די נאַציס פֿאַרכאַפּן די שטאָט פּשעמישל, יוני 22, 1941 |
דער 22סטער יוני ווערט אָפּגעמערקט אין רוסלאַנד, ווי דער טאָג פֿון אָנדענק און טרויער. מיט 69 יאָר צוריק זײַנען די דײַטשישע אַרמייען אַריבער די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך אַ לאָז געטאָן טיף אין דער טעריטאָריע פֿונעם לאַנד. וואָס איז אינטערעסאַנט, אַז רוסלאַנד איז הײַנט דאָס איינציקע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס דער אָנהייב פֿון דער פֿאַשיסטישער אינוואַזיע ווערט אַזוי רירנדיק אויפֿגעהאַלטן. נאָך מער, די ראָלע פֿון דער דאַטע ווערט אַלץ גרעסער מיט יעדן יאָר. נאָר איין בײַשפּיל: נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן איז דער טאָג 22סטער יוני געווען אַ געוויינטלעכער אַרבעטס־טאָג; אָבער אין דעם איצטיקן רוסלאַנד איז עס געוואָרן אַן אָפֿיציעלער נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג.
פֿאַר וואָס קומט אַזוי פֿאָר? די "גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה", ווי זי ווערט גערופֿן אין רוסלאַנד, איז אָנגעגאַנגען פֿיר מיט אַ האַלב יאָר; ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרלוירן ביז 27 מיליאָן מענטשן. לויט דער פּראָפּאָרץ פֿון דער צאָל בירגער, זײַנען די גרעסטע פֿאַרלוסטן געווען צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — 2.4 מיליאָן מענטשן, אײַנגעשלאָסן די בירגער פֿון באַלטישע לענדער, מערבֿ־אוקראַיִנע און בעסאַראַביע, קאָאָפּטירט צום ראַטן־פֿאַרבאַנד ערבֿ דעם קריג. (נאָר אין דער בלאָקירטער שטאָט לענינגראַד זײַנען פֿון הונגער און קעלט אויסגעגאַנגען 800 טויזנט נפֿשות.) אין דער רויטער (סאָוועטישער) אַרמיי האָבן געקעמפֿט אַרום אַ האַלבער מיליאָן ייִדן; 198 טויזנט פֿון זיי זײַנען העלדיש אומגעקומען אויף די פֿראָנטן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מער ווי אַ העלפֿט (58%) פֿון די איצטיקע רוסלענדישע בירגער זײַנען איבערצײַגט, אַז דער זיג איבער דעם פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד איז די גרעסטע געשעעניש אין דער געשיכטע פֿון זייער לאַנד. דעריבער וואַקסט אויך די באַציִונג צו דער דאַטע. אַז די מלחמה מיט דײַטשלאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן יוני, ווייסן כּמעט אַלע בירגער פֿון רוסלאַנד (91%). זיי ווײַזן אָן, אַז אין דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה האָבן אָנטייל־גענומען זייערע קרובֿים. די דאָזיקע דאַטע ווערט פֿאַרהייליקט סײַ פֿונעם פּשוטן פֿאָלק און סײַ פֿון דער מאַכט. דעם 22סטן יוני האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו אַרויפֿגעלייגט אַ קראַנץ בלומען אויפֿן קבֿר פֿונעם אומבאַקאַנטן סאָלדאַט, וואָס געפֿינט זיך בײַ דער קרעמל־וואַנט. פֿײַערלעכע אונטערנעמונגען זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון איין עק רוסלאַנד ביזן אַנדערן — פֿון קאַמטשאַטקע ביז קאַליניגראַד.
ס׳איז כּדאי דאָ אונטערצושטרײַכן אַ וויכטיקן מאָמענט, וואָס פֿריִער, אין די סאָוועטישע צײַטן האָט אַפֿילו קיין רמז פֿון דעם נישט געקאָנט זײַן. דהײַנו: אין אייניקע געוועזענע רעפּובליקן און אין די סאַטעליט־לענדער ווערט אַלץ מער רעאַנימירט און דערהויבן די וויכטיקייט פֿון די אָרטיקע, נאַציאָנאַלע פֿאַשיסטן, וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן די סאָוועטן אויף היטלערס צד. די נײַע רעגירונגען אין אוקראַיִנע, לעטלאַנד, ליטע, עסטלאַנד, רומעניע, כאָרוואַטיע און אַנדערע דעמאָקראַטישע לענדער, וואָס נישט ווייניק פֿון זייערע בירגער האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די שטראָף־קאָמאַנדעס בעתן אויסהרגענען די ייִדישע באַפֿעלקערונג און אין אַנדערע אַקציעס, שאַצן פּאָזיטיוו אָפּ זייערע מעשׂים און גיבן זיי צו אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס.
