פּובליציסטיק

די טעג איז צו מיר דערגאַנגען די ידיעה, אַז ישׂראל האָט מיט מזל אויסגעקליבן אַ שיינהייט־קעניגין פֿון צווישן די געראַטעוועטע פֿרויען פֿונעם חורבן. מיינט נישט אַז ס׳איז צוגעגאַנגען אַזוי פּשוט. עס האָבן זיך צוגעשטעלט צום קאָנטעסט אַ כאָפּטע אַלטע ווײַבער וואָס האָבן איבערגעלעבט דאָס גרעסטע אומגליק אין אונדזער געשיכטע. אויסגעפּוצט און אויסגעסטרויעט ווי יענטל צום גט, האָבן זיי פּאַראַדירט פֿאַר אַ כאָפּטע ריכטער. דאָ האָבן די שופֿטים און אָרגאַניזאַטאָרן זיי גענומען צום פֿאַרהער. יעדע איינע פֿון די קאָנטעסטאַנטקעס האָט געמוזט דערציילן די גרעסטע גרוילן פֿון אירע איבערלעבונגען.
האָט זיך צוגעשטעלט אַ דאַמע מיט געפֿאַרבטע, בלאָנדע, אַנדאָלירטע לאָקן, מאַניקורירטע נעגל און פּעדיקורירטע פֿיסלעך. אַלע עלטערע פֿרויען האָבן געבלישטשעט פֿונעם פּודער, שמינקעווען זיך, און פּערפֿום. די ערשטע פּלוניתטע האָט זיך צוגעשטעלט צום מיקראָפֿאָן און אירע רייד האָבן גענומען פֿליסן פֿון איר מויל ווי קאַטשקעלעך אויפֿן וואַסער. זי האָט דאָס געדאַרפֿט איבערצײַגן די ריכטער, אַז איר איבערלעבונג איז געווען די שוידערלעכסטע פֿון זיי אַלע. האָבן אַלע אָנגעשטעלט נאָז און אויערן און גענומען מישפּטן דאָס וואָס זי האָט געהאַט צו זאָגן.
"ווען מענגעלע האָט מיר אָנגעוויזן צו גיין אויף רעכטס, האָט עס געמיינט אַז איך וועל זײַן צווישן די לעבעדיקע. מײַנע עלטערן, ברידער און שוועסטער זײַנען אַלע געגאַנגען אויף לינקס. בין איך געשטאַנען אין דער ריי מיט אַנדערע פֿרויען און איינע האָט מיר אַ שטורכע געטאָן און געזאָגט: ‘מיידעלע! קוק אַרויף צום קוימען. דאָרט טראָגט אַוועק דער רויך דאָס פֿאַרברענטע געביין פֿון דײַנע טאַטע־מאַמע, ברידערלעך און שוועסטערלעך."
די ריכטער האָבן אָנגעקוואָלן.
"אָט דאָס הייסט אַ טראַגישער מאָמענט!"
די צווייטע בעלנטע אויסגעקליבן צו ווערן ווי די שענסטע חורבן־מלכּה, האָט זיך קודם גוט אויסגעהוסט און דערבײַ שיִער נישט פֿאַרלוירן איר פּאַראַסאָלקע, און גענומען דערציילן:
"איך קום פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער היים אין קרוקע, האָט דער טאַטע געצאָלט אַ פּוילישן גוי ער זאָל מיך אויסבאַהאַלטן אין זײַן חזיר־שטאַל אונטער וועלכן ס׳האָט זיך געפֿונען זײַן קעלער. אַזויענאָך בין איך אַרויס מיט גאַנצע ביינער."
די ריכטער האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט יעדער שוידער־געשיכטע און געמוזט אויסקלײַבן פֿון צווישן די געלונגסטע זכרונות פֿונעם חורבן. איך וועל זיך בלויז אָפּשטעלן אויף נאָך איינע, ווײַל פֿונעם טוץ דובלירער איז מיר נישט געבליבן קיין אָטעמצוג אַלע אויסצוהערן. דערציילט די דריטע סוחרטע. זי האָט געהייסן פֿראַניע זילבערשלאַק־קוזניעץ. אָבער דאָ, אין ישׂראל, האָט זי זיך געביטן דעם נאָמען אויף פֿעליסיטאַ קבץ. זי כאַפּט דרייסט דעם מיקראָפֿאָן און לאָזט זיך וווילגיין:
"איך ווידער בין געווען אַ צווילינג, האָט מען אויף מיר און מײַן שוועסטערל געמאַכט עקספּערימענטן. דערפֿון בין איך געבליבן קינדערלאָז; אָבער איך האָב ליב קינדער. איך האָב ליב טאַנגאָ און איך האָב ליב צו שפּילן אין קאָרטן."
