ווינטער־צײַט פֿלעגן מיר פֿאָרן צו באָבע־זיידן אין דרום־מיזרח־דײַטשלאַנד. איך האָב זיך געפֿרייט, ווײַל די בערג לעבן דער קליינער שטאָט ציטאַו זײַנען געוויינטלעך באַדעקט מיט אַ שיינער שניי־קאָלדערע. מע קען פֿאָרן אין די בערג, אַריבער דער גרענעץ קיין פּוילן אָדער טרעפֿן אויף דער טשעכישער זײַט און הערן אַ פֿרעמד לשון. די באָבע האָט דערציילט, אַז אַ טייל פֿון דער משפּחה האָט אין די פֿריִערדיקע יאָרן געוווינט ניט ווײַט און גערעדט טשעכיש. פֿון דעם צד האָבן מיר עטלעכע אײַנבינדערס, וואָס פֿון דאָרטן נעמט זיך דער משפּחה־נאָמען פֿון מײַן באָבען, וואָס געפֿעלט מיר זייער — קניזשקאַ. "קניזשקאַ" נעמט זיך פֿונעם רוסישן וואָרט "קניגאַ" און באַצייכנט אַ ביכל. אין דעם זינען שטימט עס מיט מײַן משפּחה־טראַדיציע — איך האָב אין דער היים אַ היפּשע ביבליאָטעק.

פּובליציסטיק
פֿון פּעטער גאָרענפֿלאָס (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נישט פּלאַפּלען!

ווי באַוווּסט, איז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען ניט קיין דעמאָקראַטיע און ניט קיין פֿרײַהייט פֿון מיינונגען. ווער ס׳פֿלעג נאָר וואַגן צו קריטיקירן די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אָדער בכלל צו דערקלערן אויף אַ קול זײַן אייגענעם קוקווינקל, האָט ריזיקירט מיט זײַן קאַריערע און נישט זעלטן אויך מיט זײַן פֿרײַהייט. צווישן די ביכער, וואָס ס׳איז כּדאַי צו לייענען וועגן דער אַזוי גערופֿענער "סאָוועטישער דעמאָקראַטיע" פֿאַר ייִדן, וואָלט איך אָנגערופֿן אַרנאָ לוסטיגערס בוך "דאָס רויטע בוך: סטאַלין און ייִדן". אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, זײַנען אַ סך ייִדן געוואָרן מיטגלידער פֿון "בונד". אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז נאָך דער רעוואָלוציע אַריבער צו די באָלשעוויקעס, מחמת לענין האָט דערקלערט אַ מלחמה דעם אַנטיסעמיטיזם.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי

וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי איז שוין נישט קיין יונגער מענטש (געבוירן אין 1928, אין מאָסקווע), און גאָר אַ באַשיידענער, וואָס האָט געמאַכט אים — אַ פּאָפּולערער שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — שוין גיכער אַן אויסנאַם אין דער חבֿרה שרײַבער פֿון יענע צײַטן. זײַן פֿאָטער, אַ באַקאַנטער דאָקטער־גענעקאָלאָג אין מאָסקווע, האָט באַוואָרנט זײַן זון אויף לאַנגע יאָר צו פֿירן אַ זאַט, רויִק לעבן און נישט וויסן פֿון קיין נויט און שווערער האָרעוואַניע.

פֿאַרשײדנס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג יוריעוו

אין דײַטשלאַנד קאָן מען הײַנט טרעפֿן אַ וועלט מיט רוסישע שרײַבער־אימיגראַנטן (לויט אייניקע קוואַלן — אַרום 160 שרײַבער). וועגן אייניקע פֿון זיי, מער באַוווּסטע, געקומען מיט דער דריטער עמיגראַציע־כוואַליע, האָב איך שוין דערציילט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". הײַנט גיי איך אײַך באַקענען מיט אַ שרײַבער, וואָס נישט געקוקט אויף זײַנע מעסיקע טאַלאַנטן, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין די ליטעראַרישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד. איך מיין דאָ, אָלעג יוריעוו.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאָיסיי פֿישביין

מיט אַ היפּשער צײַט צוריק, פּונקט דעמאָלט, ווען ס'איז זיך צעפֿאַלן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און, ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע אומאָפּהענגיקע מלוכות, איז אין אַ טאָג צו מיר צוגעקומען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזישער ליטעראַטור און געשטעלט מיר אַן אומגעוויינטלעכע פֿראַגע. אַליין אַ געוועזענער עמיגראַנט פֿון ליטע, האָב איך דעמאָלט געאַרבעט אינעם זשענעווער אוניווערסיטעט. "איך האָב ערשט אַנטדענקט אויף דער מאַפּע פֿון אייראָפּע אַ נײַ לאַנד, וואָס ביז אַהער האָב איך וועגן דעם נישט געהערט, עס הייסט אוקראַיִנע — האָט מיר מיטגעטיילט דער פּראָפֿעסאָר, — אפֿשר ווייסט איר: אוקראַיִנע האָט עפּעס באַקאַנטע נאַציאָנאַלע שרײַבער, פּאָעטן?"

ביאָגראַפֿיעס
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעפֿים פֿישטיין

וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִנגעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין דער ייִדישער געגנט פּאָדאָל, וועט אַ מאָל ווערן אַ באַקאַנטער טשעכישער זשורנאַליסט און אַפֿילו הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער פּאָפּולערסטער צײַטונג אין לאַנד "לידאָווע נאָווינאַ"? צי האָט עמעצער געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַ טשעכישער פּאָעט, איבערזעצער, דראַמאַטורג און סצענאַריסט צו טשעכישע קינאָ־פֿילמען? אויב ס׳איז ווייניק, איז ער אויך געווען במשך פֿון אַ סך יאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן בײַ דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט). דערבײַ, בײַ די אַלע זײַנע מלאָכות, איז ער שטענדיק פֿאַרבליבן אַ ייִד און האָט אין ייִדישקייט דערצויגן זײַנע קינדער...

