פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין וואַשינגטאָן איז לעצטנס אויפֿגעדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם. אַ לויב צו יענע, וואָס האָבן במשך פֿון לאַנגע יאָרן זיך אַרומגעטראָגן און סוף־כּל־סוף פֿאַרווירקלעכט דעם מערקווירדיקן פּראָיעקט. סימבאָליש איז, אַז די אויפֿדעקונג פֿונעם דענקמאָל איז צוגעפּאַסט געוואָרן צום 70סטן יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע בעת סטאַלינס־רעפּרעסיעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די סימבאָלישקייט פֿון דער אונטערנעמונג שעפּט זיך נישט אויס נאָר מיט דער דאַטע; דער דענקמאָל איז אַ דערמאָנונג פֿאַר דער וועלט, אַז קאָמוניזם איז איינע פֿון די שרעקלעכסטע מגפֿות אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איז געווען ווייניק באַטראַכט, געפֿאָרשט און גייט נאָך אָן ווײַטער. מיר ווייסן ווי אַזוי עס איז אויפֿגעקומען דער פֿאַשיזם, ווי אַזוי די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, ווי אַזוי זיי האָבן אונטערגעדריקט און אומגעבראַכט פֿעלקער. מיר ווייסן, וויפֿל שילן זיי האָבן אויפֿגעריסן און פֿאַרברענט ביכער, וויפֿל שטעט און דערפֿער חרובֿ געמאַכט און וויפֿל מענטשן דערהרגעט...

וועגן די פֿאַרברעכנס פֿון קאָמוניזם ווייסן מיר זייער ווייניק. מע האַלט, אַז דער קאָמוניסטישער טעראָר האָט אַוועקגעטראָגן 100 מיליאָן נפֿשות. זייער נישט קיין פּינקטלעכע און נישט קיין איבערצײַגעוודיקע ציפֿער; מיר ווייסן ווייניק וועגן די רדיפֿות, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין די אַליִיִרטע לענדער, פֿונעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער; שוין אָפּגערעדט וועגן די מעשׂים פֿון די קאָמוניסטן אין כינע, וויעטנאַם, קובאַ און אַנדערע לענדער, וווּ ס‘האָט געהערשט די קאָמוניסטישע דיקטאַטור.

די קאָמוניסטישע טיראַנען האָבן געהאַלטן בײַם פֿאַרניכטן גאַנצע פֿעלקער. צווישן זיי וואָלט מען געקאָנט אויך אָנרופֿן די ייִדן אין רוסלאַנד. ס‘איז באַוווּסט, אַז די צאַרישע רעגירונג איז געווען דער שרעקלעכסטער שׂונא־ישׂראל. היסטאָרישע פֿאַקטן פֿון פֿאַרפֿאָלגונגען און אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען קאָן מען אָנרופֿן אַ סך, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָבן אינעם צאַרישן רוסלאַנד עקזיסטירט טויזנטער שילן, ייִדישע הילפֿס־אָרגאַניזאַציעס, קולטורעלע, געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אינסטיטוציעס. עס פֿלעגן אַרויסגיין הונדערטער ייִדישע צײַטונגען, פֿונקציאָנירט ייִדישע טעאַטער־טרופּעס, דערשינען ביכער. ווער עס האָט געוואָלט, האָט געהאַט די מעגלעכקייט צו עמיגרירן אָדער אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד זיך לערנען... מיט איין וואָרט, נישט געקוקט אויף דעם דעספּאָטישן אַנטיסעמיטיזם פֿון דער צאַרישער מאַכט, האָבן די ייִדן אין רוסלאַנד געלעבט זייער נאַציאָנאַל לעבן, געקעמפֿט פֿאַר זייערע רעכט און נישט פֿאַרלוירן דעם בטחון. זייערע טרוימען האָבן זיך פֿאַרווירקלעכט נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע, ווען די ייִדן זײַנען געוואָרן גלײַבאַרעכטיקטע בירגער פֿון רוסלאַנד.

אין 1917, נאָך דער אָקטאָבער־איבערקערעניש, ווען די מאַכט האָבן פֿאַרכאַפּט די באָלשעוויקעס, איז צום טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן געמאַכט געוואָרן אַ סוף. די בלוטיקע פּאָגראָמען בעת דעם בירגער־קריג האָבן אַוועקגעטראָגן הונדעטער טויזנטער ייִדישע לעבנס. נאָך מער: נאָך דעם ווי דער קריג האָט זיך פֿאַרענדיקט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס רוסלענדישע ייִדנטום איז צעשפּאָלטן, און דער טייל וואָס איז געבליבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז געוואָרן איזאָלירט פֿון די ייִדן אין פּוילן, ליטע, רומעניע און אַנדערע לענדער. אין 1918 האָט סטאַלין אונטערגעשריבן אַ באַפֿעל וועגן "ליקווידירן די ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס". ווי אַ פּועל-יוצא זײַנען צעשטערט געוואָרן טויזנטער שילן, ייִדישע שולן, מושבֿ־זקנימס, געשלאָסן און צעשלעפּט געוואָרן די ייִדישע דרוקערײַען. מצות איז פֿאַרווערט געווען צו באַקן און פֿאַרן פּראַווען ייִדישע ימים־טובֿים האָט מען געקאָנט באַצאָלן מיטן לעבן.

