פּערזענלעכקײטן
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעאָניד אוטיאָסאָוו (אין מיטן) מיט זײַן דזשאַז־אָרקעסטער
לעאָניד אוטיאָסאָוו (אין מיטן) מיט זײַן דזשאַז־אָרקעסטער
ווען ער וואָלט געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, וואָלט ער זיכער געמאַכט אַ קאַריערע ענלעך צו פֿרענק סינאַטראַ, בעני גודמאַן אָדער קירק דאַגלאַס. ער האָט אָבער געהאַט דאָס מזל זיך צו באַווײַזן אויף דער וועלט אין דער באַרימטער שטאָט אָדעס.
לאַזאַר ווײַסביין איז געבוירן געוואָרן אין 1895 און זײַן טאַטע האָט געחלומט, אַז דער זון זאָל ווערן אַ קאָמערסאַנט. דעריבער האָט ער אים אָפּגעגעבן זיך לערנען אין אַ קאָמערץ־טעכניקום. אָבער דעם זון איז די גאַנצע קאָמערץ געלעגן אין דער לינקער פּאה; אַן אַנדער זאַך — צו שפּילן פֿידל. צו שפּילן — יאָ, אָבער נישט האָרעווען; ער וויל נישט זײַן קיין צווייטער חפֿץ אָדער אויסטרײַך, אים איז גענוג צו זינגען פֿריילעכע קופּלעטן, אונטערטאַנצן און זיך אונטערשפּילן אויפֿן פֿידל.
נאָך לאַנגע פּרוּוון צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין אַ טעאַטער, האָט מען אים סוף־כּל־סוף גענומען אין דער טרופּע פֿונעם טעאַטער אין קרעמענטשוג (1912). אמת, מיט אַ תּנאַי, אַז דעם ייִדישן נאָמען ווײַסביין וועט ער פֿאַרבײַטן אויף אַ קלינגעוודיקן טעאַטער־פּסעוודאָנים. אַזוי האָט זיך באַוויזן אין דער טעאַטער־וועלט דער זינגער און אַקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. דאָס לעבן פֿון אַן אַקטיאָר האָט אים פֿאַרשלעפּט און פֿאַרדרייט; ער האָט געביטן טעאַטערס און שטעט, ביז ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט לענינגראַד.
אין 1919 שפּילט ער אין זײַן ערשטן פֿילם "לייטענאַנט שמידט — קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהייט". שוין דער נאָמען אַליין איז פֿול מיט פּראָפּאַגאַנדע. אָבער אין 1928, זײַענדיק אין פּאַריז, הערט ער דאָרט דעם אַמעריקאַנער דזשאַז־אָרקעסטער פֿון טעד לויִס. זינט דעמאָלט ווערט אוטיאָסאָוו "קראַנק אויף דזשאַז". זײַן נײַע קאַריערע איז אַוועק אויף אַ דרך — ער שאַפֿט זײַן אייגענעם דזשאַז־אָרקעסטער, און דער ערשטער אויפֿטריט קומט פֿאָר אינעם לענינגראַדער קליינעם אָפּערע־טעאַטער. דער רעפּערטואַר פֿונעם אָרקעסטער באַשטייט פֿון קלאַסישע אַמעריקאַנער ווערק און די ווערק פֿון סאָוועטישע קאָמפּאָזיטאָרן, בפֿרט איסאַק דונאַיעווסקי און אַלכּסנדר צפֿאַסמאַן. אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנעמען אין דער פּראָגראַם די פּאָפּולערע לידער, וואָס ער זינגט זיי צום ערשטן מאָל, און וואָס ווערן גיך פּאָפּולער איבערן לאַנד.
אין 1934 גייט אַרויס דער פֿילם "פֿריילעכע יאַטן", וווּ אוטיאָסאָוו שפּילט די הויפּט־ראָלע פֿון אַ פּאַסטעך. די מוזיק צום פֿילם האָט געשאַפֿן דער זעלבער איסאַק דונאַיעווסקי. אַ מוזיקאַלע קאָמעדיע, געמאַכט אין נוסח פֿון די האָליוווּד־פֿילמען, האָט ער אויסגענומען בײַ סטאַלין גופֿא. אוטיאָסאָוו ווערט פּאָפּולער און באַליבט אין אַלע ווינקעלעך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאָרט ער אַרום מיט זײַן אָרקעסטער איבער די פֿראָנטן און זינגט פֿאַר סאָלדאַטן און מאַטראָסן פּאַטריאָטישע און לירישע לידער, וואָס פֿאַר אַ סך פֿון זיי איז עס געווען דער ערשטער און דער לעצטער קאָנצערט אין לעבן. צו אוטיאָסאָווס פּאָפּולערקייט האָט אויך צוגעשפּילט די ראַדיאָ, וועלכע האָט יעדן טאָג איבערגעגעבן זײַנע לידער.
