פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין יאָר 1971, האָט דער שווייצאַרישער עקאָנאָמיסט קלאַוס שוואַב צונויפֿגערופֿן 450 באַקאַנטע דירעקטאָרן פֿון פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס, כּדי אַרומצורעדן די סטראַטעגישע פּראָבלעמען פֿונעם אייראָפּעיִשן מיסחר און אָפּשאַצן זײַן פּערספּעקטיוו אין דער וועלט־עקאָנאָמיע. קיינער האָט דאַן נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז גאָר אין גיכן וועלן אין דאַוואָס זיך אָנהייבן צונויפֿפֿאָרן פּרעזידענטן און פּרעמיער־מיניסטאָרן, נאָבעל־געווינער; די רײַכסטע און אײַנפֿלוסרײַכסטע מענטשן פֿון אַלע וועלט־עקן. קיינעם איז אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז טויזנטער פֿון די גרעסטע אינדוסטריעלע פֿירמעס וועלן ווערן מיטגלידער פֿון דעם אַלוועלטלעכן עקאָנאָמישן פֿאָרום, אָדער ווי מע רופֿט אים — WEF. אַ קיצור, אַז WEF וועט זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ מין קאָפּ־צענטער פֿון דער גאַנצער פּלאַנעט.

פֿאַר וואָס איז אַזוי געשען? ערשטנס, די פֿאָרעם פֿון דעם פֿאָרום איז געווען נײַ: די גדולים פֿון דער וועלט נעמען זיך צונויף אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן, און דעריבער האַלטן זיי זיך פֿרײַ, דערלויבן זיך צו רעדן אַזוי, ווי עס טרעפֿט זיך נישט בשעת די פֿאָרמעלע באַגעגענישן. צווייטנס, דער געדאַנקט אַליין צונויפֿצופֿירן אין איין אָרט די פּאָליטיקער, מאַגנאַטן און געלערנטע, איז אַלעמען געפֿעלן געוואָרן. דאָס וויכטיקסטע אָבער שטעקט אין דעם, אַז אין די 1970—1980ער יאָרן האָט אין דער לופֿטן זיך געטראָגן דער גײַסט פֿון ערנסטע ענדערונגען, וואָס גאָר אין גיכן האָט מען עס אָנגעהויבן רופֿן מיטן וואָרט "גלאָבאַליזאַציע". דאָס קומען פֿון אַ גלאָבאַלער וועלט האָט געפֿאָדערט נײַע אידעען און נײַע באַשלוסן. דער פֿאָרום אין דאַוואָס איז געקומען פּונקט צו דער צײַט.

די יאָרן זײַנען אַוועק און במשך פֿון דער צײַט זײַנען פֿאָרגעקומען נישט ווייניק לאָקאַלע און גלאָבאַלע צוזאַמענפֿאָרן, מיט פֿיל באַטייליקטע און נײַע אידעען, פֿאָרשלאָגן, פּראָגנאָזן. עס האָבן שוין אָנגעהויבן זיך הערן קולות, אַז דער פֿאָרום אין דאַוואָס האָט פֿאַרלוירן זײַן ווערט. וואָס מע זאָל אָבער נישט רעדן, איז נאָך ווײַט נישט אַזוי. ווי אַ בײַשפּיל, קאָן געבראַכט ווערן דער לעצטער פֿאָרום פֿון WEF. הגם ער איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטערן דעוויז "צו פֿאַרבעסערן די סיטואַציע אין דער וועלט: ענדערן, איבערשאַפֿן, איבערבויען" — האָט ער אָבער נישט צונויפֿגענומען, ווי פֿריִער, די "סמעטענע" פֿון דער וועלט. ס׳איז נישט געקומען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל, דער בריטישער פּרעמיער־מיניסטער בראַון. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס מאָל האָבן זיך אויפֿן פֿאָרום נישט באַוויזן די שולדיקע אין דעם פֿינאַנץ־קריזיס — באַנקירן, די הויפּטן פֿון די גרעסטע אינוועסטיץ־פֿאָנדן און אַנדערע "פֿעטע קעץ" פֿון וואָל־סטריט, "לאָנדאָנער סיטי" און אַנדערע ערטער, וווּ די דאָזיקע "קעץ" זוכן צו כאַפּן אַ געשמאַקן נאַש. פֿון דעסטוועגן, זײַנען געקומען אַרום 2,700 אָנטיילנעמער. מיט אַ פּראָגראַם־רעדע איז אויפֿגעטראָטן דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט, ניקאָלאַ סאַרקאָזי.

