פּערזענלעכקײטן
מישע אַלכּסנדראָוויטש
מישע אַלכּסנדראָוויטש

(אַן אויסצוג פֿון דעם ערשטן ביאָגראַפֿישן בוך וועגן מישע אַלכּסנדראָוויטש)

אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל נאָך דער עליה, האָבן די זשורנאַליסטן, גיריק צו אַ פּאָליטישער סענסאַציע, זיך ממש אײַנגעקלאַמערט אין אַלכּסנדראָוויטשן ער זאָל זיי פּרטימדיק דערציילן וועגן זײַן "דיסידענטישער אַקטיווקייט", דאָס הייסט, ווי ער האָט געפֿירט זײַן העלדישן קאַמף קעגן דער קאָמוניסטישער מאַכט. אַלכּסנדראָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע אויפֿגעבלאָזענע מעשׂיות אַרום זײַן פּערזאָן, האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ וויץ וועגן אַ שיף, וואָס איז געטראָפֿן אין אַ שטורעם. מיט אַ כוואַליע איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער דעק אַ פֿרוי און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן האָט נישט געוואַגט זיך צו וואַרפֿן אין ים אַרײַן צו ראַטעווען די פֿרוי. און פּלוצעם איז איינער אַ מאַנספּאַרשוין אַראָפּגעשפּרונגען אין וואַסער. די פֿרוי, וואָס אַלע האָבן שוין געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען איר סוף, האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם דרייסטן רעטער. עמעצער האָט זיי אַראָפּגעוואָרפֿן אַ ראַטיר־רינג, און ווען מ׳האָט זיי סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעשלעפּט אויף דער שיף, האָבן אַלע דערזען, ווער דער דאָזיקער מאַנספּאַרשוין איז. און געווען איז עס אַ דאַרער, אַ קליינטשיקער ייִד, ווײַט נישט קיין גיבור; אַ פֿאַרפֿרוירענער האָט ער געציטערט און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק עמעצן מיט די אויגן. דער קאַפּיטאַן פֿון דער שיף האָט אים געדריקט די האַנט און באַדאַנקט: "איר זײַט אַן עכטער העלד. נאָר איר האָט געקאָנט זיך וואַרפֿן אין וואַסער צו ראַטעווען אַ פֿרוי!" דער ייִד, שוין אין גאַנצן צעמישט, האָט נאָך אַלץ געבלאָנדזשעט מיטן בליק איבער די פֿאַרחידושטע פּאַסאַזשירן, און דערבײַ געשטאַמלט: "יאָ, יאָ... אַ העלד. כ׳וואָלט אָבער געוואָלט איצט אָפּזוכן דעם חכם, וואָס האָט מיך אַראָפּגעשטופּט פֿון דער דעק אין ים?!"

מיט איין וואָרט, קיין שום רעש און זשום אַרום זיך פֿון אַזאַ מין סאָרט האָט אַלכּסנדראָוויטש נישט פֿאַרטראָגן. צוריק גערעדט, האָט קיין איין אימפּרעסאַריאָ אויך נישט געוואָלט ריזיקירן און אַרײַנלייגן ערנסטע געלטער אין אַ חזן, וואָס איז שוין אין די טיפֿע פֿופֿציקער. מע זאָגט דאָך: אַ חזן און אַ פֿערד זײַנען גוט נאָר ביז פֿערציק יאָר. אַן אַנדער זאַך, אים אויסנוצן און פֿאַרדינען לעבן אים אַ פּאָר גראָשנס.