נאָך אַ בײַשפּיל דאַרף מען נישט גיין ווײַט. אַזוי, למשל, האָט דער סלאָוואַקישער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע, מילאַן דוריצאַ, דערקלערט אין זײַן לערנבוך, אַז היטלער האָט געמוזט אָנהייבן די מלחמה קעגן ראַטן־פֿאַרבאַנד, כּדי צו "באַפֿרײַען דאָס רוסישע פֿאָלק פֿון די קאָמוניסטן". און ווײַטער: "די ייִדישע פֿראַגע איז אין סלאָוואַקײַ געלייזט געוואָרן אין הסכּם מיט די קריסטלעכע מאָראַלישע פּרינציפּן". דער אַפּעליר־קאָמיטעט אין רומעניע האָט לעצטנס באַשטימט, אַז דאָס אָנהייבן דעם קריג קעגן ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען "געזעצלעך באַרעכטיקט"; כּדי אויפֿצושטעלן די גערעכטיקייט, האָט רומעניע געזאָלט אומקערן צוריק די "פֿאַרלוירענע טעריטאָריעס" — בעסאַראַביע, בוקאָווינע ווי אויך אָדעס און קרים. וועגן דעם האָט אָפֿן דערקלערט דער דיקטאַטאָר אַנטאָנעסקו.
אַפֿילו די פֿאַשיסטישע בולגאַריע, איז געווען דאָס איינציקע לאַנד צווישן די אַנדערע אַליִיִרטע מיט נאַצי־דײַטשלאַנד, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט צו שיקן איר אַרמיי אויפֿן מיזרח־פֿראָנט, דערלויבט הײַנט אַרויסצולאָזן זכרונות פֿון די בולגאַרישע "עס־עס"־לײַט, וואָס טענהן, אַז "זיי האָבן געקעמפֿט קעגן די קאָמוניסטן".
נישט ווײַט פֿון די געוועזענע "סאָציאַליסטישע סאַטעליטן" זײַנען אַוועק די געוועזענע "ברידערלעכע פֿעלקער פֿון דער סאָוועטישער משפּחה". גאָר נישט לאַנג צוריק האָט דער געוועזענער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, יושטשענקאָ, אַרויסגעלאָזט אַ פֿאַראָרדענונג אָפּצומערקן דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם "קעמפֿער פֿאַר דער פֿרײַהייט פֿון אוקראַיִנע" — ראָמאַן שוכעוויטש. דער דאָזיקער שוכעוויטש, ווי אַ הויכגעשטעלטער "עס־עס"־קאָמאַנדיר, איז בעת דער מלחמה געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ שטראָף־אָטריאַד צו פֿאַרניכטן ציווילע בירגער. דעם אַנדערן באַנדיט, סטעפּאַן באַנדעראַ, האָט יושטשענקאָ צוגעטיילט דעם העכסטן נאַציאָנאַלן אָרדן פֿון לאַנד, "העלד פֿון אוקראַיִנע". אַגבֿ, דער נײַער פּרעזידענט, יאַנוקאָוויטש, האָט די פֿאַראָרדענונג אָפּגעשאַפֿן.
די מאַכט אין לעטלאַנד, אונטערן דרוק פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, באַמיט זיך איצט "פֿאַרגלעטן" דעם באַשלוס אַרויסצושלעפּן פֿון דער פֿאַרגעסנקייט די "שיינע מעשׂים" פֿון די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן־מערדער, וואָס האָבן געקעמפֿט אונטער דער פֿאָן פֿון "ווערמאַכט". לאָמיר באַטאָנען, אַז 140 טויזנט לעטלעדער האָבן זיך באַטייליקט אין דער מלחמה אויף היטלערס צד; 40 טויזנט פֿון זיי — אין דער דיוויזיע "וואַפֿען עס־יס". די לעטישע, עסטאָנישע און ליטווישע סאָלדאַטן פֿון די שטראָף־קאָמאַנדעס פֿלעגן זיך אויסטיילן מיט זייער באַזונדערער רציחה, בעתן פֿאַרניכטן די ייִדן אין די געטאָס.
