פּובליציסטיק

די דריטע זיצונג פֿונעם געריכט איבער דעמיאַניוק איז נישט דורכגעפֿירט געוואָרן, ווײַל דער ריכטער האָט גענומען אין אַכט די דערקלערונג, אַז בײַם געמישפּטן איז אַ ווירוס־קראַנקייט, און האָט אַריבערגעטראָגן די זיצונג אויפֿן 21סטן דעצעמבער. צי איז דעמיאַניוק באמת קראַנק געוואָרן, צי ער שפּילט אָפּ נאָך איין פֿאַרס, ווייסט קיינער נישט; אָבער ס׳איז קלאָר, אַז די אַדוואָקאַטן "קוועטשן" אויף דער עלטער פֿונעם געמישפּטן און אויף זײַן שוואַכן געזונט־מצבֿ, וואָס קאָן דערפֿירן צו דעם, אַז דעמיאַניוק וועט צו אַן אורטייל נישט דערלעבן. מיט איין וואָרט, די פֿאַרטיידיקער וועלן טאָן אַלץ, כּדי צו פֿאַרציִען דעם פּראָצעס, אויסמאַטערן די ריכטער, די באַשולדיקער, און לסוף אין גאַנצן דערפֿירן דעם געריכט־ענין צו אַן אַבסורדישן אויספֿיר: "צוליב טעכנישע סיבות, קאָן דער פּראָצעס נישט אָנגיין ווײַטער" — און באַפֿרײַען דעמיאַניוקן.

"איך באַזוך דעמיאַניוקן צוויי מאָל אין דער וואָך, — דערקלערט דעם געריכט זײַן הויפּט־פֿאַרטיידיקער אולריך בוש. — ווי איך פֿאַרשטיי, האָט זיך זײַן געזונט שטאַרק פֿאַרערגערט. וואָס ווײַטער עס גייט אָן דער פּראָצעס, אַלץ מער זעט עס אויס, אַז מײַן קליענט וועט שטאַרבן נאָך פֿאַרן אורטייל." צוריק גערעדט, האַלטן די געריכט־דאָקטוירים, אַז דער געזונט־צושטאַנד בײַ דעמיאַניוקן איז אַ סטאַבילער און אַ נאָרמאַלער פֿאַר זײַן עלטער. אַזוי אַז דער תּירוץ "געזונט און עלטער" — איז נישט מער ווי אַ טאַקטישער טריק פֿון די אַדוואָקאַטן.

וואָס איז זייער סטראַטעגיע?

אַלע וואָס אינטערעסירן זיך מיטן פּראָצעס — זעט אויס, דער לעצטער פֿון אַזאַ מין פּראָצעס — זענען געווען זיכער, אַז דער הויפּט־אַרגומענט בײַ די פֿאַרטיידיקער וועט זײַן דער "עס־עס"־שײַן אויפֿן נאָמען פֿון איוואַן דעמיאַניוק; דאָס הייסט, די פֿאַרטיידיקונג וועט זיך באַמיִען צו דערווײַזן, אַז דער דאָזיקער דאָקומענט, וווּ ס׳ווערט קלאָר, אַז דעמיאַניוק איז געווען אַ וואַכמאַן אין סאָביבאָר, איז פֿאַלסיפֿיצירט. זיי קאָנען, למשל, זיך פֿאַררופֿן אויף דעם, אַז דער וווּקס פֿון דעמיאַניוק, אָנגעוויזן אינעם שײַן, פֿאַלט נישט צונויף מיט זײַן איצטיקן וווּקס. די אַדוואָקאַטן האָבן אָבער אויסגעקליבן אַן אַנדער סטראַטעגיע. אולריך בוש האַלט זיך קאַטעגאָריש בײַ דעם פֿאַקט, אַז דעמיאַניוק איז נישט שולדיק בכלל, ווײַל ער איז אַליין געפֿאַלן אַ קרבן פֿונעם נאַצישן רעזשים, און פֿאָדערט מע זאָל אים באַפֿרײַען.

"במשך פֿון 33 יאָר האָט דעמיאַניוק געטענהט, אַז ער איז קיין מאָל נישט געווען קיין נאַצישער אויפֿזעער; אַז ער איז קיין מאָל נישט געווען ניט אין סאָביבאָר און ניט אין טרעבלינקע. לויט זײַנע ווערטער, איז ער צוויי יאָר אָפּגעווען אין לאַגער פֿאַר די געפֿאַנגענע רויט־אַרמייער, און אַז דער אַמטלעכער שײַן פֿון אַ וואַכמאַן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער סאָביבאָר און די קאַצעטלער־ליסטע, וואָס ער האָט אונטערגעשריבן, זײַנען פֿאַלשע. מיר האַלטן פֿאַר נייטיק צו דערווײַזן, אַז דעמיאַניוק איז געווען אַ מיליטער־געפֿאַנגענער און דערפֿאַר איז ער געוואָרן אַ קרבן פֿונעם נאַצישן רעזשים. אַזוי ווי ער איז געווען אַ רויט־אַרמייער, האָט מען אים געקאָנט אומברענגען, לויט דער נאַצישער פּראָגראַם לגבי די סאָוועטישע מיליטער־געפֿאַנגענע. אין געפֿענגעניש בײַ די דײַטשן זײַנען אומגעקומען 3.3 מיליאָן רויט־אַרמייער. די נאַציס האָבן זיי נישט געגעבן גענוג צו עסן און זיי נישט געהאָלפֿן מעדיציניש. לויט מײַן מיינונג, זײַנען די לאַגערן פֿון די מיליטער־געפֿאַנגענע געווען די זעלבע טויט־לאַגערן, ווי סאָביבאָר און טרעבלינקע." — האָט דערקלערט פֿאַר די זשורנאַליסטן דער הויפּט־אַדוואָקאַט אולריך בוש.