אַז ס׳איז אָבער באַשערט, טרעפֿט זיך עס. אין רמת־גן, וווּ ס׳האָט געוווינט דער נײַער עולה אַלכּסנדראָוויטש, האָט אים געהערט זינגען אַבֿרהם הירשפֿעלד, אַן אַמעריקאַנער מיליאָנער, געקומען אויף אַ באַזוך קיין ישׂראל. אין חזנות האָט ער פֿאַרשטאַנען אַ קרענק, אָבער אַ "שמעקער" האָט ער געהאַט אַ גוטן. ער האָט באַלד דערשמעקט, אַז אויף דעם "רוסישן חזן" קאָן מען נישט שלעכט פֿאַרדינען. דערצו, האָט מען אים באַלד צוגעטראָגן, אַז "ס׳איז נישט סתּם אַ רוסישער חזן. ער איז דער איינציקער חזן אין דער וועלט, וואָס סטאַלין גופֿא האָט אים צוגעטיילט דעם פּרײַז אויף זײַן אייגענעם נאָמען!"

— שוין זשע סטאַלין אַליין? — האָט זיך געחידושט דער מיליאָנער. — און מיט אַזאַ ביאָגראַפֿיע, און מיט אַזאַ שטים זינגט איר דאָ, אין דעם שטעטל? אַגבֿ, וויפֿל האָט זי ווערט, די סטאַלין־פּרעמיע?

— 50 טויזנט רובל, — האָט אים געענטפֿערט אַלכּסנדראָוויטש.

— און וויפֿל צאָלן אײַך דאָ, די אָרטיקע רמת־גנבֿים?

— 24 טויזנט דאָלאַר אַ יאָר...

דער אַמעריקאַנער נגיד האָט צוגעזשמורעט אַן אויג. ער האָט שוין געמאַכט אין קאָפּ אַ חשבון און דער סך־כּל איז געווען אַזאַ:

— מיר דאַכט, אַז איר אַרבעט דאָ מער צוליב כּבֿוד, ווי צוליב פּרנסה. איך גאַראַנטיר אײַך 50 טויזנט דאָלאַר פֿאַר דרײַ חדשים אַרבעט אין אַמעריקע, אויב איר וועט אָננעמען מײַן פֿאָרשלאָג. וואָס מיינט איר דערויף?

— ווייסט איר וואָס, מיסטער הירשפֿעלד, — האָט אים געענטפֿערט אַלכּסנדראָוויטש, — איך האָב זיך דערמאָנט איצט אין אַ געשיכטע, וואָס ס׳האָט מיר אַמאָל, נאָך פֿאַר דער מלחמה, דערציילט מײַן פֿרײַנד, דער באַרימטער חזן אין וואַרשע, מישע קוסעוויצקי. נאָכן אָפּדאַוונען שחרית איז צו אים צוגעגאַנגען אַ רײַכער ייִד און געפֿרעגט מיט אַ שמייכעלע: "איך האָף, אַז בעתן דאַוונען האָט איר צום אייבערשטן געהאַט עפּעס אַ ממשותדיקע בקשה?" — "אַוודאי, — האָט דער חזן געענטפֿערט, — כ׳האָב בײַ אים געבעטן, אַז די נגידים זאָלן געבן מער געלט די אָרעמע־לײַט." — "און איר מיינט, אַז ער האָט זיך צוגעהערט צו אײַערע ווערטער?" — "כ׳בין אין דעם זיכער! יענדפֿאַלס, ער האָט דערהערט אַ האַלבע תּפֿילה מײַנע, אַז די קבצנים זײַנען שוין מסכּים צו באַקומען פֿון די גבֿירים אַ צוגאָב".

הירשפֿעלד האָט בפֿירוש קיין שום ספּעציעלע תּנאָים נישט געשטעלט, און דערמיט "דערוואַרעמט" דעם זינגערס האַרץ, וואָס האָט זיך שוין גוט אויסגעבענקט נאָך אַ גרויסן ייִדישן עולם.