די ריכטער האָבן געהאַט אַ שווער שטיקל אַרבעט ווען ס׳איז געקומען צום אויסקלײַבן אַ שיינהייט־קעניגין, ווײַל די געווינערין האָט זיך געדאַרפֿט אויסצייכענען אין אַן עפּיזאָד פֿון דעם וואָס זי איז אַדורכגעגאַנגען אין צײַט פֿונעם חורבן. זי האָט געדאַרפֿט קענען זינגען, טאַנצן און פּאַראַדירן אין אַ באָד־קאָסטיום.
פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַנע עפּיזאָדן זײַנען געקומען צו מיר ווען מײַן שטוינונג און עקל איז דערגאַנגען צום הימל עפֿן זיך בעת איך האָב געשטורעמט, צו וואָס זײַנען דערגאַנגען די ישׂראלדיקע אונטערנעמער? זעט אויס, זיי האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין דער אַמעריקאַנער מאַכערײַקע. דאָ, אַז מ׳גייט צו אַ לוויה, באַוויינט מען נישט דעם מת, נאָר "מען פֿײַערט זײַן לעבן."
און אַזוי ווי ישׂראל דופּליקירט אַמעריקע מיט אַלע אירע נאַרישעוואַטע, גראָטעסקע שטיק, מיט אירע ווילדע אײַנפֿאַלן, ביז עס דערגייט ממש צו דעקאַדענץ און ס׳ווערט מאַקאַבריש, אויסגעליידיקט פֿון מענטשלעכן מאָמענט, פֿון עטיק און מאָראַל, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי, אַבי צו פֿאַרדינען אַ לירה. מיט זייער זשעדנעקייט זײַנען די ישׂראלדיקע סוחרים גרייט צו פֿאַרשוועכן דעם אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן; אַפֿילו אָנוועדן דעם צלם־אלוקים.
דעם חורבן־פֿעסטיוואַל האָט אָרגאַניזירט שמעון סאַבאַג, דירעקטאָר פֿון "יד־עזר לחבֿר," אַן אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט געראַטעוועטע פֿון חורבן, און אַז ס׳איז אַרויס אַ ויצעקו מיט פּראָטעסטן, האָט ער זיך פֿאַרטיידיקט דערמיט וואָס די געווינער האָט מען אויסגעקליבן צוליב זייערע פּערזענלעכע איבערלעבענישן, זייערע שוידער־געשיכטעס, זייער רעטונג און דער עיקר צוריקקומען צום לעבן. ער האָט זיך אויך קאָנצענטרירט אויף זייער שיינקייט, און אָט וואָס ער האָט געהאַט צו זאָגן וועגן דעם:
"די גרופּע פֿרויען פֿילן זיך גוט צוזאַמען. זיי פֿאַרברענגען און לאַכן בעת זיי מאַכן פּראָבעס. דער פֿאַקט, וואָס אַזוי פֿיל פֿון זיי זײַנען געווען וויליק אָנטייל צו נעמען האָט באַוויזן, אַז ס׳איז אַ גוטע זאַך". בקרובֿ דרײַ הונדערט פֿרויען פֿון גאַנץ ישׂראל האָבן זיך צוגעשטעלט צום קאָנטעסט, אויסגעקליבן האָט מען בלויז פֿערצן פֿון זיי.
"דער חורבן־פֿעסטיוואַל" אונטער דער לאָזונג "קולטור־נאַכט," האָט סערווירט אַ גרויסאַרטיקע מאָלצײַט מיט מוזיק אין אַ באַלאָווען זאַל אין חיפֿה. אַרום זעקס הונדערט געסט האָבן פֿאַרטרעטן די "קולטור־נאַכט," אַרײַנגערעכנט כּנסת־דעפּוטאַטן משה כּחלון און יוסי פּלד, אַליין אַ געראַטעוועטער.
"די פֿרויען אין עלטער פֿון 74 ביז 97, האָבן אויסערגעוויינטלעך גוט פֿאַרבראַכט. זיי האָבן אַלע געטראָגן שוואַרצע קליידער, אוירינגלעך און אַ שנירל קרעלן. די פֿיר ריכטער זײַנען באַשטאַנען פֿון דרײַ געוועזענע שיינהייט־קעניגין און אַ פּסיכיאַטער פֿון געריאַטריקס (עלטערע מענטשן). ער ספּעציאַליזירט זיך אין באַהאַנדלען די געראַטעוועטע פֿון חורבן. אַ קאָסמעטישע פֿירמע איז ספּעציעל אָנגעשטעלט געוואָרן צו העלפֿן די פֿרויען באַשיינען די שׂימחה."
