- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַנומלטן האָט מיך אַ באַקאַנטע פֿאַרבעטן אויף מיטאָג. זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איך עס בייגל באַשמירט מיט ווייכן קעז, געמישט מיט ציבעלעס. האָב איך באַשלאָסן נישט צו עסן קיין פֿרישטיק צוליב דעם מיטאָג. נאָך אַלעמען, דער בייגל מיטן ווייכן קעז און ציבעלע וועט מיך זעטיקן. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דער מיטאָגטיש איז געווען געפּאַקט מיט געסט, באַקאַנטע און פֿרײַנד. מיר האָבן זיך נישט געזען אַ שאָק מיט יאָרן, איז געווען וועגן וואָס צו רעדן. מיר האָבן זיך דערוווּסט ווער עס האָט חתונה געהאַט און ווער עס איז געוואָרן אַ מאַמע; ווער האָּט אָנגעוווירן אַ מאַמע און ווער ס׳האָט צוגעקריגן שטיפֿקינדער. לאַנגווײַליקע מענטשן זײַנען אַליין לאַנגווײַליק. איך בין פֿון די געבענטשטע, איך האָב נישט קיין צײַט צו לאַנגווײַליקן זיך. מסתּמא האָט עס צו טאָן מיט דער כּסדרדיקער אינוואַזיע פֿון אָן אַ שיעור טראַכט־קעמערלעך. האַלט איך אין איין טראַכטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מ’קאָן טראַכטן פֿון פֿאַרטרײַבן דעם טאָג מיט אַ גענעץ און פֿאַרקערט, מ’קאָן טראַכטן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, מ’קאָן טראַכטן פֿונעם גרעסטן פֿאַרטראַכטן פֿון תּוהו־ובֿוהו און פֿאַרגעסן ווי זיך אַן עצה צו געבן דערמיט. געווען אַ צײַט ווען אַ רבי האָט זיך צוגעאייגנט אַ מוכיח, און יענער האָט אים באַדאַרפֿט מוסר זאָגן; אַמאָל טאַדלען, אַמאָל אויסרעדן ווען דער רבי האָט פֿאַרגעסן זײַן דרך־הישר, און געהאַלטן, אַז ער האָט אָנגעכאַפּט גאָט בײַ דער באָרד. איז אפֿשר האָט דער פֿאַרטראַכטער אונדזערער וואָס ווײַלט אין זיבעטן הימל פֿאַרגעסן צו מאָל אָפּצושטעלן דעם בראשיתדיקן תּוהו־ובֿוהו, לעבן זײַן כּסא־הכּבֿוד, אַ מוכיח, וואָס זאָל אים וועקן און טאַדלען און דער עיקר באַזינען זיך. עס געדענקט זיך מיר, ווען מײַן טאַטע בא בימים, און איז אַרײַן אין דער קליאַטקע פֿון זיקנה, ווען ער איז געוואָרן טויב און איך בין געווען געצוווּנגען צו קאָמוניקירן מיט אים דורך שריפֿט אויף אַ ווײַסער טאַבעלע, פֿלעגט ער זיך קלאַפּן קאָפּ אין וואַנט און ליאַרעמען: די טעג איז צו מיר דערגאַנגען די ידיעה, אַז ישׂראל האָט מיט מזל אויסגעקליבן אַ שיינהייט־קעניגין פֿון צווישן די געראַטעוועטע פֿרויען פֿונעם חורבן. מיינט נישט אַז ס׳איז צוגעגאַנגען אַזוי פּשוט. עס האָבן זיך צוגעשטעלט צום קאָנטעסט אַ כאָפּטע אַלטע ווײַבער וואָס האָבן איבערגעלעבט דאָס גרעסטע אומגליק אין אונדזער געשיכטע. אויסגעפּוצט און אויסגעסטרויעט ווי יענטל צום גט, האָבן זיי פּאַראַדירט פֿאַר אַ כאָפּטע ריכטער. דאָ האָבן די שופֿטים און אָרגאַניזאַטאָרן זיי גענומען צום פֿאַרהער. יעדע איינע פֿון די קאָנטעסטאַנטקעס האָט געמוזט דערציילן די גרעסטע גרוילן פֿון אירע איבערלעבונגען. מיט יאָרן צוריק איז מיאַמי־ביטש געווען אַ שטיקל ייִדישע מדינה. איך געדענק אַפֿילו ווען אָנווײַזונגען צום ים זײַנען געווען געשריבן