- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די טעג בין איך אַוועק זען אַ מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונג געווידמעט דעם באַרדיטשעווער רבין, ר׳ לוי־יצחק. איז ערשטנס, וועל איך אײַך באַקענען מיט לוי־יצחקן גופֿא, און נאַכער צוטרעטן צו דער פּיעסע. דער באַרדיטשעווער פֿלעגט זאָגן אַמאָל: "קומט! וועל איך אײַך ווײַזן אַ וועג צו גאָט! נישט דורך רייד, נאָר דורך געזאַנג! מיר וועלן זינגען און דער הימל וועט אונדז פֿאַרשטיין!" און אַזוי ווי לוי־יצחק פֿלעגט זיך אויסטענהן מיטן רבונו־של־עולם אויף מאַמע־לשון, פֿלעגט ער אום ראָש־השנה דווקא צו אים רעדן מיט די ווערטער: "רבונו־של־עולם! פֿאַר וואָס פֿירסטו זיך נישט אויף ווי אַ פּשוטער ייִד? ווען אַ פּשוטער ייִד פֿאַרלירט זײַנע תּפֿילין, הייבט ער זיי באַלד אויף און גיט אַ קוש. עם־ישׂראל זײַנען דאָך דײַנע תּפֿילין, זיי זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד די לעצטע צוויי טויזנט יאָר, איז פֿאַר וואָס הייבסטו זיי נישט אויף, און פֿאַר וואָס ראַטעוועסטו זיי נישט פֿון זייער אָרעמקייט?" צום אַלעם ערשטן איז לוי־יצחק געבוירן געוואָרן אין יאָר 1740 און אַוועק פֿון דער וועלט אין 1809. ער איז אויך געווען באַרימט אונטערן נאָמען "דערבאַרעמדיקער," זוכנדיק אין מענטשן זייער צד פֿון גוטסקייט. און אַזוי ווי ער האָט אָפֿט גערעדט און אויסגעטענהט זיך מיט גאָט, האָט מען אים אויך גערופֿן "דער סניגור," דער פֿאַרטיידיקער פֿון פֿאָלק ישׂראל, איינער וואָס שטעלט זיך אײַן פֿאַר ייִדן. רבי לוי־יצחק האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זײַנע אויסטענהנישן מיטן רבונו־של־עולם. ער האָט עס געטאָן אויף דער שפּראַך פֿון פֿאָלק — ייִדיש. ער פֿלעגט זיך ווענדן צו גאָט און קלאָגן בזה־הלשון: חיים וואָלף איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס אין ניו־יאָרק. פֿון צײַט צו צײַט טרעט ער אויף, שפּילט, גיט קאָנצערטן. דער בחור, אויב מ׳קען אַ מענטש אין די פֿופֿציקער נאָך אַלץ רופֿן בחור, איז הויך און שלאַנק, פֿאַרמאָגט אַ פֿײַן שטימעלע צום זינגען און איז גרייט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. אָבער דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. מיר פֿאַרמאָגן נאָר איין ייִדישן טעאַטער, און נישט איין מאָל שפּילט מען דאָרט "ייִדיש טעאַטער" אויף ענגליש. צווישן די טויזנטער מיט טויזנטער ייִדישע פּיעסעס און מיוזיקלס, איז דער אָפּקלײַב ניט אַלע מאָל אַ געלונגענער. לאָמיר האָפֿן מיטן נײַעם אײַנפֿלוס פֿון דער טאַלאַנטירטער רעזשיסאָרשע ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט פֿאַרלאָזט דעם ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל און אָנגענומען אַ שטעלע אין דער "פֿאָלקסבינע", וועט זיך נעמען דאָרט רוכעווען מיט עכט ייִדיש טעאַטער. צוריק צו חיים וואָלפֿן, וועלכער האָט געגעבן זײַן קאָנצערט אין מיטן אָקטאָבער אין דער שיינער געבײַדע פֿון ייִוואָ, אין פּרעכטיקן זאַל וואָס זיי פֿאַרמאָגן. חיים איז ממש געוואַקסן אין זײַן אָפּקלײַב פֿון ייִדישן מאַטעריאַל. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, אַלע אויסגעהונגערטע צו הערן אַ ייִדיש וואָרט אין דער וויכטיקסטער ייִדישער אינסטיטוציע, וווּ דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר דזשאָנאַטאַן ברענט איז גרייט צוריקצוברענגען די ייִדישע פּאָזיציע אין ייִדישן לעבן. צווישן די גרויע קעפּ איז אויך בײַגעווען אַ ייִנגערער דור. מיטגעהאַלטן זינגען גאַנצע קופּלעטן דעם זינגער מיט זײַן וווּנדערלעכן אַקאָמפּאַניסט הערב קאַפּלאַן. זיי זײַנען געווען באַקאַנט מיטן ייִדישן לידער־רעפּערטואַר און געהאַט גרויס הנאה פֿון חיימס אויפֿטריט. (סוף פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך)
מיר פֿײַערן די ייִדישע יום־טובֿים אין קלאַס. איך פּרעגל מיט די סטודענטן לאַטקעס בײַ זיי אין די "דאָרמיטאָריס." זיי פֿאַרבעטן זייערע עלטערן און פֿרײַנד. מיר זינגען די חנוכּה־לידער צוזאַמען מיטן לאַדינאָ־חנוכּה־ליד "אָטשאָ קאַנדעליקאָס" (אַכט ליכטלעך) און די פֿרייד איז גרויס. און אַלץ קומט פֿאָר ספּאָנטאַן. פּורים ברענגען זיי אַרײַן המן־טאַשן און ס׳איז אַ שׂימחה אין קלאַס. זיי מאַכן אַפֿילו מאַסקעס פֿון אייגענעם ווילן. פּסח לערנט מען די פֿיר קשיות אויף ייִדיש. מען זינגט פּסח־לידער, אַרײַנגערעכנט מה אַספּרה מה אַדברה... און גאָט איז איינער, און ווײַטער קיינער. דער ייִדישער קלאַס טאָר נישט זײַן סטאַטיש און טרוקן. פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדן איינעמס כאַראַקטער־שטריכן און טעמפּעראַמענט שפּילט זיך אויס אין קלאַס. איז ער טרוקן — איז דער קלאַס טרוקן; איז ער לעבעדיק — איז דער קלאַס לעבעדיק. דער עיקר, שפּראַך איז געגליכן צו אַ פֿליסנדיק וואַסער, און די כוואַליעס מוזן אָנשפּאַרן די לעבעדיקע ייִדישע קולטור. און איצט לייענט ווײַטער:
מיכל שוואַרץ דער טעקסט פֿון זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס, דינסטיק און מיטוואָך בולבעס, דאָנערשטיק און פֿרײַטיק בולבעס, און שבת אין אַ נאָווינע אַ בולבע־קוגעלע און זונטיק ווידער בולבעס. (המשך פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך) אַ נײַ יאָר און אַ נײַער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ מיר אין די קלאַסן איז ייִדישלאַנד. ווי קען איך עס אײַך אויסטײַטשן? בײַ מיר אין די ייִדיש־קלאַסן פֿאַלט מען אַרײַן אין אַ ייִדישער מיקווה און מ׳טובֿלט זיך אין ייִדיש. חבֿרה פֿילן זיך אין דער היים, ווי זיי וואָלטן אַלע מאָל געלעבט