געווען מענטשן אין ישׂראל וואָס האָבן פּראָטעסטירט. זיי האָבן קריטיקירט די קאָסמעטיק־פֿירמע אין פּרובירן זייער וואַרע. לילי האַבער, אַ טאָכטער פֿון געראַטעוועטע פֿון חורבן און שטייט אין שפּיץ פֿון אַ ישׂראלדיקער אָרגאַניזאַציע וואָס העלפֿט אַרויס געראַטעוועטע פֿון פּוילן, האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט מיט די ווערטער:
"לויט מײַן מיינונג איז די גאַנצע זאַך שוידערלעך. ווי קען אַ מענטשלעך טראַכטנדיקער מענטש אָנטייל נעמען אין אַזאַ מאַסקאַראַד."
אין ישׂראל לעבן הײַנט צו טאָג בערך צוויי הונדערט טויזנט געראַטעוועטע פֿון חורבן ייִדן. פֿאַר זיי איז גענוג וואָס מען ווידמעט איין טאָג לזכר פֿונעם חורבן. דעם טאָג שטייען פֿאַרמאַכט אַלע קראָמען, רעסטאָראַנען, קינאָס און דאָס גאַנצע לאַנד קומט צו אַ שטילשטאַנד בשעת די סירענעס זאָגן אָן אויף הילכערס, אַז ס׳איז אַ טאָג פֿון אָנדענק נאָך די קדושים איבערן גאַנצן לאַנד.
איצט שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע מענטשן, ווען יאַפּאַן קלײַבט אויס אַ שיינהייסט־מלכּה פֿון צווישן די לעבן־געבליבענע פֿון היראָשימאַ און נאַגאַסאַקי. איך רעד שוין נישט וועגן רוואַנדאַ און סודאַן. און אַז מ׳האַלט שוין בײַם אַבסורד, פֿאַרוואָס נישט דער שענסטער מאַנספּאַרשוין וואָס האָט זיך געראַטעוועט פֿון אוישוויץ, טרעבלינקע און סאָביבאָר. ממש אַ גראָטעסקער קאַרנאַוואַל, וואָס דערמאָנט מיך אין פֿעליניס פֿילט "אַכט און אַ האַלב." דערצו, מײַנע ליבע פֿרײַנד, האָבן זיך דערטראַכט אונדזערע ייִדן אין ישׂראל. עס גייט דאָך נישט אין שוווילטאָג, עס גייט אין דער פֿראַגע: וווּ איז אַהינגעקומען אַתּה בחרתּנו ייִדיש־פֿאָלק? אַ שיינדל פֿאַר דער וועלט. וווּ איז אַהינגעקומען זייער חכמה און ערנסטקייט? מיר זײַנען טאַקע געבליבן פֿאַריתומט. דאַרף אונדז פֿאַראייניקן אַהבֿת־ישׂראל און נישט זשעדנעקייט נאָכן גראָשן. וווּ זײַנען אַהינגעקומען די געשליפֿענע קעפּלעך פֿון אונדזער פֿאָלק? ניעוּזשעלי געפֿינען זיי זיך אַלע אין חוץ־לאָרץ, ווײַל דאָ וואָלט מען געלייגט אין חרם אַזאַ איינעם וואָס דערטראַכט זיך צו אַזאַ פּאַשקוויל. זעט אויס, אַז ייִדן גייען אַראָפּ פֿון זינען און דווקא נישט קיין געראַטעוועטע פֿון חורבן חלילה, נאָר יענע וואָס גאָט האָט פֿון זיי אָפּגענומען דעם שׂכל.
צום סוף וויל איך צוגעבן, אַז אונדזער מדינה איז הײַנט צו טאָג נישט מער ווי אַ לאַבאָראַטאָריע, אַן אינקובאַטאָר פֿון דעם וואָס וועט נאָך אַרויסוואַקסן דערפֿון, ווי ס׳האָט אַמאָל געשריבן מרדכי צאַנין אין זײַן ייִדישער צײַטונג אין ישׂראל. ער האָט פֿאַרגליכן מדינת־ישׂראל צו אַ גאָלדענער פּאַווע. ווען מען זעט איר פֿילקאָרלירטע פֿעדערן, קען מען זיך נישט אָפּוווּנדערן פֿון איר שיינקייט. נאָר ווען מ׳דערזעט אירע הינערשע פֿיסלעך, ווערט פּריקרע אויף דער נשמה.