פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿראַגע, וויפֿל עס דאַרף באַצאָלט ווערן פֿאַרן כאַפּן בין לאַדען, איז שוין גע­לייזט געוואָרן: 50 מיליאָן דאָלאַר — דער פּרײַז, וואָס די אַמעריקאַנער אַדמי­ניסטראַציע האָט אויסגעטיילט פֿאַר זײַן קאָפּ. די לעצטע געשעענישן אין ענגלאַנד איבערצײַגן אונדז, אַז אין וואַשינגטאָן האָט מען זיך טועה גע­ווען: דער ראָש פֿון "אַל־קײַדאַ" האָט נישט די ווערט פֿון אַזאַ סומע געלט. נישט דער­פֿאַר, ווײַל ער איז אַלט און קראַנק, און איז אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן.

דעם 29סטן און 30סטן יוני איז אין ענג­לאַנד געשען אַ נס: דרײַ טעראָריסטישע אַטאַקן, גענוי צוגעגרייט און פּראַקטיש אויס­געפֿירט, האָבן צו קיין מענטשלעכע קרבנות נישט געבראַכט. לויט די ידיעות, האָט עמע­צער פֿון די טעראָריסטן, פֿאַר­אַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויפֿרײַס פֿון צוויי "מערצעדעס"־אויטאָס אין צענטער פֿון לאָנדאָן און איין דזשיפּ "טשיראָקי" אינעם גלאַזגאָ־עראָפּאָר, אַרײַנגעשטעלט אין דער אויפֿרײַס־מאַשינע­ריע אַ דעפֿעקט־שפּריץ. וויפֿל די אַנטלאָפֿענע טעראָריסטן זאָלן נישט האָבן געשיקט די טעלעפֿאָנישע אויפֿ­רײַס־סיגנאַלן, האָט די באָמבע זיך נישט אויפֿגעריסן. אָבער דווקא אָט די טעלע­פֿאָנישע סיגנאַלן, געשיקט אויף די מאָביל־טעלעפֿאָנען, וואָס מ‘האָט גע­פֿונען אין די אויטאָס־באָמבעס, האָבן גע­האָלפֿן דער פּאָליציי גיך אויסצוגעפֿינען די פּאַר­שוי­נען, וואָס האָבן זיי געשיקט און זיי אַרעסטירן. ממש אַ נס! לויט די אָפּ­שאַ­צונגען פֿון די ספּעציאַליסטן פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער מאַנשאַפֿט בײַם "סקאָט­לאַנד יאַרד", האָט די צאָל קרבנות פֿון די אַטאַקן געקאָנט דער­גרייכן ביז 1000 מענטשן.

ס‘איז אָבער נישט אויסגעשלאָסן, אַז די ענגלענדער דערוואַרט נאָך איין פּאָסט־טראַוומאַטישער שאָק, ווײַל די פּאָליציי און די זיכערהייט־כּוחות געפֿינען זיך בײַם אָנ­הייב פֿון דער אויספֿאָרשונג. דעריבער קלינגט מאָדנע די באַלדיקע דערקלערונג זייערע, אַז הינטער די פּלייצעס פֿון די פֿאַר­ברעכערס שטייט נישט אַבי ווער, נאָר "אַל־קײַדאַ" גופֿא. אמת, אַזוי ווי קיין דירעקטע באַווײַזן אויף דעם זײַנען דערווײַל נישטאָ, ווערט די פֿאַרבינדונג צווישן די טעראָריסטן און "אַל־קײַדאַ" דערקלערט ווי אַ פֿאַרמיט­לערישע, דורך "דריטע פּערזאָנען". עס קלינגט נישט איבערצײַגעוודיק. אָבער נישט נאָר דאָס אויספֿעלן פֿון ממשותדיקע באַ­ווײַזן, אַז די טעראָריסטן האָבן טאַקע אויס­געפֿירט דעם באַפֿעל פֿון "אַל־קײַדאַ", ברענגט צו אַ צווייפֿל אין אַזאַ באַשולדיקונג. די אַלע אַכט אַרעסטירטע טעראָריסטן זײַנען יונגע מענטשן, וואָס קיינער פֿון זיי האָט נישט דורכגעמאַכט "טעראָריסטישע אוניווערסיטעטן" — נישט אין אַפֿגאַניסטאַן, נישט אין איראַק און נישט נאָך ערגעץ־וווּ. אַלע זײַנען זיי אָפּשטאַמיקע פֿון אַ מיטל־קלאַס, באַקומען אָדער האָבן געהאַלטן בײַם באַקומען אַן אַקאַ­דעמישע בילדונג. צוויי פֿון זיי זײַנען געווען דאָקטוירים, און די איבעריקע — סטודענטן פֿון מעדיצין; אַ פֿרוי פֿון איינעם האָט געאַרבעט ווי אַ לאַבאָראַנטקע אין אַ שפּיטאָל.