צווישן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן זײַנען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די וועלטלעך־סעקולערע קענען נישט קיין ייִדישן אות און דאַרפֿן אָנהייבן בײַם אַלף. אין מיטעלן קלאַס האָב איך אַ סטודענט פֿון סערביע, נישט קיין ייִד דווקא; ער לערנט שוין מיט מיר דאָס צווייטער יאָר. פֿרעג איך אים: די לעצטע צוואַנציק יאָר בין איך געבענטשט מיט פֿולע קלאַסן ייִדיש־סטודענטן כּן־ירבו. זיי באַשטייען פֿון שוועסטער אָדער ברידער, קרובֿים נאָענטע און ווײַטע פֿון מײַנע פֿריִערדיקע קלאַסן מיט יאָרן צוריק. דער אמת איז אַז אַלע מײַנע דרײַ קורסן פֿונעם האַרבסט־סעמעסטער, ווי אַלע מאָל, האָבן אַ שיינע צאָל סטודענטן. נעכטן האָט אַ טײַערע סטודענטקע פֿון מיטעלן קלאַס אַרײַנגעברענגט לכּבֿוד ערבֿ־שבת אַ טשאָלנט אין קלאַס, און דער אַראָמאַט האָט זיך פֿאַרשפּרייט נישט נאָר איבערן קאָרידאָר פֿון אונדזער שטאָק, נאָר חבֿרה האָט דערשפּירט דעם ריח נאָך גייענדיק אויף די טרעפּ. דאָס איז געווען דער תּלמידהס ערשטער פּרוּוו אין איר לעבן, וואָס זי האָט זיך אונטערגענומען, צוצוגרייטן אַ שבתדיק מאכל, נאָך דערצו אַ טשאָלנט. קיינער האָט עס בײַ איר נישט באַשטעלט, ס׳איז איר אָנגעקומען ספּאָנטאַן. איין סטודענטקע אין אָנהייבער־קלאַס רוימט מיר אײַן אין אויער אַז זי שטאַמט פֿון דעם בעל־שם־טובֿ. די פֿרייד פֿון ייִדיש אין קלאַס איז אָנשטעקנדיק. איין מיידל זיצט מיר עפּעס נאָענט צום בחור, און אַז זי פֿאַרשפּעטיקט זיך האַלט ער פֿאַר איר דאָס אָרט. איך באַמערק ווי זי שטריקט עפּעס. פֿרעג איך זי: איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג וואָס מען שטעלט איצט אין "סיינט לוקס"־טעאַטער. עס געפֿינט זיך אויף דער 46סטער גאַס, נומ׳ 308 אין מאַנהעטן. דאָרט שפּילט מען אַ פּיעסע וועגן דער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דעם פּרעזידענט הערי ס. טרומאַן און זײַן נאָענטן חבֿר — עדי דזשייקאָבסאָן. די פֿאָרשטעלונג ווערט געשטעלט לכּבֿוד דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל. מענטשן וואָס זײַנען אויפֿגעוואַקסן אין די פֿופֿציקער יאָרן האָבן געקענט אונדזער אַמאָליקן פּרעזידענט טרומאַן. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז אין די הויכע קלאַסן איז ער דווקא נישט געגאַנגען, געווען אַ פּראָסט און פּשוטער בשׂר־ודם, אַ פּשוטער מענטש אָן פֿאָראורטיילן. ער האָט זיך אויסגעטויגט אין באַאַרבעטן די ערד און אַפֿילו געוואָרן אַ פֿאַרמער אין זײַן געבורט־שטעטל קענזעס־סיטי, מיזורי. ער האָט פּרובירט פֿאַרשיידענע מלאָכות, ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין עדין, דזשייקאָבסאָנען, הייסט עס (ריק גראָסמאַן). עדי איז אַ ייִד, אַ פֿאָלקסמענטש, אַ פּראָסט און פּשוטער