- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(אַן אויסצוג פֿון דעם ערשטן ביאָגראַפֿישן בוך וועגן מישע אַלכּסנדראָוויטש) אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל נאָך דער עליה, האָבן די זשורנאַליסטן, גיריק צו אַ פּאָליטישער סענסאַציע, זיך ממש אײַנגעקלאַמערט אין אַלכּסנדראָוויטשן ער זאָל זיי פּרטימדיק דערציילן וועגן זײַן "דיסידענטישער אַקטיווקייט", דאָס הייסט, ווי ער האָט געפֿירט זײַן העלדישן קאַמף קעגן דער קאָמוניסטישער מאַכט. אַלכּסנדראָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע אויפֿגעבלאָזענע מעשׂיות אַרום זײַן פּערזאָן, האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ וויץ וועגן אַ שיף, וואָס איז געטראָפֿן אין אַ שטורעם. מיט אַ כוואַליע איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער דעק אַ פֿרוי און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן האָט נישט געוואַגט זיך צו וואַרפֿן אין ים אַרײַן צו ראַטעווען די פֿרוי. און פּלוצעם איז איינער אַ מאַנספּאַרשוין אַראָפּגעשפּרונגען אין וואַסער. די פֿרוי, וואָס אַלע האָבן שוין געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען איר סוף, האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם דרייסטן רעטער. עמעצער האָט זיי אַראָפּגעוואָרפֿן אַ ראַטיר־רינג, און ווען מ׳האָט זיי סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעשלעפּט אויף דער שיף, האָבן אַלע דערזען, ווער דער דאָזיקער מאַנספּאַרשוין איז. און געווען איז עס אַ דאַרער, אַ קליינטשיקער ייִד, ווײַט נישט קיין גיבור; אַ פֿאַרפֿרוירענער האָט ער געציטערט און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק עמעצן מיט די אויגן. |