- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ראָמאַן "לאַבירינט" וואָלט געקאָנט זײַן אַ מוסטער־ווערק פֿון קלאַסישער לעבנס־באַשרײַבונג, ווען נישט דער "אָבער". ער הייבט זיך נישט אָן, ווי עס פֿירט זיך, פֿון די קינדער־יאָרן, אָבער פֿון דער בר־מיצווה פֿונעם הויפּט־העלד. און ס‘איז אַוודאי נישט צופֿעליק. דווקא אין דער עלטער נעמט אַ ייִדישער בחור איבער אַלע פֿליכטן פֿון אַ דערוואַקסענעם, בתוכם דאָס אַחריות פֿאַר זײַן פֿאָלק. דאָס מיינט, אַז אינעם ראָמאַן זײַנען נישט פֿאַראַן די אָנגענומענע אין דער קלאַסישער ליטעראַטור תּקופֿות — "קינדהייט", ייִנגלשאַפֿט", "יוגנט" — עס קומט באַלד "רײַפֿקייט"! עמיגראַציע, ווי אַ וועג זיך צו ראַטעווען פֿון פֿאַרשידענע צרות בײַ זיך אין לאַנד, איז באַקאַנט נאָך פֿון קדמונים אָן. אויב נעמען די ייִדן, האָבן זיי עס דורכגעמאַכט נישט איין מאָל, און נישט תּמיד לויט זייער ווילן. די אייראָפּעער, ווידער, צוליב דעם מאַנגל אין אייגענע רעסורסן אויפֿן קאָנטינענט גופֿא, ווי אויך צו באַהערשן די אַנדערע פֿעלקער און שטחים, האָבן זיי געמוזט פֿירן כּסדר מלחמות צווישן זיך, וואָס פֿלעגט ברענגען צו אַ מאַסן־איבערוואַנדערונג סײַ אינעם לאַנד און סײַ אויסער דעם קאָנטינענט. אַוודאי, איז נישט צו פֿאַרגלײַכן די סיבות און מאַסשטאַבן פֿון דער אייראָפּעיִשער אימיגראַציע מיט דער ייִדישער; פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מיליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויסגעשטאָרבן פֿון הונגער. דאַכט זיך, וווּ מע זאָל זיך נישט צורירן אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד, פֿילט זיך אַ ירידה: מע בויט ווייניקער שאָסייען און ווייניקער אויטאָס פֿאָרן אויף זיי, ווייניקער לאָזט מען אַרויס פּראָדוקציע און ווייניקער קויפֿט מען סחורה, עס פֿאַלט די געבורטיקייט און ווייניקער קינדער באַזוכן די שולן, ווייניקער סטודענטן פֿאַרשרײַבן זיך צו לערנען אין די אוניווערסיטעטן... ס‘איז טאַקע אַ פֿאַקט, אַז נאָך דעם ווי די "קאַלטע מלחמה" האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז אַמעריקע געבליבן דער איינציקער באַלעבאָס אין דער גלאָבאַלער וועלט־פּאָליטיק. דעם פֿאַקט אָבער האָט מען אין וואַשינגטאָן פֿאַרטײַטשט אויף אַן אייגענעם אופֿן: דאָס "ווײַסע הויז" קאָן איצט אַליין, אָן זיך אַן עצה טאָן מיט זײַנע פֿרײַנד, אָדער שׂונאים, אָננעמען באַשלוסן און לייזן אַלע פּראָבלעמען. לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש. נאָך מיט אַ 100 יאָר צוריק האָבן די אייראָפּעער געלעבט מיט 30 יאָר ווינציקער אין פֿאַרגלײַך מיט הײַנט. דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער אין דײַטשלאַנד, צום בײַשפּיל, דאָס מערסטנס באַפֿעלקערטע לאַנד אין אייראָפּע, איז 82.1 יאָר בײַ די פֿרויען, און 76.6 — בײַ די מענער. וואָס שייך די איבעריקע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, איז אין די "אַלטע" לענדער, דער דורכשניטלעכער לעבנסדויער באַגרענעצט מיט 76 יאָר, און אין די "נײַע" — די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע און באַלטיק — מיט 74 יאָר. דער נאָמען ביראָבידזשאַן האָט שוין לאַנג געקלונגען אין מײַנע אויערן, זינט איך האָב געלייענט די ווערק פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבערס. די טײַכן בירע, בידזשאַן, אַמור האָבן אויסגעזען אַזוי עקזאָטיש, אַז איך האָב זיך נישט געקענט אָפּזאָגן פֿונעם פֿאָרלייג צו לערנען ייִדיש דרײַ וואָכן אין ווײַטן מיזרח, אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. כאָטש איך האָב געוווּסט, אַז די געגנט ליגט ערגעץ; וווּ אין סיביר, האָב איך זיך פֿריִער געפֿוילט אויסצוגעפֿינען, וווּ פּינקטלעך עס ליגט יענער ייִדישער שטח. אַמור, כינע — דאָס זענען געווען די געאָגראַפֿישע קאָאָרדינאַטן, וואָס איך האָב יאָ געדענקט. ווען איך האָב געדאַרפֿט קויפֿן דעם בילעט, האָב איך זיך, סוף־כּל־סוף, דערוווּסט, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין: אַכט שעה פֿון מאָסקווע ביז כאַבאַראָווסק מיטן עראָפּלאַן און נאָך צוויי שעה מיטן אויטאָ ביז דער הויפּטשטאָט פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט, ביראָבידזשאַן. דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין געלייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה געווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דערפֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן. אין דײַטשלאַנד, אויף אַ פֿײַערלעכער צערעמאָניע אינעם שלאָס "בעלעוויו", איז אָפּגעמערקט געוואָרן דאָס אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געלטער, לטובֿת די געוועזענע קרבנות פֿון נאַצי־רעזשים, וואָס האָבן איבערגעלעבט די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דער באַלעבאָס פֿונעם שלאָס, כאָרס קיאָלער, האָט געזאָגט: "איך בין גליקלעך וואָס מײַן דור האָט אויסגעפֿירט דעם חובֿ פֿאַר די אומגליקלעכע, וואָס די נאַציס האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אין קנעכט און אומברחמנותדיק עקספּלואַטירט". אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם. אַ לויב צו יענע, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך אַרומגעטראָגן און סוף־כּל־סוף פֿאַרווירקלעכט דעם מערקווירדיקן פּראָיעקט. סימבאָליש איז, אַז די אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל איז צוגעפּאַסט געוואָרן צום 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעת סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די סימבאָלישקייט פֿון דער אונטערנעמונג שעפּט זיך נישט אויס נאָר מיט דער דאַטע; דער דענקמאָל איז אַ דערמאָנונג פֿאַר דער וועלט, אַז קאָמוניזם איז איינע פֿון די שרעקלעכסטע מגפֿות אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען ווייניק באַטראַכט, געפֿאָרשט און גייט נאָך אָן ווײַטער. |