און אָט פֿאַרענדיקט זיך די צווייטע וועלט־מלחמה; אָבער אין לאַנד ברעכט אויס אַן אַנדער מין מלחמה, אַן אידעאָלאָגישע — קעגן דעם מערבֿ און אַלץ וואָס ס׳קומט פֿון דאָרטן אַרויס, אַרײַנגערעכנט דזשאַז־מוזיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז די הויפּט־אַרײַנברענגער פֿון דער "פֿײַנטלעכער בורזשואַזער מגיפֿה" זײַנען די ייִדן־קאָסמאָפּאָליטן. ניין, פֿאָרמעל האָט קיינער די דזשאַז־מוזיק נישט פֿאַרווערט, נאָר עס ווערט "רעקאָמענדירט": בעסער נישט צו שפּילן! אוטיאָסאָוו, וואָס זײַן נאָמען ווערט פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיט זײַן דזשאַז־אָרקעסטער, פֿאַרשטייט די סכּנה און שאָקלט זיך אָפּ פֿון דער "פֿרעמדער קונסט". ער קערט זיך אום אין קינאָ און צו דער עסטראַדע־מוזיק.
זײַן "גוט־אויפֿפֿיר", אָדער אַנדערש געזאָגט, קאָנפֿאָרמיזם, ווערט אָפּגעשאַצט: די סטאַלינס־רעפּרעסיעס מײַדן אים אויס. על־פּי־נס איז זײַן נאָמען נישט אַרײַן אין די רשימות פֿון "קאָסמאָפּאָליטן" אָדער "בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן" און נישט — "ציוניסטן". ער לעבט איבער די צײַטן פֿון סטאַלינען, כרושטשאָוון און ברעזשנעוון; ער ווערט פֿון זיי באַלוינט און בלײַבט באַליבט בײַם פֿאָלק.
לעאָניד אוטיאָסאָוו האָט קיין מאָל קיין גרויסע שטימע נישט געהאַט. זײַן זינגערישער חן האָט געשטעקט אין זײַן האַרציקער און אויפֿריכטיקער מאַניר פֿון אינטערפּרעטירן אַ ליד. צוליב זײַן אייגנאַרטיקער שטים, איז אים גרינג געווען צו קאָפּירן, און ס׳איז, דאַכט זיך, נישט געווען אַזאַ פּאַראָדיסט אין לאַנד, וואָס זאָל עס נישט געווען טאָן. וועגן אים פֿלעגט מען דערציילן וויצן, לעגענדעס און אַנעקדאָטן; שוין אָפּגערעדט, אַז ער אַליין פֿלעגט עס גלענצנדיק טאָן בײַ יעדער געלעגנהייט — אויף דער טעלעוויזיע, ראַדיאָ, קאָנצערטן, וווּ ער פֿלעגט אָפֿט אויפֿטרעטן מיט זײַן טאָכטער עדיט. ער האָט גוט געקענט ייִדיש און זיך נישט געשעמט אַרײַנצושטעלן אַ ייִדיש וואָרט, אָדער אַ ווערטל.
און נאָך: אוטיאָסאָוו איז אפֿשר געווען דער ערשטער עסטראַדע־זינגער און אַקטיאָר, וואָס ס׳איז אים צוגעטיילט געוואָרן דער העכסטער טיטול "פֿאָלקס־אַרטיסט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד".
געשטאָרבן איז לעאָניד אוטיאָסאָוו אין 1982 און מקבר געוואָרן אויפֿן בכּבֿודיקסטן מאָסקווער צווינטער. אויפֿן הויז אין מאָסקווע, וווּ ער האָט געוווינט זײַנע לעצטע יאָרן, הענגט אַן אָנדענק־שילד. אָבער דעם גרעסטן אויפֿמערק צו זײַן פּערזענלעכקייט האָט אַרויסגעוויזן זײַן געבוירן שטאָט, אָדעס, וואָס ער האָט אַזוי האַרציק באַזונגען אין זײַנע לידער? איינע אַ גאַס אין דער שטאָט בײַם שוואַרצן ים, טראָגט זײַן נאָמען; אין סאַמע צענטער אויף דער באַרימטער דעריבאַסאָווסקיע־גאַס קאָן מען זען אַ דענקמאָל פֿון אַ מענטש, וואָס איז זייער ענלעך צו לעאָניד אוטיאָסאָוון און וואָס אַלע האָבן אים אַמאָל דאָ געקענט, ווי לאַזאַר ווײַסביין.