איך קער זיך אָבער אום צו דער דאַטע פֿון 22סטן יוני 1941. דער אָנהייב פֿון דער "פֿאָטערלענדישער מלחמה" האָט ממשותדיק אַ שטויס געטאָן פֿאָרויס די באַציִונגען צווישן ראַטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נאָך מיט אַ יאָר פֿריִער, נאָך דעם ווי מאָסקווע איז אָנגעפֿאַלן אויף פֿינלאַנד און בכּוח צוקאָאָפּטירט צו דער סאָוועטישער טעריטאָריע אויך די בײַבאַלטישע לענדער, זײַנען די צווישן־באַציִונגען פֿון מאָסקווע און וואַשינגטאָן געווען זייער אָנגעשטרענגט. ווי נאָר ס׳איז אָבער אויסגעבראָכן די מלחמה קעגן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט פּרעזידענט רוזוועלט, ווי אַ קלוגער פּאָליטיקער, נישט געבליבן שטיין אין אַ זײַט צו וואַרטן מיט וואָס ס׳וועט זיך פֿאַרענדיקן דער בלוטיקער געשלעג צווישן די ברוינע און רויטער מגפֿות. פּרעזידענט רוזוועלט האָט אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז קיין גרויסע ברירה האָט ער נישט — ביידע מגפֿות זײַנען טייטלעך. און דאָך, האָט ער דעמאָלט ריכטיק אָפּגעשאַצט דעם מצבֿ און אויסגעשטרעקט די האַנט דווקא צו סטאַלינען. אָן דעם זשעסט איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן וואָס וואָלט געווען דער סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
די אַמעריקאַנער הילף פֿאַרן ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אָנגעהויבן אָנקומען שוין אין די ערשטע מלחמה־חדשים. די ים־פֿלאָטיליע "דערוויש" איז אָנגעקומען קיין אַרכאַנגעלסק שוין דעם 31סטן אויגוסט 1941, ווען אַמעריקע איז נאָך נישט געווען אין אַ מלחמה־צושטאַנד מיט דײַטשלאַנד. דעריבער זײַנען די אַמעריקאַנער פֿראַכט־שיפֿן, אָנגעלאָדן מיט הילף־פּראָדוקציע פֿאַרן קעמפֿנדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד, געשוווּמען אונטער די בריטישע פֿענער. דעם 10טן אָקטאָבער 1941 האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס באַשטעטיקט דעם נײַעם געזעץ, "לענד־ליז", לויט וועלכן ס׳איז דערמעגלעכט געוואָרן צו שיקן מיליטערישע הילף פֿאַר דער רויטער אַרמיי — געווער, אַמוניציע, רוישטאָף, פּראָדוקטן. צו קאָנען דעקן די אויסגאַבן, האָט מאָסקווע באַקומען פֿון וואַשינגטאָן אַ הלוואה אויף 1 מיליאַרד דאָלאַר — פֿאַר יענער צײַט אַ ריזיקע סומע געלט.
דעם 11טן דעצעמבער 1941 האָט היטלער צעבונדן אַ מלחמה קעגן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע תּקופֿה פֿון אַ בשותּפֿותדיקן קאַמף קעגן דעם נאַצישן דײַטשלאַנד, די בלוטיקסטע מלחמה אין דער וועלט־געשיכטע. אָט וואָס ס׳האָט אָנגעשריבן דווײַט אײַזענהאַורער אין זײַנע דערמאָנונגען "קרייץ־צוג אין אייראָפּע", נאָך זײַן באַזוכן ראַטן־פֿאַרבאַנד: "ווען מיר זײַנע אין 1945 געפֿלויגן אין רוסלאַנד, האָב איך נישט געזען קיין איין גאַנץ הויז צווישן די מערבֿ־גרענעצן פֿונעם לאַנד און די ראַיאָנען אַרום מאָסקווע... אויף דער טעריטאָריע, וואָס איז געווען פֿאַרכאַפּט פֿון די נאַציס, איז אומגעבראַכט געוואָרן אַזוי פֿיל פֿרויען, זקנים און קינדער, אַז ס׳איז אוממעגלעך פֿעסט צו שטעלן זייער אַלגעמיינע צאָל".
מעגלעך, אַז אָט די ווערטער פֿונען אַמעריקאַנער גענעראַל און שפּעטער פּרעזידענט, קאָנען אַרויסהעלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד נאָך אַזוי פֿריש און הייליק דער אָנדענק נאָך די אומגעבראַכטע בעת דער "גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה", פֿאַר וואָס איז די דאַטע פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טאָג פֿון נאַציאָנאַלן אָנדענק און טרויער.