פֿאָלקסמענטש וואָס אַזעלכע עדיס קען מען נאָך הײַנט געפֿינען צווישן דעם עלטערן דור. האָבן הערי (ריק היקס) און עדי געעפֿנט אַ קלייט — אַ כּל־בו פֿון אַלערליי זאַכן — צווישן זיי קליידונג, כּלים פֿאַר דער ווירטשאַפֿט און אַנדערע שמאָנצעס. ביידע אויסגעקומען גלענצנדיק. הערי איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַן אַנטיסעמיט, כאָטש ער איז געווען אַ מענטש פֿון דער נאַטור וואָס האָט ליב געהאַט צו שעלטן. און כאָטש איך בין קיין מאָל אין לעבן נישט געווען אין קיין שום ייִדישן שטעטל, קיין מאָל אין לעבן נישט געזען קיין ייִדיש שטעטל פֿאַר די אויגן, פֿאָרט האָט זיך אין מיר אַרײַנגעגנבֿעט אַ נשמה פֿון אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל, ווי מײַן מאַמעס קוזינען האָבן מיר אַמאָל געשילדערט זייער שטעטל זגערזש און פּאַביאַניץ לעבן לאָדזש. פֿאַרשטייט זיך, אַז לאָדזש און וואַרשע האָבן זיך גערוכעוועט מיט סאַמאָראָדנע ייִדן, פֿרומע און פֿרײַע, לומדים און עם־הארצים; אַלערליי ייִדן — גערעדט מאַמע־לשון, זיך פֿאַרשטענדיקט אויף מאַמע־לשון, זיך געפֿרייט אויף מאַמע־לשון און זיך געסקאַרזשעט (געקלאָגט) אויף מאַמע־לשון. אַנטקעגן וואָס האָב איך זיך דאָ צעזונגען איבער אונדזער לשון? אַנטקעגן דעם וואָס עס איז געווען נישט נאָר אַ שפּראַך, נאָר אַ גאַנצער באַגאַזש וואָס איז אַריבער צו אונדז פֿון דורות. און ווען אַ ייִד האָּט גערעדט אויף ייִדיש, האָבן זיך ייִדישע נשמות דערקוויקט. פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס אַרום דער געגנט וווּ איך פֿאַרברענג אַ טייל פֿון מײַנע זומערס און ווינטערס. ווען עס פֿאַרענדיקט זיך דער ערשטער און צווייטער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. כאַפּ איך זיך אַרײַן אָדער קיין מיאַמי אָדער קיין פּאַלם־ביטש זען וואָס עס טוט זיך אויף די ברעטער פֿון די בינעס. פֿלאָרידע פֿאַרמאָגט אַ שיינע צאָל טעאַטער־גייערס, דער עיקר ייִדן. מיטליעריקע און עלטערע לײַט. אַ סך פֿון זיי זײַנען גוט אײַנגעפֿונדעוועט; ס׳הייסט, מאַגנאַטן, מעצענאַטן, האַלטן זיי אויס אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס. בדרך־כּלל זיצן זיי אויבן אָן ווי די אָנגעלייגטע געסט. אין דער ערשטער ריי, אויסגעסטרויעט אין עסיק און אין האָניק, אין גראַנאַטענע הויזן און ווײַסע, זײַדענע העמדער מיט אַ רויטער בינדע. די גרויע קעפּ זײַנען אַנדולירט, לאַקסירט און שמעקן מיט פּערפֿום. די ייִדענעס זײַנען לגמרי אײַנגעטונקען אין בלישטשענדיקע קייטלעך אַרום האַלדז. בראַסלעטן און רינגעלעך אויף די פֿינגער וואָס האַלטן אין איין פֿינקלען. גלאַנצנדיקע שיכעלעך אויף הויכע אָפּצאַסן וואָס וואָלטן געפּאַסט אַ יונגיטשקער פֿון זיבעצן יאָר. לאַנגע לאַקירטע, רויטע נעגל סײַ אויבן און סײַ אונטן, קליינינקע