אַמאָל איז געווען אַ מויז, גרויס ווי עוג־מלך־הבשן*. אָבער זי איז געוואַקסן ווײַטער און געוואָרן אַלץ גרעסער און גרעסער. האָט מען זי גערופֿן "פֿאַרלעך", וואָס עס נעמט זיך פֿון "דער פֿאַרקערטער מלך" — ווײַל קיין קעניגרײַך האָט זי דאָך ניט געהאַט. די אַנדערע קליינע מײַזעלעך האָבן זיך קיין מאָל ניט געוואָלט שפּילן מיט איר, ווײַל זי איז פּשוט געווען צו גרויס פֿאַר זייער באַליבסטער שפּיל — באַהעלטערלעך.

מוזיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בוסיע גאָלדשטיין

באָריס (בוסיע) גאָלדשטיינען האָט אָפּגעגליקט: ער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּאַסיקן אָרט און אין דער פּאַסיקער צײַט. געבוירן געוואָרן אין אָדעס, וווּ דער מוזיקאַלישער הימל איז געווען באַשאָטן מיט אַזעלכע פֿידל־שטערן, ווי מישאַ פֿינכטענגאָלץ, יעקבֿ זאַק, דוד אויסטראַך, יעליזאַוועטאַ גילעלס, נתן מילשטיין, עדואַרד גראַטש און אַנדערע; איז דער קליינער3 בוסיע, בײַ זײַנע פֿינף יאָר, אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט צום גרויסן פֿידל־לערער פּסח (פּיאָטר) סטאָליאַרסקי.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס כאַזאַנאָוו

אין די נאָך־מלחמהדיקע יאָרן איז צווישן די סאָוועטישע ייִדן אומגעגאַנגען אַ לעגענדע, אַז דער דענישער קיניג, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם וואָס די נאַציס רודפֿן ייִדן, האָט צוגעטשעפּעט צו זײַן רעקל אַ געלע לאַטע און דעמאָנסטראַטיוו אַרומגעפֿאָרן אַזוי איבער קאָפּענהאַגען. אַ שיינע לעגענדע, אָבער נישט מער! דווקא פֿון דער לעגענדע איז אַרויס דער ראָמאַן "די שעה פֿונעם קיניג", פּובליקירט אין 1976 אינעם מאָסקווער אומלעגאַלן זשורנאַל "ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", אָנגעשריבן פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן שרײַבער באָריס כאַזאַנאָוו.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן פֿראַגמענטן פֿונעם קאַפּיטל וועגן איציק מאַנגערס יונגע יאָרן פֿון דער ביאָגראַפֿישער פֿאָרשונג, באַטיטלט׃

Niemandssprache: Itzik Manger – Ein europäischer Dichter

("ייִדיש איז הפֿקר׃ איציק מאַנגער — אַן אייראָפּעיִשער דיכטער"). דאָס בוך וועט אַרויסגיין אין זורקאַמפּ־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד, אין 2011.

אפֿרת גל־עד איז געבוירן געוואָרן אין טבֿריה, האָט שטודירט גערמאַניסטיק, ייִדישע לימודים, ייִדישע ליטעראַטור און מאָלערײַ אין דײַטשלאַנד. זי איז טעטיק ווי אַ קינסטלערין, איבערזעצערין און שרײַבערין. זי לערנט ייִדיש אין דעם הײַנריך־הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף.

חורבן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די נאַציס פֿאַרכאַפּן די שטאָט פּשעמישל, יוני 22, 1941

דער 22סטער יוני ווערט אָפּגעמערקט אין רוסלאַנד, ווי דער טאָג פֿון אָנדענק און טרויער. מיט 69 יאָר צוריק זײַנען די דײַטשישע אַרמייען אַריבער די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך אַ לאָז געטאָן טיף אין דער טעריטאָריע פֿונעם לאַנד. וואָס איז אינטערעסאַנט, אַז רוסלאַנד איז הײַנט דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס דער אָנהייב פֿון דער פֿאַשיסטישער אינוואַזיע ווערט אַזוי רירנדיק אויפֿגעהאַלטן. נאָך מער, די ראָלע פֿון דער דאַטע ווערט אַלץ גרעסער מיט יעדן יאָר. נאָר איין בײַשפּיל: נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן איז דער טאָג 22סטער יוני געווען אַ געוויינטלעכער אַרבעטס־טאָג; אָבער אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז עס געוואָרן אַן אָפֿיציעלער נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג.

חורבן

(אַן אויסצוג פֿון אַ גרעסערן אַרטיקל "דערמאָנונגען וועגן דעם גיהנום")

אין די 1960ער יאָרן האָט מען אין מאָסקווע געהאַלטן, אַז פּוילן איז דער פֿריילעכסטער באַראַק אינעם סאָציאַליסטישן לאַגער. פֿאַר אַ סאָוועטישן בירגער, דערצו נאָך, אַ יונגן מענטש, האָט וואַרשע זיך געמאָלט ווי אַן אויסלענדישער גן־עדן. שפּעטער בין איך געווען אין בערלין, פּאַריז, ניו־יאָרק. נאָר אַלץ האָט אויסגעזען ווי אַ שאָטן, אין פֿאַרגלײַך מיט יענע זעלטענע געפֿילן, איבערגעלעבט אין וואַרשע; אַזוי גיריק אײַנזאַפּן אַ פֿרעמדן לעבנס־שטייגער, קולטור, שפּראַך איז מיר מער קיין מאָל נישט אויסגעקומען.