"אויב דאָס געריכט וועט דערווײַזן, אַז דעמיאַניוקס 'עס־עס’־שײַן איז אַן עכטער און ער האָט זיך באמת געפֿונען אין סאָביבאָר, וועלן מיר לאָזן אין גאַנג די אַלטערנאַטיווע פֿאַרטיידיקונג־ליניע. דהײַנו: מיר וועלן פֿאָדערן צו אָנערקענען, אַז דעמיאַניוק איז נישט שולדיק, ווײַל ער איז געצוווּנגען געווען אויסצופֿירן די שמוציקע אַרבעט אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. מיר האָבן דערווײַזן, אַז די וואַכלײַט אינעם לאַגער טראַווניקי זײַנען געשטעלט געוואָרן אין סכּנה. טאָמער וואָלט עמעצער פֿון זיי זיך אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן די באַפֿעלן אָדער דעזערטירן, וואָלט ער באַלד דערשאָסן געוואָרן, אָדער אָפּגעשיקט געוואָרן אין די גאַז־אויוונס." — און בוש פֿרעגט ווײַטער: "פֿאַרוואָס האָט דאָס געריכט אין האַגען, אין 1966 — בעתן מישפּטן 11 "עס־עס"־לײַט — באַשלאָסן פֿינף פֿון זיי צו באַפֿרײַען, ווי ניט־שולדיקע? ווײַל די באַפֿרײַטע האָבן אויסגעפֿירט באַפֿעלן אויס מורא, אַז אַנדערש וועט מען זיי דערשיסן אָדער דערשטיקן אינעם גאַז־אויוון. צווישן די באַפֿרײַטע וואַכלײַט איז אויך געווען דער געוועזענער "עס־עס"־מאַן עריך לאַכמאַן. ער איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ גרופּע וואַכלײַט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער סאָביבאָר. אויב דאָס געריכט האָט דעמאָלט באַרעכטיקט דעם הויפּט־אויפֿזעער, וועלכער פֿלעגט אָפּגעבן זײַנע באַפֿעלן אויס מורא דערשאָסן צו ווערן, ווי אַזוי זשע קאָן מען באַשולדיקן הײַנט אַ מענטש, וועלכער איז אַליין געווען אַ קנעכט?"

אויפֿן ערשטן בליק, זעען אויס די אַרגומענטן פֿונעם אַדוואָקאַט איבערצײַגעוודיק. אָבער נאָר אויפֿן ערשטן בליק. יאָ, די וואַכלײַט פֿאַר די קאָנצענטראַציע־לאַגערן פֿלעגט מען טאַקע אָפֿט ווערבירן פֿון די מיליטער־געפֿאַנגענע, אָבער אויסשליסלעך לויט זייער אייגענעם ווילן אויסצופֿירן די "וויכטיקע אַרבעט". דער קומענדיקער וואַכמאַן האָט געזאָלט זײַן נישט פּשוט פֿיזיש שטאַרק, נאָר פֿײַנט האָבן ייִדן. ס׳איז דווקא נישט צופֿעליק, וואָס די מערהייט פֿון אַזעלכע פֿרײַוויליקע וואַכלײַט זײַנען געווען אָפּשטאַמיקע פֿון אוקראַיִנע. אַזוי אַז צו באַרעכטיקן די מנוּוולים, אַז זיי האָבן קיין אַנדער ברירה נישט געהאַט, אויספֿירנדיק די "שמוציקע אַרבעט" אין די טויט־לאַגערן, איז ממש אַ בילבול.

אויך דער געריכט־פּראָצעס אין האַגען, אין 1966, איז אין דעם פֿאַל נישט קיין באַווײַז. ערשטנס, יעדער פּראָצעס באַטראַכט אַ קאָנקרעטן ענין פֿון קאָנקרעטע מענטשן. סוף־כּל־סוף, יעדער דײַטש האָט אין היטלערס צײַט געמוזט דינען אין דער אַרמיי, אָבער נישט יעדער האָט עס געוואָלט, בפֿרט זיך צו באַטייליקן אין אַזעלכע אַקציעס פֿון אומברענגען מענטשן אין די טויט־לאַגערן.

מעגלעך, אַז דער דעמאָלט־באַפֿרײַטער עריך לאַכמאַן איז געשיקט געוואָרן אין סאָביבאָר אויסער זײַן ווילן, און נישט פֿרײַוויליק, ווי ס׳איז געשען מיט איוואַן דעמיאַניוק. יעדנפֿאַלס, דאָס באַרעכטיקן איינעם אין האַגען, אין 1966, מיינט נאָך נישט, אַז דאָס זעלבע דאַרף געטאָן ווערן מיט אַ צווייטן אין מינכן אין 2009—2010.