נאָך מער: אַלע אַרעסטירטע טעראָריסטן זײַנען געקומען קיין ענגלאַנד און באַקומען דאָ אַרבעט אין מלוכישע אינסטאַנצן פֿון דער ענגלישער געזונט־פֿאַרזיכערונג־סיס­טעם. און אָט די יונגע־לײַט, הצלחהדיקע מערבֿ־אינטעלי­גענטן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ענגלאַנד, האָבן אָרגאַניזירט אַ מאַסן־מאָרד. יעדער פֿון זיי פֿאַרשטייט אַוודאי גוט, אַז ער ריזיקירט מיטן לעבן... די פּאָליטיקער און די מעדיאַ אין אייראָפּע האַלטן אָבער אין איין טענהן, אַז די "דאָקטוירים" האָבן עס געטאָן, ווײַל זיי האָבן באַקומען אַזאַ באַפֿעל פֿון דעם מיסטישן בין לאַדען. ווי קאָן דען אַזוינס דערקלערט ווערן: די טעראָריסטן־מעדיקער זײַנען דאָך נישט קיין פּרימיטיווע פּאַלעסטינער "באַוועגלעכע באָמ­בעס"; זיי זײַנען נישט דערצויגן געוואָרן, ווי יענע 10־12־יאָריקע קינדער, וואָס די באַנדיטן פֿון "כאַמאַס" אָדער "פֿאַטאַך" נעמען צו בײַ זייערע עלטערן און דרעסירן זיי אויס, ווי הינט, צו טראָגן אויף זיך באָמבעס־גאַרטלען און זיך אויפֿרײַסן אין ישׂראל, לכּבֿוד דעם "הייליקן אַללאַ". די דאָזיקע אינטעליגענטע טעראָריסטן האָבן באַוווּסטזיניק און פֿרײַוויליק אויסגעפֿירט דעם באַפֿעל, וואָס זיי האָבן אַליין פֿאַר זיך געגעבן. אָן שום "קאָמאַנדעס" פֿון "אַל־קײַדאַ".

עס מוז אָנערקענט ווערן, אַז "אַל־קײַדאַ" איז די סודות­פֿולסטע און די סאַמע דעמאָניזירטע אָרגאַניזאַציע, וואָס איר שרײַבט מען צו, שוין כּמעט זיבן יאָר, דאָס אָנפֿירן מיטן אַלוועלטלעכן איסלאַמישן (סוניטישן) טעראָריזם. אין דער זעלבער צײַט, האָט מען במשך פֿון די אַלע יאָרן ווייניק וואָס זיך דערוווּסט וועגן דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. אמת. בין לאַדען האָט טאַקע אויפֿגעשטעלט זײַן טעראָריסטישע נעסט אין אַפֿגאַניסטאַן, אַנטוויקלט דאָרט זײַנע "טעראָר־אוניווערסיטעטן", באַזאָרגט די טעראָריסטן מיט געלט און געווער, פֿאַרבינדונגען וכּדומה. אָבער זינט דעמאָלט איז דאָך די "טאַליבאַן" צעקלאַפּט און אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון אַפֿגאַניסטאַן, צוזאַמען מיט בין לאַדענס מיליטאַנטן. אויב אַפֿילו מע זאָל אָננעמען, אַז בין לאַדען לעבט נאָך, האָט ער אָבער אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן ווי אַ פֿירער פֿון דער אַלוועלטלעכער טעראָריסטישער נעץ. אייגנטלעך, זוכט מען דאָך אים מיט דער הילף פֿון פֿאַרשידענע פֿאַרמיטלער און אַגענטן פֿון כּלערליי אויסשפּיר־אַגענטורן, מע זוכט אים פֿון קאָסמאָס און פֿון דער ערד, פֿון אויסשפּיר־עראָפּלאַנען און מיליטערישע שיפֿן... און קיין שום סימנים זײַנען נאָך ביז אַהער נישט אַנטפּלעקט געוואָרן.