גאָר אין גיכן האָט אַלכּסנדראָוויטש געדאַרפֿט זינגען אין מאָנטרעאָל. אָנהייבן די גאַסטראָלן האָט מער געפּאַסט דווקא פֿון קאַנאַדע, אַז דער זינגער זאָל זיך בעסער צוגעוווינען צו דעם אַמעריקאַנער פּובליקום. די דרײַ קאָנצערטן האָבן געזאָלט דורכגיין אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿונעם ישׂראל־אַמאַבאַסאַדאָר טעאָדאָר מעראָן. אָבער נישט דער געניטער זינגער האָט זיך געדאַרפֿט צוגעוווינען, נאָר זײַן פּיאַנע־באַגלייטער. שוין דער ערשטער קאָנצערט אין "Theatre Maisonneuve" האָט אַלכּסנדראָוויטשן זייער אַנטוישט. ס׳האָט געדאַרפֿט אַזוי פּאַסירן, אַז דווקא ערבֿ דעם ערשטן אויפֿטריט איז אַרײַן אין שפּיטאָל זײַן פּיאַניסט, דזשייקאָב באַראַס. האָט אים פֿאַרביטן אַ ווייניק־געניטער קאָנצערט־מײַסטער דזשאָזעף מילאָ. דער יונגער מילאָ האָט זיך, נעבעך, באַמיט צו טאָן אַלץ וואָס ער האָט געקאָנט, אָבער בעסער וואָלט ער עס נישט געטאָן. זעט אָבער אויס, אַז דעם זינגערס טאַלאַנט האָט געדעקט אַלע שטערונגען פֿון זײַן פּיאַנע־באַגלייטער. שוין אויפֿן אַנדערן טאָג האָט די צײַטונג ״The Gazette״ אַרויס מיט אַן אַרטיקל אונטערן קאָפּ: "אומפֿאַרגעסלעכער קאָנצערט פֿונעם סאָוועטישן טענאָר־חזן". דער מוזיקאַלישער קריטיקער דזשייקאָב זיסקינד האָט געשריבן:

זײַן געשמאַק איז אַזוי פּערפֿעקט, און זײַן פֿראַזירונג איז אַזוי געשליפֿן, אַז עס קומען אײַך גלײַך אין זינען אַזעלכע זינגער, ווי ריכאַרד טאַובער און דזשאָן מאַקקאָרמאַק. זיי האָבן אויך געקאָנט נעמען אַ פּשוט פֿאָלקסליד און מאַכן עס ווערטפֿולער און טיפֿער, ווי די בעסטע אָריגינעלע לידער, געזונגען פֿון אַנדערע.

אָבער מער פֿון אַלץ האָבן אַ לעבעדיקן אָפּקלאַנג אַרויסגערופֿן בײַם פּובליקום די חזנישע עלעמענטן פֿון די לידער. אַלכּסנדראָוויטש זינגט מיט אַזאַ אינערלעכער עמאָציאָנעלקייט, אַז זי רירט אָן אַפֿילו די סאַמע גראָבהויטיקע צוהערער. נעכטן זײַנען געווען אין זאַל פֿרויען, וואָס דאָס מויל האָט זיך זיי כּמעט נישט פֿאַרמאַכט. ווען ס׳האָבן אָבער געקלונגען די ריין חזנישע פֿראַגמענטן פֿון די לידער, האָבן אַפֿילו זיי אויפֿגעהערט זיך צו שושקען... זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעלן אַ פֿאַרבינדונג מיטן עולם, סײַ אַן אינטעלעקטועלן און סײַ אַן עמאָציאָנעלן איז פּשוט אוניקאַל.

די צוויי אַנדערע קאָנצערטן אין טאָראָנטאָ האָבן קיין מאָראַלישע קאָמפּענסאַציע נישט געבראַכט, ווײַל מילאָ איז אַנגאַזשירט געוואָרן אויף אַלע דרײַ אָוונטן. זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק, האָט אַלכּסנדראָוויטש גרינג אָפּגעזיפֿצט: באַראַס פֿילט זיך בעסער און איז גרייט צו מאַכן פּראָבעס. זיי זײַנען אויפֿגעטראָטן מיט עטלעכע טעג שפּעטער אינעם "אָוונט פֿון שטערן", אינעם באַרימטן "מעדיסאָן סקווער גאַרדען". דער עולם — 15 טויזנט מענטשן — האָט אַפּלאָדירט שטייענדיק. אַזוי האָט מישע אַלכּסנדראָוויטש באַהערשט אַמעריקע, כאָטש מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון 50 יאָר.

