָרן, צי ער שפּילט אָפּ נאָך איין פֿאַרס, ווייסט קיינער נישט; אָבער ס׳איז קלאָר, אַז די אַדוואָקאַטן "קוועטשן" אויף דער עלטער פֿונעם געמישפּטן און אויף זײַן שוואַכן געזונט־מצבֿ, וואָס קאָן דערפֿירן צו דעם, אַז דעמיאַניוק וועט צו אַן אורטייל נישט דערלעבן.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז שווער אין דעם צו גלייבן, אָבער די פֿאַקטן רעדן פֿאַר זיך: דעם 10טן אָקטאָבער האָבן אַרמעניע און טערקײַ אונטערגעשריבן אין דער שווייץ אַן אָפּמאַך וועגן אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, עפֿענען זייערע גרענעצן און באַנײַען די מיטאַרבעט צווישן ביידע לענדער. אַ סך קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין צוגעטשעפּעט צו דעם אָפּמאַך דעם נאָמען: "ציריכער פּראָטאָקאָלן" און דערקלערט, אַז אַזוי וועלן זיי שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. די פֿראַגע איז, צי וועלן זיי טאַקע בלײַבן אין דער געשיכטע?

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך איין פּאָליטישער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. געשען איז עס נישט צוליב אַ הײַנטיקן ענין, נאָר צוליב אַן ענין, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. וואָס איז געשען? נישט לאַנג צוריק, דעם 3טן יולי, האָט די פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, אָפּגעשטימט פֿאַר אָנצונעמען די רעזאָלוציע, וועלכע שטעלט אויף איין ברעט דעם נאַציזם און סטאַליניזם, און האָט פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם 23סטן אויגוסט (אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און דער געהיים־פּראָטאָקאָל, ווי אַ צוגאָב) ווי אַן אָנדענק־טאָג לזיכּרון אַלע קרבנות פֿון די ביידע רעזשימען.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס מ׳האָט באמת נישט ליב אין פֿראַנקרײַך, איז נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער! נעמט, למשל, דעם פּרעזידענט סאַרקאָזי. באַשליסנדיק זיך צו ווענדן צו זײַן פֿאָלק, האָט ער נישט נאָכגעמאַכט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, דאָס הייסט, נישט אויפֿגעטראָטן אין עפּעס אַן אוניווערסיטעט מיט אַ פּאָליטישער דרשה, וואָס דאַרף ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס און יעדן געפֿעלן ווערן. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָגראַם־רעדע דעם עליזעי־פּאַלאַץ גופֿא (זײַן אייגענע רעזידענץ),

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב יוני האָט דער פֿעדעראַלער מיניסטער, מאַריאַ ביאָכנער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿראַגע פֿון אינטעגרירן די אימיגראַנטן אין לאַנד, צוגעשטעלט איר באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון די נײַע בירגער, געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. דער דאָזיקער באַריכט איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אינטערעס; און ס‘איז נאַטירלעך, ווײַל אין אַ לאַנד, מיט אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 82 מיליאָן מענטשן, זײַנען 15 מיליאָן אימיגראַנטן. נאָך מער: די צאָל אימיגראַנטן האַלט אין איין וואַקסן.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר נאַכט, דעם 5טן יוני, האָבן די טעלעוויזיע דיקטערס, נאָכמאַכנדיק דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער איז אַנומלטן אויפֿגעטראָטן אין קאַיִר, באַגריסט זייערע צושויער מיט די ווערטער: "סאַלאַם אַלייקום!". פֿון איין זײַט איז עס געווען אַן אָנערקענונג צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס ער האָט פֿאַרדינט צווישן די דײַטשישע בירגער, בדרך־כּלל — צווישן פֿרויען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אין דעם געפֿילט אַ געוויסער חלק איראָניע.