אַן ענטפֿער קאָן מען געבן אַזאַ: "אַל־קײַדאַ" און איר הויפּט זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַזעלכע סטראַ­שידלעס, פֿאַנטאַסטישע מאָנסטערס, וואָס באַלד, בײַ יעדער געלעגנהייט — אין לאָנדאָן, אָדער אין גלאַזגאָ, עזה אָדער אין מאַדריד — ווײַזן אויף זיי אָן די פּאָליטיקער און די מערבֿדיקע מעדיאַ, ווי צענטערס פֿון אַלוועלטלעכער איס­לאַמישער פֿאַרשווערונג. אַן אַנדער זאַך איז — פֿאַר וואָס טוט מען דאָס? ווײַל עס לוינט אַזוי. ווײַל אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען אויסמײַדן צו ענטפֿערן גלײַך און קלאָר: וואָס זשע ליגט אין יסוד פֿון דער קאָנפֿראָנטאַציע צווישן מערבֿ און דער מוסולמענישער וועלט; און וואָס דאַרף זײַן די רעאַקציע אויף דעם היסטאָרישן אַרויסרוף מצד דער מערבֿ־ציוויליזאַציע?

פֿון אָנהייב אָן, זינט דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, ווען דער אַרויסרוף איז דערקלערט געוואָרן, האָבן די מערבֿ־פּאָליטיקער זיך באַוואָפֿנט מיט דער אַזוי גערופֿענער טאַקטיק פֿון אײַנשטילונג, צורעדן, נישט "רייצן די גענדז". יעדנפֿאַלס, וואָס שייך די פֿאָדערונגען צו ישׂראל, מצד די פּאַלעסטינער און אַראַבער, ווערן זיי אָנגענומען, נישט געקוקט אויף די טעראָריסטישע אַטאַקן און פֿאַרפֿירערישע מעשׂים און פֿאַלשע צוזאָגענישן. ווילט איר זיך רופֿן "פּאַלעסטינער פֿאָלק"? — ביטע! ווילט איר האָבן אַן אייגענע מלוכה? — ביטע! שוין הײַנט האַלט אויס דער מערבֿ די נאָך נישט־פּראָקלאַמירטע פּאַלעסטינער מלוכה.

פּונקט אַזאַ אײַנשטילנדיקע פּאָליטיק פֿירט דורך דער מערבֿ בנוגע די מוסולמענער, וועלכע לעבן אין די מערבֿ־לענדער. מע דאַרף יאָ, מע דאַרף נישט, הערן מיר כּסדר, אַז נישט אַלע מוסולמענער זײַנען טעראָריסטן (הגם אַלע טעראָריסטן זײַנען מוסולמענער); אַז עס איז פֿאַראַן אַ "מעסיקער" איסלאַם, אַן "אייראָפּעיִשער איסלאַם" און אַזוי ווײַטער. אָבער וווּ זעט מען אים, דעם מעסיקן איסלאַם? עס איז דען געשען ביז אַהער, כאָטש איין מאָל, אַז עמעצער אין דער איסלאַמישער וועלט זאָל אויפֿשטיין און מיט אַ פֿול מויל, אויף אַ קול געזאָגט זײַן וואָרט קעגן טעראָריזם און עקסטרעמיזם?

דעריבער דאַרפֿן די מערבֿ־פּאָליטיקער האָבן אַזאַ פֿאַנ­טאַסטישע "אַל־קײַדאַ" און איר סופּערמאָנסטער בין לאַדען, כּדי דורכצופֿירן אין לעבן זייער סטראַטעגיע פֿון אײַנשטי­לונג; אַזוי קאָן מען גיכער זיך אַליין אײַנרעדן, אַז די מוסולמענישע וועלט איז נישט קיין שׂונא דעם מערבֿ; אַז די אמתע שׂונאים איז אַ כאָפּטע עקסטרעמיסטן, מיט וועלכע עס פֿירט אָן "אַל־קײַדאַ". אָבער ס‘איז נישט אַזוי! נישט "אַל־קײַדאַ" פֿירט מיט זיי אָן. די אַלע איסלאַמישע טעראָריסטן, וואָס פֿירן דורך איבער דער וועלט זייערע שוואַרצע מעשׂים, די וועלכע טראַכטן נאָך דורכצופֿירן, ווי אויך די וואָס האַלטן בשתּיקה מיט זיי, פֿאַראייניקט, באַגײַסטערט און אָרגאַניזירט איין כּוח — די שׂינאה צו דער מערבֿ־וועלט און צו אירע גײַסטיקע אוצרות. די "דאָקטוירים" פֿון ענג­לאַנד האָבן דעם דיאַגנאָז באַשטעטיקט מיט זייערע אייגענע מעשׂים.