צום סאָלאָ־קאָנצערט פֿונעם "סאָוועטישן טענאָר־חזן" אין "טאַון האָל" האָט אַבֿרהם (אייב) הירשפֿעלד זיך געגרייט מיט לײַב־און-לעבן. דער קאָנצערט איז דורכגעגאַנגען אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿונעם שטענדיקן פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל בײַ דער "יו־ען", יוסף טעאָאַ, וועלכער האָט אין זײַן צײַט צוגעלייגט אַלע דיפּלאָמאַטישע כּוחות, כּדי אַרויסצורײַסן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד מישע אַלכּסנדראָוויטשן.

דער זשורנאַליסט פֿון "ניו־יאָרק טײַמס" האָט אין יענע טעג געשריבן:

מיסטער אַלכּסנדראָוויטש איז צו אונדז געקומען גענוג שפּעט (57 יאָר אַלט), אָבער זײַן קינסטלערישער טאַלאַנט האָט זיך פֿאַרהיט אין דער פֿולער מאָס... זײַן לײַכטער לירישער טענאָר טראָגט אין זיך סײַ די זיס־קלינגעוודיקייט פֿון טאַליאַוויני* און סײַ די סלאַווישע דורכדרינגלעכקייט פֿון קאָזלאָווסקי**. ווי אַן אינטערפּרעטאַטאָר, איז אַלכּסנדראָוויטש זייער אויסדריקפֿול; ער איז געשליפֿן־פּינקטלעך אין יעדן ווערק וואָס ער זינגט. זײַן לעגאַטאָ און מעצאַ־וואָטשע (סערענאַדע פֿון ערנעסטאָ פֿון "דאָן פּאַסקואַליע") פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם. די סטיליזירטע ניואַנסן פֿון די לײַכטע מינדלעכע אינטאָנאַציעס, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר גלינקאַס ראָמאַנסן, און די לאַנגזאַמע חזנישע מעליזמען***, וואָס מיר הערן אין שלום סעקונדעס "דאָס ייִדישע ליד", קלינגען טיף איבערצײַגעוודיק. אַפֿילו אויף דעם עטאַפּ פֿון זײַן וואָקאַלער קאַריערע איז אַלכּסנדראָוויטש אַ גרויסער זינגער. אַ שאָד, וואָס מיר האָבן נישט געהאַט די מעגלעכקייט צו הערן זײַן שטים אין דער אויפֿבלי־צײַט.

די פֿאַרשפּעטיקטע אַנטדעקונג פֿון פּיטער דייוויס האָבן אונטערגעכאַפּט אויך אַנדערע קריטיקער, וועלכע האָבן געשריבן וועגן די קאָנצערטן פֿון אַלכּסנדראָוויטשן אויף דער אַמעריקאַנער בינע. די ערשטע ווערטער פֿון דייוויס אַרטיקל ווערן ציטירט פֿון אַנדערע קריטיקער שוין אָט פֿערציק יאָר: "מישע אַלכּסנדראָוויטש איז איינער פֿון די גרעסט־אָפּגעהיטע קולטור־סודות פֿון רוסלאַנד".



* פֿערוטשיאָ טאַליאַוויני (1913—1995), באַרימטער איטאַליענישער אָפּערע־ טענאָר

** איוואַן קאָזלאָווסקי (1900—1993), באַרימטער רוסישער אָפּערער־טענאָר

*** מעליזמען — קלאַנג־באַפּוצונגען