ליטעראַטור
איתן פֿינקעלשטיין
"לאַבירינט"
פֿאַרלאַג "נאָוואָיע ליטעראַטורנאָיע אָבאָזרעניע"
מאָסקווע 2008

דער ראָמאַן "לאַבירינט" וואָלט געקאָנט זײַן אַ מוסטער־ווערק פֿון קלאַסישער לעבנס־באַשרײַבונג, ווען נישט דער "אָבער". ער הייבט זיך נישט אָן, ווי עס פֿירט זיך, פֿון די קינדער־יאָרן, אָבער פֿון דער בר־מיצווה פֿונעם הויפּט־העלד. און ס‘איז אַוודאי נישט צופֿעליק. דווקא אין דער עלטער נעמט אַ ייִדישער בחור איבער אַלע פֿליכטן פֿון אַ דערוואַקסענעם, בתוכם דאָס אַחריות פֿאַר זײַן פֿאָלק. דאָס מיינט, אַז אינעם ראָמאַן זײַנען נישט פֿאַראַן די אָנגענומענע אין דער קלאַסישער ליטעראַטור תּקופֿות — "קינדהייט", ייִנגלשאַפֿט", "יוגנט" — עס קומט באַלד "רײַפֿקייט"!