אויף ייִדיש. די שטאָט איז בדרך־כּלל געווען באַזעצט מיט ייִדן פֿון עלטערן דור; דער עיקר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. און כאָטש זיי האָבן דאָ אין אַמעריקע געוווינט לענגער ווי אין די שטעט און שטעטלעך פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען, דאָך איז די אַלטע היים געווען זיי אײַנגעבאַקן אין האַרצן. איך האָב דעמאָלט בײַ זיך געשוווירן, אַז מער וועל איך שוין נישט וואַנדערן. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל אין מײַן לעבן. ביז צו ביסלעך האָט מען זיך צוגעוווינט, און גענומען זיך אַרויסציִען פֿונעם שלאָפֿצימער און זיך פּאַמעלעך גענומען באַזעצן אין די איבעריקע צימערן. איך האָב פֿאַרנומען אַ שלאָפֿצימער פֿאַר זיך, און דער הויפּט־זאַמלפּונקט איז געווען אין קיך. דאָרט, אויפֿן טיש איז געשטאַנען די ראַדיאָ, און ווי נאָר מיר זײַנען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזוי האָט מען אַרויפֿגעדרייט די סטאַנציע WEVD און זיך גענומען צוהערן צו דער טראַנסמיסיע פֿון די לעצטע נײַעס. צו ביסלעך האָט מען געקויפֿט אַ ביסל מעבל, דער עיקר, אַ קוסעטקע, און גענומען זיך פּאָרען אַרום דעם סאַלאָן, מיט דער טעלעוויזיע. ווי נאָר עס איז אַריבער אַ יאָר, האָב איך פֿאַרגעסן מײַן שבֿועה צו זיך און אַוועק זומער־צײַט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, מיט דער באַן. דאָרט האָט געוווינט מײַן מאַמעס גאַנצע משפּחה. כ׳האָב זיך אַפֿילו נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון, אַז מער ריר איך זיך נישט פֿון אָרט. נאָך אַלעמען, רוסלאַנד, פּוילן, טשעכײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. מיר זײַנען געווען אויסגעמוטשעט. זינט דעמאָלט בין איך שוין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, צווישן זיי ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, טשעכײַ און איטאַליע, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע, די שווייץ און ישׂראל, מעקסיקע און ס׳רעשט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, עפּעס קען איך בשום־אופֿן נישט אײַנזיצן אויף אַן אָרט, ס׳ציט מיך צום לופֿטפֿעלד, צו נײַע האָריזאָנטן, נײַע פּאַנאָראַמעס, און אַ חוץ דעם, האָט אַ ייִד נישט קיין זיצפֿלייש, ס׳דאַכט זיך אים אַז אויף יענער זײַט ים קומט עפּעס פֿאָר וואָס מיר טאָרן נישט פֿאַרפֿעלן. בײַ אונדז אין ריווערדייל האָבן מיר אַ כּשרע "דעלי," וווּ מ׳קען אָנפֿילן די בײַכער מיט "קאָרן־ביף" און פּאַסטראַמי, קישקע, לאָקשן־קוגל, קניידלעך מיט יויך, קנישעס און וווּרשטלעך; און אַלץ אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון כּשר, נישט געקוקט דערויף וואָס זיי זײַנען אָפֿן אום שבת. אפֿשר בין איך נישט גוט אינפֿאָרמירט, נאָר כּשר דאַרף, דאַכט זיך, אַרומנעמען דעם דין פֿון האַלטן שבת און יום־טובֿ, כּשרות, מיט שײַטלען און מיקווה, מזוזות און נטילת־ידיים. מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון דינים, מינהגים און ריטואַלן. האָב איך זיך גענומען נאָכפֿרעגן וועגן דעם רעסטאָראַן אין ברוקלין וואָס רופֿט זיך "טריף." ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָרט סערווירט מען שינקע מיט חזיר־פֿיסלעך, ווײַבראַטן מיט שפּעק, און ווער ווייסט וואָס נאָך. איך פּערזענלעך בין דאָרט נישט געווען, און איך גרייט זיך אַהין אַרײַנצושמעקן, בלויז אַ קוק טאָן אויף זייער "מעניו." איך געדענק, אַז אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, האָבן זיך געפֿונען צוויי געשעפֿטן אין גאַס. צוליב וואָס זאָג איך עס? צוליב דעם וואָס אייניקע מענטשן פֿאַרמאָגן גוטע וויבראַציעס. ווען איר זײַט אין זייער אָנוועזנהייט, קענט איר אָטעמען פֿרײַער, צונויפֿזאַמלען די געדאַנקען, רעדן נישט אָנגעשטרענגט און זײַן צופֿרידן בײַם געזעגענען זיך. אונדזער אייגענער און מײַן באַליבטסטער ייִדישער פּאָעט, איציק מאַנגער, מיט זײַן קאָלירפֿולן כּוח־הדמיון וואָס איז געווען בכּוח אָפּצושילדערן יענע וועלט מיט אַלע פּיטשעווקעס, האָט ער דאָס געטאָן אין זײַן "בוך פֿון גן־עדן." די ייִדישע מאַמע אין אַמעריקע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעווראָטיש געשטאַלט, אַ סטערעאָטיפּ און אַ מיאוסע פֿיגור פֿון דער ייִדישער משפּחה. די קינדער קלאָגן זיך, אַז זי איז נישט מער ווי אַן עגאָיִסטקע, וואָס מען דאַרף זי האַסן, שפּעטן פֿון איר, און אין דעם גייט עס טאַקע אין דער פֿאָרשטעלונג "די לײַאָנס." די הויפּט־ראָליסטקע ריטאַ (לינדאַ לאַווין) איז נישט קיין אַנדערע ווי די באַרימטע טעלעוויזיע־ און פֿילם־אַקטריסע. זי שפּילט עס די אַכזריותדיקע מאַמע; און ווען די סצענע עפֿנט זיך, ליגט איר מאַן אין שפּיטאָל אויפֿן טויטנבעט, און האַלט בײַם שטאַרבן. די פֿרוי ווידער מיט די קינדער, קענען זיך שוין גאָרנישט דערוואַרטן אויף זײַן טויט. די מאַמע לאָזט נישט אָפּ דעם האַלבטויטן מאַן און שפּאַרט זיך מיט אים וועגן וואָס צו טאָן נאָך דעם ווי ער גייט אַ גאַנג. דער קראַנקער שעפּטשעט ניבול־פּה, וווּלגאַרע רייד קומען אַרויס פֿון זײַנע גסיסהדיקע ליפּן. די פֿרוי בלײַבט אים נישט שולדיק, און באַזינגט אים מיט די יום־טובֿדיקע קללות און מיאוסע רייד. דער עיקר זאָגט זי אים, אַז זי האָט אים קיין מאָל נישט ליב געהאַט. כ׳מיין, אַז איך האָב אײַך אַרײַנגעפֿירט אינעם מאָמענט פֿון גלייבן אין אַ "בעסערער וועלט." דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן 91־יאָריקער באָבע (מערי לויִס־ווילסאָן) וועלכע איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ צײַט ווען מען האָט זי געוויקלט אין "די רויטע ווינדעלעך," און איר אויסגעלינקט 21־יאָריקע אייניקל לעאָ (גייבריעל עבערט) פֿאַלט נישט ווײַט פֿון ביימעלע. נעמט זיך אין זינען. די זקנה וווינט אין אַ דירה אין גרעניטש־ווילעדזש, אַן אָרט וווּ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך באַזעצט די סמעטענע פֿון לינק־געשטימטע באַרימטע אַרטיסטן, מאָלער און קינסטלער. זייער אידעאַל איז געווען צו קעמפֿן פֿאַר מענטשן־רעכט, אַרבעטער־רעכט, פֿרויען־רעכט און