פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז שווער אין דעם צו גלייבן, אָבער די פֿאַקטן רעדן פֿאַר זיך: דעם 10טן אָקטאָבער האָבן אַרמעניע און טערקײַ אונטערגעשריבן אין דער שווייץ אַן אָפּמאַך וועגן אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, עפֿענען זייערע גרענעצן און באַנײַען די מיטאַרבעט צווישן ביידע לענדער. אַ סך קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין צוגעטשעפּעט צו דעם אָפּמאַך דעם נאָמען: "ציריכער פּראָטאָקאָלן" און דערקלערט, אַז אַזוי וועלן זיי שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. די פֿראַגע איז, צי וועלן זיי טאַקע בלײַבן אין דער געשיכטע?

דער קאָנפֿליקט צווישן די אַרמענער און די טערקן איז אויסגעבראָכן כּמעט אין דער זעלבער צײַט, וואָס דער סיכסוך צווישן ייִדן און אַראַבער. די רדיפֿות אין טערקײַ אויף די אַרמענער האָבן זיך אָנגעהויבן סוף 19טן יאָרהונדערט אין דער אָסמאַנישער אימפּעריע, און דערגרייכט זייער שפּיץ בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, דאָס הייסט, ווען די אימפּעריע האָט שוין געהאַלטן בײַם אונטערגיין. אין יאָר 1915 זײַנען אויסגעקוילעט געוואָרן הונדערטער טויזנטער אַרמענער און הונדערטער טויזנטער זײַנען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון זייער לאַנד (דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון דער אַרמענישער צעוואָרפֿנקייט). די אַרמענער אַליין האָבן דעפֿינירט די בלוטיקע שחיטה פֿון יענער צײַט ווי גענאָציד, בעת וועלכן עס זײַנען אומגעקומען בסך־הכּל אָנדערהאַלבן מיליאָן מענטשן.

די טערקן פֿאַרטײַטשן די געשיכטע אַנדערש. לויט זייער מיינונג, ערבֿ דער וועלט־מלחמה צווישן דער אָסמאַנישער אימפּעריע און די אייראָפּעיִשע לענדער, און רוסלאַנד, האָט די אַרמענישע באַפֿעלקערונג, זײַענדיק קריסטן, אויפֿגעהויבן אַ ווידערשטאַנד קעגן די טערקן, כּדי צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע אַרמענישע מלוכה, אָדער צו פֿאַראייניקן זייערע שטחים מיטן צאַרישן רוסלאַנד. ווי עס ווערט דערקלערט פֿון דעם טערקישן צד, זײַנען דעמאָלט אומגעקומען 500—600 טויזנט קריסטן און 300 טויזנט מוסולמענער — טערקן און קורדן. אין טערקײַ גופֿא וואַרפֿט מען קאַטעגאָריש אָפּ די באַשולדיקונג אין גענאָציד. נאָך מער: צו ריידן וועגן "טערקישן גענאָציד" איז אין לאַנד פֿאַרווערט און ווערט באַשטראָפֿט. פֿאַרשטענדלעך, אַז קיין איין טערקישע רעגירונג האָט ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק זיך צו אַנטשולדיקן פֿאַר דעם בלוטיקן היסטאָרישן פֿאַקט, ווי עס האָבן כּסדר געפֿאָדערט די אַרמענער. חוץ דעם, פֿאָדערט אַרמעניע אומצוקערן איר אַ טייל פֿון דער טערקישער טעריטאָריע, די אַזוי גערופֿענע מיזרח־אַנאַטאָל, וווּ ס׳האָבן "פֿון קדמונים געלעבט אַרמענער".

די טערקן זײַנען קאַטעגאָריש ניט מסכּים מיט דעם. ס׳איז קיין צווייפֿל, אַז נאָר אַ גענויע פֿאָרש־אַרבעט פֿון געלערנטע קאָן אויפֿשטעלן דעם אמת. טערקײַ האָט זיך שטענדיק געמאַכט נישט וויסנדיק; אַרמעניע, פֿון איר זײַט, איז במשך פֿון 70 יאָר געווען אַ טייל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; און מאָסקווע, כאָטש זי האָט נישט אָפּגעלייקנט דעם פֿאַקט אַליין, אַז די טערקן האָבן געהרגעט אַרמענער, האָט געפֿירט איר אייגענע פּאָליטיק מיט טערקײַ, אויף אַן אופֿן, וואָס האָט געלוינט דער קאָמוניסטישער רעגירונג. דער נאַציאָנאַלער ווייטיק פֿון די אַרמענער האָט זיי ווייניק געאַרט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז טערקײַ געווען דאָס איינציקע מוסולמענישע לאַנד, אַ מיטגליד פֿון "נאַטאָ" און אַ געטרײַער אַליִיִרטער מיט אַמעריקע, בפֿרט וואָס שייך דעם מיטעלן מיזרח. אויפֿרייצן טערקײַ קעגן זיך האָט דעם מערבֿ נישט געלוינט.