מע דאַרף באַטאָנען, אַז די רעדע פֿון סאַרקאָזי, דעם גרעסטן קעמפֿער מיט די פֿינאַנציעלע דרייער, איז מערסטנס באַשטאַנען פֿון פּאָפּוליסטישע רופֿן צו "באַגרענעצן", "פֿאַרטיידיקן די שטײַער־צאָלער" וכּדומה. אַזוי אַז דער צענטראַלער מאָמענט איז געוואָרן נישט די רעדע פֿונעם פֿראַנצייזישן פּרעזידענט, נאָר די פֿאָרלייגן פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ, וואָס ער האָט זיי פֿאָרגעלייגט פֿאַר דעם צוזאַמענפֿאָר אין דאַוואָס.

וואָס זשע זײַנען געווען די פֿאָרלייגן? אַרויפֿלייגן אויף די גרעסטע בענק אַזאַ שטײַער, וואָס וועט קאָנען דעקן די הלוואה פֿון די 700 מיליאַרד דאָלאַר, באַקומען פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג זיי אונטערצושטיצן. צו פֿאַרקלענערן די גרייס פֿון בענק אויף אַזאַ אופֿן, אַז דאָס באַנקראָטירן פֿון איין באַנק זאָל זיך נישט אויסלאָזן אין אַ נאַציאָנאַלער קאַטאַסטראָפֿע. ווײַטער האָט אָבאַמאַ פֿאָרגעלייגט אײַנצופֿירן באַגרענעצונגען אויף געוויסע באַזונדערס ריזיקאַלע באַנק־אָפּעראַציעס, און בכלל צעשטערן די סיסטעם פֿון עקסטרעם־קאָמפּליצירטע געלט־שטראָמען, וועלכע בײַם אָנהייב ברענגען זיי משוגענע פּראָפֿיטן, אָבער צום סוף ווײַזט זיך אַרויס, אַז ס׳איז נישט מער ווי אַ ריזיקער בלאָף. אַזוי איז אויסגעבראָכן דער לעצטער פֿינאַנציעלער קריזיס.

ווי אַזוי זשע האָבן רעאַגירט די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע אויף די פֿאָרלייגן פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט? ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אָפּגעשאַצט אָבאַמאַס פֿאָרלייגן ווי אַן "אַטאַק" נישט אויף די "פֿעטע קעץ", וואָס ער האָט זיי באמת נישט ליב, נאָר אויף דער גאַנצער באַנק־סיסטעם אין דער וועלט. אַזאַ "אַטאַק" וועט אין גאַנצן צעשטערן איר קאָמפּליצירטן מעכאַניזם, וואָס וועט דערפֿירן צו נאָך אַ גרעסערן עקאָנאָמישן קריזיס.

פֿון זייער זײַט, האָט אַ גרופּע באַנקירן און פֿינאַנץ־אַדמיניסטראַטאָרס פֿאָרגעלייגט זייער אידעע, וואָס איז געפֿעלן געוואָרן דער מערהייט פֿון די אָנטיילנעמער, און האָט אַ שאַנס רעאַליזירט צו ווערן. עס גייט דאָ די רייד וועגן שאַפֿן אַ "פֿאַרזיכערונג"־פֿאָנד, וועלכער וועט באַשטיין פֿון די בײַטראָגן פֿון בענק. פֿון אָט דעם פֿאָנד, נישט פֿון די שטײַער־צאָלער, וועט מען אַרויסהעלפֿן מיט פֿינאַנציעלער הילף די בענק, וואָס וועלן זיך אין דעם נייטיקן.

אַוודאי, וועט נישט לײַכט אָנקומען צו רעאַליזירן אַזאַ אידעע, בפֿרט אַז דער באַשלוס דאַרף אָנגענומען ווערן בעת דעם צוזאַמענקום פֿון G-20 — די פֿירער פֿון די מער אַנטוויקלטע לענדער, וואָס יעדער פֿון זיי האָט זײַנע אייגענע אינטערעסן. אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אָננעמען דעם באַשלוס וועט שפּילן כינע. מע מוז אויך צוגעבן, אַז אויב אַפֿילו אַזאַ באַשלוס וועט אָנגענומען ווערן, מיינט עס בלויז, אַז די פֿינאַנציעלע שטיצע קאָן נאָר היילן די סימפּטאָמען פֿון אַ נײַער עקאָנאָמישער קרענק, אָבער נישט די קרענק אַליין. אַזוי פֿירט זיך שוין — זיך אָפּגעבריט אויף דעם לעצטן קריזיס, וועט מען שוין וואַרטן אויף אַ צווייטן.