פּורפּורענע בײַטעלעך וואָס שימערירן מיט בריליאַנטלעך און אַ פּריטשאָסקע, ערשט אַרויס פֿון "ביוטי־פּאַרלאָר." אין מיאַמי גופֿא איז פֿאַראַן אַ טעאַטער וואָס הייסט "גייבל־סטיידזש." וווּ דער פּראָדוצענט און קינסטלערישער דירעקטאָר, הייסט דזשאָו אַדלער, אַ ייִד אין די יאָרן. ער קערט זיך בכלל נישט אָן מיט די אַמאָליקע גרויסאַרטיקע אַדלערס, איך צווייפֿל אַפֿילו צי ער האָט אַמאָל געהערט פֿון אַ יעקבֿ פּ. אַדלער. אָט קום איך אײַך צו דערציילן אַ געשיכטע, אין ניכטערן לשון וועגן ממשותדיקע פֿאַרברעכנס אַנטקעגן דער ייִדישער שפּראַך. עס רעדט זיך דאָ וועגן ייִדישע פּראָפֿעסאָרן וואָס האָבן זיך שוין צענדליקער יאָרן אַרײַנגעזאָטלט אין די פּראָפֿעסיעס פֿון ייִדיש־לערערײַ, נעמלעך ייִדישער ליטעראַטור, לינגוויסטיק, ייִדישער געשיכטע. און דאָס אין די אָנגעזעענסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט און דורך די צענדליקער יאָרן, אָן אָפּשטעל זײַנען זיי באַגאַנגען סכּנות־נפֿשותדיקע טאַטן אַנטקעגן דער ייִדישער שפּראַך און די סטודענטן. די פּראָפֿעסאָרן מיט חזקה אויף זייערע שטעלעס, אויף וועלכע ס׳איז געפֿאַלן דער חובֿ צו דערציִען דורות ייִדיש־קענער, ליטעראַטור־קריטיקער, געשיכטע־פֿאָרשער. האָט מען אָבער אין דער אמתן דערצויגן עם־הארצים. וואָס גרעסער דער עם־האָרץ אַלץ אַ גרעסערע געלעגנהייט צו באַקומען אַ דאָקטאָראַט. דער עיקר, ווען מען איז אַ בחור און נישט קיין מיידל. אָבער ס׳איז פֿאַראַן דערין אַ גרעסערער פֿאַרברעכן. ווען דער פּראָפֿעסאָר גלייבט נישט אין דער פּראָפֿעסיע מיט וועלכער ער פֿאַרנעמט זיך, נאָר טוט עס צוליב פּרנסה, אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. ווער לײַדט? די ייִדישע שפּראַך און די אַשכּנזישע קולטור אונדזערע. איך בין, חס־ושלום, נישט אויסן צו צעשטערן און חרובֿ מאַכן אַ חשובֿה ייִדישע פּאָזיציע; און כאָטש ער האַלט זײַנע ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסן אויסשליסלעך אויף ענגליש, איז מסתּמא אַזוי אײַנגעפֿירט. דערין האַלט די גאַנצע וועלט; אַז ער איז דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כאָטש איך בין נישט באַקאַנט מיט זײַנע ווערק אויפֿן געביט פֿון ייִדיש, אויף ייִדיש, איז משה — זוך מיך און יוקל — געפֿינען מיך. ס׳הייסט, אַ ייִדיש ווערק זײַנס אונטער זײַן חתימה. אין צײַט פֿון מײַן סטודענטישער קאַריערע האָט מיך דער פֿויגל צוגערופֿן און מיט אַ פֿאַרשוויצטער נאָז גענומען מיט מיר אײַנטענהן. אין "סיינט ליוקס"־טעאַטער אויף דער 46סטער גאַס, אין האַרץ פֿון מאַנהעטן, ווערט אויפֿגעפֿירט אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס האָט צו טאָן מיט דער אַמאָליקער, באַרימטער, קאָלירפֿולער, לעבעדיק־לוסטיקער קאָמיקערין, זינגערין, בורלעסק־ און וואָדעוויל־שוישפּילערין, וועלכע האָט זיך באַרימט געמאַכט אין די פֿריִע צוואַנציקער יאָרן פֿון לעצטן יאָרהונדערט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי האָט נישט געהייסן פֿעני, נאָר פֿאַניאַ, און נישט ברײַס, נאָר באָראַק. ווי פֿעני, דערציילט זי, אַז זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, אַ געלונגענע מאַמע און אַ קאַרטיאָזשניק אַ טאַטן. נישט נאָר דאָס. ער האָט ליב געהאַט ס׳פֿלעשל און אײַנשטעלן אויף די פֿערדלעך, אַזוי אַז אין שטוב האָט געהויזט צוזאַמען מיט זיי — דער דלות. פֿעני. ווי איך געדענק זי פֿון די אַלטע פֿילמען, און איך מיין נישט באַרבאַראַ סטרײַסאַנד, וועלכע האָט אויסגעשפּילט פֿעניס לעבנס־געשיכטע אינעם פֿילם "פֿאַני גוירל," נאָר די אמתע, די סאַמאָראָדנע פֿעני, וועלכע האָט געשפּראָצט מיט לעבן, געזען די וועלט שטייענדיק אויפֿן קאָפּ, זיך אַרײַנגעפּאַסט אין יעדער סיטואַציע, און צוגעאייגנט זיך דרײַ נישט קיין געפּאַסטע שידוכים. איז דער ערשטער מאַן אירער געווען אַ נישט־טויגעניכטס; איז זי פּטור געוואָרן פֿון אים אין אַ פּאָר טעג נאָך דער חתונה. דער צווייטער, ווידער, איז געווען ניקי אָרנשטיין; אַ בלאַטער, אַן אונטערוועלט־מענטש, אַ "געמבלער," אַ גנבֿ און געמאַכט אַ לעבן פֿון שאַנטאַזש. און דערצו, איז ער געווען אַ באַווײַבטער. אָבער נאָך זיבן יאָר האָט ער אָפּגעגט דאָס ווײַב און חתונה געהאַט מיט פֿענין. ניקי איז געווען גאָר אַ שיינער, אַ פֿאַצעט. יעדעס נעגעלע זײַנס איז געווען ווי געשניצט און געשליפֿן, די אַנצוגער וואָס ער האָט געטראָגן זײַנען געווען באַשטעלטע פֿון איטאַליע. די בינדעס פֿון פּאַריז און דאָס געמבלען איז צוגעגאַנגען אין פּאַריז און מאָנאַקאָ. פֿאַר די אַלע וואָס הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט די פּאָסנע זופּ, וועל איך עס אײַך פּרובירן מסביר צו זײַן. נעמט זיך אין זינען אַזאַ בילד: די מאַמע שטעלט צו אַ זופּקעלע. זי גיט אַ קוק — ס׳פֿעלט איר אויס פֿלייש, ס׳פֿעלן איר אויס הינער־פֿיסעלעך, און ס׳רעשט קלאַפּער־געצײַג אויף צו קאָכן אַ זופּקעלע. ברעכט זי זיך דעם קאָפּ, ביז עס פֿאַלט איר אײַן, מ׳וועט שוין מוזן מאַכן אַ פּאָסנע זופּ. אַמאָל האָבן ייִדן נישט געקענט זיך פֿאַרגינען קיין קעלבערנע ביינער, מאַרך־ביינער, אָדער הינערשע פּיפּקעלעך, האָט מען אָבער פֿאָרט געלעכצט נאָך אַ זופּקעלע, האָט מען געמאַכט אַ ציבעלע־רײַשטל מיט אַ מערעלע, אַ קאַרטאָפֿעלע און אַ לעפֿעלע, פּוטער, אויב מ׳האָט אַזוינס פֿאַרמאָגט. הייסט עס, פֿאַרשטייט איר שוין וואָס פֿאַר אַ טעם די זופּ האָט געהאַט. פֿאַר אָרעמע־לײַט, טעם־גן־עדן, זייערע קינדער האָבן זיך סײַ ווי באַלעקט. האָט מען גערופֿן אַזאַ זופּקעלע אַ פּאָסנע זופּ. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? ווען ייִדן זײַנען געווען גאָלע און נישט געהאַט קיין גראָשן בײַ דער נשמה. הײַנט, אַז מיר האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אין דעם רײַכן אַמעריקע, און לײַדן שוין נישט מער פֿון קיין דחקות און נויט; לײַדט מען אָבער יאָ פֿון אַ פּאָסנער ייִדישקייט, אויב מ׳ווענדט אָן דעם געדאַנק פֿון דער פּאָסנער זופּ צום הײַנטיקן דור יונגוואַרג וואָס באָדט זיך אין שוווילטאָג. זייערע עלטערן פּרעגלען זיך אויף דער זון אין די באַהאַמאַס, זייערע באָבעס און זיידעס שפּילן גאָלף, מאַזשאַנג און טעניס. זיי זײַנען אײַנגייער, אין די קאַסינאָס אין אַטלאַנטיק־סיטי און לאַס־וועגאַס, און אין די "ספּאַס." אַוווּ אַן אוטשעכעלע, האָט מען זיך אַזויערנאָך דאָראָבעט צו דורות פֿון פּאָסנע ייִדעלעך. צו זײַן אַ ייִד איז אַ שווער שטיקל פּרשה. מיר זײַנען פֿאַרזאָרגט מיט דער הייליקער תּורה, גמרא, כּלערליי הלכות וואָס דיקטירן אונדז ווי זיך צו פֿירן פֿון פֿרי ביז שפּעט; וואָס נישט צונויפֿמישן בעת דער אַכילה, מילכיקס און פֿליישיקס באַזונדער; קושן די מזוזה, מאַכן הקפֿות און גיין צו תּשליך, פֿירן די ייִנגעלעך אין חדר און דאַווענען דרײַ מאָל אַ טאָג, אויפֿשטיין צו חצות און באַוויינען דעם חורבן בית־המיקדש; נטילת־ידים, גיין אָנגעטאָן צניעותדיק און טראָגן באָרד און פּאות, מיט אַ קאַפּעלע און אַ שטרײַמל; עסן לאַטקעס און פּאָנטשקעס — חנוכּה, המן־טאַשן — פּורים, מצה — פּסח, און לייענען די הגדה; מילכיקס — שבֿועות, געפֿילטע פֿיש בײַם שבת־טיש, אַ קאַרפּנקאָפּ פֿאַרן טאַטן; קוויטלעך מיט פּדיון פֿאַרן רבין, זאָגן קדיש בײַ יזכּור, חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, ברית־מילה, צוגרייטן דעם בנוק צו בר־מיצווה, גיין אין מיקווה, צינדן שבת־ליכט, זינגען זמירות בײַם שבת־טיש, באַזאָרגן אָרעמע כּלות; געבן צדקה, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די חבֿרה־קדישא פֿאַר דער קבֿורה... איר ווילט נאָך? אוי, יאָ; שיִער נישט פֿאַרגעסן — צוגרייטן פֿאַר זיך ווײַסע תּכריכים פֿאַר דער אייביקייט. דאָס הייסט, פֿאַר דער רגע וואָס משיח צדקנו באַווײַזט זיך אויף דער ליכטיקער שײַן. איך בין זיכער, אַז איך לאָז אויס טויזנט און איין נאַכט פֿון די הלכות און טראַדיציעס, מינהגים, דינים און ריטואַלן. איז זײַט מיר מוחל. געווען אַ פֿאַל ווען אַ ייִד האָט זיך גענייט ווײַסע תּכריכים מיט כּשרן פֿאָדעם. געשען איז דאָס אין אַ קליין, פּיטשימאָנטשקעלע שטעטעלע ערגעץ וווּ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ ייִדן האָבן אָפּגעהיט אַלע מיצוות ווי ס׳געהערט צו זײַן. לאָמיך איבערטרײַבן אַ טשוטקעלע. די פֿאַרצײַטיקע ייִדן זײַנען אַלע געווען צדיקים, נבֿונים און גאָר אַ פֿרומע געהאָרכזאַמע עדה? מסתּמא טרײַב איך איבער. |