טויזנטער רבנים, מלמדים, שוחטים, טוער פֿון ייִדישע פּאַרטייען פֿון פֿאַרשידענע ריכטונגען זײַנען געוואָרן אַרעסטירט, דערהרגעט, פֿאַרשיקט. מיטן פֿאַרווערן קרעמערײַ און בעל־מלאָכה־וואַרשטאַטן אויף אַ פּריוואַטן אופֿן, האָבן די קאָמוניסטן פֿאַקטיש געלאָזט טויזנטער ייִדן אָן פּרנסה; דערצו זײַנען די מענטשן געבליבן אָן אַ בירגעלעכן סטאַטוט, סײַדן מיטן שטעמפּל "בורזשואַזער עלעמענט". דער דאָזיקער סאָציאַלער שטעמפּל האָט זיך אויך אָפּגערופֿן אויף די קינדער; זיי האָבן נישט געטאָרט אָנקומען אין קיין אוניווערסיטעט, אַרבעטן אין מלוכישע אַנשטאַלטן, פֿאַרלוירן זייער שטים־רעכט.

דאָס כּסדרדיקע אויסוואָרצלען אַלץ, וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות צו ייִדישקייט, איז אָנגעגאַנגען ביז די יאָרן 1948 — 1952. אין דער צײַט איז דערמאָרדעט געוואָרן דער ייִדישער אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס, צעטריבן געוואָרן דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, פֿאַרמאַכט אַלע ייִדישע טעאַטערס און ייִדישע צײַטונגען, אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט די ייִדישע אַקטיאָרן, טוער, שרײַבער... דעם 12 אויגוסט 1952 איז אַרײַנגעשאָסן געוואָרן די לעצטע קויל אין דער נשמה פֿון ייִדישן קולטורעלן לעבן. סטאַלין און זײַן קליקע האָבן געקאָנט בלײַבן צופֿרידן: צום ייִדישן גײַסט האָט מען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געמאַכט אַ סוף.

עס זײַנען נאָך אָבער פֿאַרבליבן לעבעדיקע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. פֿאַר זיי האָט די מאַכט שוין געהאַט צוגעגרייט וואַגאָנען, אַרויסצופֿירן זיי אין סיביר, אויפֿן ווײַטן מיזרח און נאָך ווײַטער... ס‘איז באַשערט געווען, אַז די לעצטע פּלענער זײַנע זאָל סטאַלין אַוועקטראָגן מיט זיך אין קבֿר אַרײַן. דער אַנטיסעמיטיזם איז אָבער פֿאַרבליבן אין די טועכצן פֿון זײַנע יורשים. אין די 1960ער ביז 1980ער יאָרן, באַלד נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט מיט אַ נײַעם כּוח אויפֿגעפֿלאַקערט דער ייִדישער נאַציאָנאַלער גײַסט. נישט ווייניק ייִדן האָבן געוואָלט אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל. טאַקע אין דער צײַט האָבן אָנגעהויבן "אַרבעטן" צענדליקער געריכטן איבער גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. די מאַכט האָט געמישפּט די ייִדן־"פֿאַררעטער". פֿאַר זייער רעכט עולה צו זײַן האָבן געמוזט דורכמאַכן דעם "גולאַג" צענדליקער ייִדישע פּאַטריאָטן. צווישן זיי: דוד כאַווקין, טינאַ בראָדעצקי, וויטאַלי סוועטשינסקי, מאיר געלפֿאָנד, וואַלערי קוקוּי, וולאַדימיר סלעפּאַק, אַנאַטאָלי שטשאַראַנסקי, יוסף בעגון און נאָך און נאָך.

נו, און יענע, "רעפֿיוזניקעס" וואָס האָבן געמוזט יאָרנלאַנג זיצן אָן אַרבעט, ציטערן, אַז מע קאָן זיי נאָך אויך פֿאַרשיקן אָדער אײַנזעצן אין תּפֿיסה, צי זײַנען זיי נישט קיין קרבנות פֿון קאָמוניזם? און אויב ס‘פֿלעגן שוין יאָ געציילטע מענטשן זיך אַרויסרײַסן פֿון דעם סאָוועטישן "גן־עדן", האָבן זיי באַקומען, אַנשטאָט אַ פּאַס, אַ פּאַפּירל אונטערן נאָמען "געוויינטלעכע אַרויספֿאָר־וויזע", 100 דאָלאַר אויף יעדן מענטשן און אַ שטויס אונטערן רוקן... אַגבֿ, האָבן די אַרויסגעשטויסענע איבערגעלאָזט דער מלוכה זייערע הײַזער און דירות, געבליבן אָן פּענסיעס נאָך צענדליקער יאָרן האָרעוואַניע; און בײַ די מלחמה־וועטעראַנען האָט מען אַפֿילו צוגענומען זייערע אָרדענס און מעדאַלן, באַקומען אין די שלאַכטן פֿאַר דעם "סאָוועטישן פֿאָטערלאַנד"...

עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער ערשטער דענקמאָל לזכּרון די קרבנות פֿון קאָמוניזם, מע דאַרף אָבער ממשיך זײַן די אַרבעט צו זאַמלען נײַע אינפֿאָרמאַציע, דאָקומענטן, ידיעות אויסצופֿאָרשן און דערמיט צו פֿאַראייביקן די שרעקלעכע מעשׂים פֿון קאָמוניסטישע רעזשימען.