מיט 20 יאָר צוריק, ווען אַרמעניע איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, האָט זיך אַלץ געענדערט. בײַם אָנהייב האָבן די ביידע לענדער, טערקײַ און אַרמעניע, אײַנגעשטעלט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, אָבער בעת דער מלחמה צווישן אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן איבער דעם שטח פֿון קאַראַבאַך (געאָגראַפֿיש געהערט עס צו אַזערבײַדזשאַן, כאָטש ס׳רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען אַרמענער), האָט די טערקישע רעגירונג געשטיצט די מוסולמענישע ברידער פֿון אַזערבײַדזשאַן. אין יאָר 1993 האָט טערקײַ איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אַרמעניע און געשלאָסן די גרענעצן פֿאַר די אַרמענער. אַרמעניע האָט זיך נישט געלאָזט שפּײַען אין פּנים. נאָכן דרוק פֿון דער אַרמענישער דיאַספּאָרע אויף די רעגירונגען פֿון פֿיל לענדער, באַזונדערס אין פֿראַנקרײַך, איטאַליע, אויסטראַליע, זײַנען אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן די שחיטות פֿון 1915, ווי גענאָציד קעגן דעם אַרמענישן פֿאָלק. אין אייניקע פֿון אָט די לענדער ווערט דאָס אָפּלייקענען פֿון אַרמענישן גענאָציד פֿאַררעכנט ווי אַ קרימינעלער פֿאַרברעכן, פּונקט ווי דאָס אָפּלייקענען דעם חורבן פֿון די ייִדן.

די סיטואַציע, ווען ביידע צדדים ווילן נישט אפּטרעטן און איבערשאַצן זייער באַציִונג צו דער פֿאַרגאַנגענהייט, האָט אָנגעהויבן אויסצוזען ווי אַן אומלייזלעכע סיטואַציע, פֿאַרטריבן אין אַ טעמפּן ווינקל. צוריק גערעדט, האָבן ביידע לענדער זיך גענייטיקט איינער אינעם אַנדערן — סײַ פּאָליטיש און סײַ עקאָנאָמיש. וואָס שייך אַרמעניע, איז זי הײַנט צווישן די אָרעמסטע לענדער אין דער וועלט, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן איזאָלירט געוואָרן נאָך דער מלחמה מיט אַזערבײַדזשאַן. נויט, אַרבעטלאָזיקייט און עמיגראַציע האָבן דערפֿירט דערצו, אַז אין דער צײַט פֿון איר אומאָפּהענגיקייט איז איר באַפֿעלקערונג צוויי מאָל קלענער געוואָרן. דער איינציקער אָנשפּאַר פֿון אַרמעניע איז רוסלאַנד. דאָס לאַנד עקזיסטירט נאָר אויף די נדבֿות און עקאָנאָמישער הילף, וואָס עס שאַרט איר צו מאָסקווע. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿאַר דעם מוז מען צאָלן. דעריבער איז אַרמעניע הײַנט דאָס איינציקע לאַנד אויפֿן שטח פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס שטיצט תּמיד מאָסקווע, אָן אַ תּנאַי.

אַרמעניע נייטיקט זיך אין אָפֿענע גרענעצן מיט טערקײַ; אָבער אויך דער מצבֿ פֿון טערקײַ איז גאָר נישט קיין פּשוטער. די האָפֿענונג, אַז זי וועט אײַנגעשלאָסן ווערן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, גייט אויס. נאָך מער, אין טערקײַ האַלט מען, אַז דאָס אָנערקענען אָפֿיציעל דעם אַרמענישן גענאָציד איז נאָך איין תּירוץ צו דיסקרעדיטירן טערקײַ און זי נישט אַרײַננעמען אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אויב אַזוי, וואָס דאַרף טערקײַ טאָן? אפֿשר זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ רעגיאָנאַלער מאַכט און פֿירן ווײַטער איר אייגענע פּאָליטיק? טאַקע דאָס טוט טערקײַ לעצטנס: זי זאָגט אָפּ ישׂראל זיך צו באַטייליקן אין די מיליטערישע געניטונגען, דערנענטערט זיך צו סיריע און איראַן; און לעצטנס, געפֿינט טערקײַ פֿאַר נייטיק אָנצוקניפּן נאָענטע באַציִונגען מיט אַרמעניע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס אונטערשרײַבן די "ציריכער פּראָטאָקאָלן" מאַכט נישט קיין סוף צו דעם דורותדיקן קאָנפֿליקט. די דאָזיקע פּראָטאָקאָלן מוזן נאָך באַשטעטיקט ווערן דורך די פּאַרלאַמענטן פֿון ביידע לענדער. קיין קעגנער פֿון דעם — סײַ אין טערקײַ און סײַ אין אַרמעניע — פֿעלן נישט אויס. דערצו איז נאָך טערקײַ פֿעסט פֿאַרבונדן מיט חובֿות צו אַזערבײַדזשאַן. אַזוי אַז דער טערקישער פּרעמיער־מיניסטער האָט שוין געוואָרנט, אַז דער אָפּמאַך אין ציריך וועט אָנהייבן אַרבעטן נאָר דעמאָלט "ווען אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן וועלן קומען צו אַ שלום־הסכּם".

פֿון דער אַנדערער זײַט, קאָן אַרמעניע קיין שפּאַן נישט מאַכן אָן דער הסכּמה פֿון מאָסקווע. צי איז מאָסקווע פֿאַראינטערעסירט אין אַ פּאָזיטיווער לייזונג פֿונעם אַרמעניש־אַזערבײַדזשאַנישן קאָנפֿליקט? בפֿרט, אויב ער קאָן טאַקע געלייזט ווערן מיט דער הילף פֿון טערקײַ. עס זײַנען נאָך דאָ אין דעם ענין אַ סך אַנדערע פֿראַגעס און פּראָבלעמען. בלײַבט נאָר צו האָפֿן, אַז דער וועג "אַנקאַראַ־ערעוואַן־באַקו" איז פֿונדעסטוועגן נישט קיין פֿאַרכּישופֿטער קרײַז, נאָר בלויז אַ פֿאַרדרייטער.