ראַסן־רעכט. זיי האָבן טאַקע בײַגעשטײַערט, מאַרשירט, פּראָטעסטירט און אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר זייער אידעאַל. רעדט זיך דאָ וועגן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "אַ באַשיידענער פֿאָרשלאָג." געשריבן האָט די פּיעסע דער ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג קען קייסאַר, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין רמת־גן און צו זײַנע צוויי יאָר האָט זיך זײַן משפּחה איבערגעפּעקלט קיין אינדיאַנאַפּאָליס. מיט דער צײַט האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און האָט זיך גענומען צו דער מלאָכה פֿון שריפֿטשטעלערײַ. ערשטנס, האָט ער זיך מיט דער דראַמע אַרײַנגעלאָזט אין דער טעמע אַנטיסעמיטיזם, ייִדישער מאַסנמאָרד, און בכלל — וועגן ייִדנהאַס דורך די דורות. די שלאָג־ווערטער: "ייִדן זײַנען גײַציק אויף געלט," "רײַך," "קאַרג," "פֿאַרנעמען די בעסטע שטעלעס," דער עיקר אין דער פֿילם־אינדוסטריע. שוין אָפּגערעדט פֿון "יעזוס־מערדער." דאָס טעאַטערל זעלבסט פֿאַרמאָגט נישט מער ווי אַ 75 זיצפּלעצער, און נישט מער ווי אַ צוויי טוץ מענטשן האָבן באַזעצט די שטולן. איך האָב פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן "מוטערס־טאָג". זײַנען אַלע מאַמעס געווען רעקרוטירט צו עסן אין די רעסטאָראַנען, באַהאָנגען מיט בלומען־קראַנצן, אײַנגעטונקען אין די שאָקאָלאַדנע באָנבאָניערעס, אָדער גאָר געזעסן אין די היימען און געוואַרט אויף אַ טעלעפֿאָן־קלונג, געלאַשטשעט זיך אויף אַ גוטער ווינטשעוואַניע. און אַ דאַנק דעם וווּנדערלעכן שוישפּילער, פֿאַרווײַלער און זינגער מײַק בורשטיין האָבן זיך מיט אַ מאָל געעפֿנט די טירן פֿון "Hebrew Actors Union" (ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן), וואָס זייער טיר איז געשטאַנען געשלאָסן צענדליקער מיט צענדליקער יאָרן נאָך אַנאַנד. האָט מען באַוויליקט צו עפֿענען דעם אייבערשטן צימער און פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ טעאַטערל מיט אַ 50 זיצפּלעצער, אַ פּראָוויזאָריש בינעלע, אַן עקראַן מיט איבערגעזעצטע סובטיטלען, ווײַל די פֿאָרשטעלונג וועגן וועלכער איך וועל זיך הײַנט אָפּגעבן מיט איר, איז אין גאַנצן אויף ייִדיש; אַ ליטעראַרישן ייִדיש, מיט אַקטיאָרן בײַ וועמען דאָס ייִדישע וואָרט דזשאַמדזשעט זיך נישט אין מויל, נאָר קומט אַרויס ריין און פֿאַרשטענדלעך. ווידער אַ מאָל... געלויבט צו גאָט. בין איך אַוועק זען "משיח אין אַמעריקע," געשריבן פֿון משה נאַדירן; און ווער עס ווייסט נישט, איז משה נאַדיר אַמאָל געווען אַ ריזיקער הומאָריסט, אָנגעשריבן אַ פּאָר צענדליק ביכער פֿון הומאָר, סאַטירע, מיניאַטור־עסייען, פּאָעזיע און טעאַטערשטיק. און ווען דער פֿאָרהאַנג האָט זיך געדאַרפֿט עפֿענען, און קיין פֿאָרהאַנג איז נישט געווען בנימצא, האָבן זיך באַוויזן צוויי באַקאַנטע אַקטיאָרן, יעלענאַ שמואלסאָן און רפֿאל גאָלדוואַסער. ער קומט צו אונדז פֿון פֿראַנקרײַך, וווּ ער פֿירט אָן אין שטראַסבורג מיטן "לופֿט"־טעאַטער. |