- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב נישט אַנטדעקט אַמעריקע לגבי האַרטנעקיקע מענטשן וואָס זײַנען פֿאַרקנעכט צו זייערע איבערצײַגונגען. אַ סך מאָל פֿאַרוואַנדלען זיי זיך אין אומטאָלעראַנטע דעמאַגאָגן, עקסטרעמיסטן, און בעלי־כּוח. די וועלט פֿאַרמאָגט אַ שלל פֿון דעם מין, און מיר ייִדן אויך. אָט וועל איך אָנכאַפּן אַזאַ געניאַלן הומאָריסט און שרײַבער ווי משה נאַדיר (יצחק רײַז). ער איז געווען פֿאַרבלענדט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; וואָס הייסט פֿאַרבלענדט!? געשריבן ביכער און לידער, עסייען און אַרטיקלען מיט לויב־געזאַנגען פֿאַרן רויטן גן־עדן. דאָס האָט ער געטאָן אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. ממש ס׳האָבן זיך אויף אונדז ייִדן אַראָפּגעלאָזט משיחס צײַטן, כאָטש נעם און פּאַק אײַן דאָס פּעקל מיט זעקל און קוליע זיך אַריבער צו די ווײַסע בערן. די פּען האָט ער געקענט האַלטן אין האַנט, האָט ער זי באַנוצט ווי אַ שווערד, אָפּצוהאַקן קעפּ פֿון יענע וואָס גלייבן אים נישט. ער האָט געשטורעמט אויף דער ליטעראַרישער קאָנקורענציע, זיי אָנגערופֿן מיט יום־טובֿדיקע נעמען און געשאָלטן מיט דער בלאָטע צו גלײַך. איז געקומען אַ צײַט, און ער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן געמאַכט אַ רײַזע אַהין, וווּ די זון לײַכט אַ גאַנצן מעת־לעת, וווּ מ׳באָדט זיך אין פּאָמעראַנצן־זאַפֿט, וווּ די צונג ליגט נישט, כּלומרשט, אין קימפּעט און מ׳מעג זי לאָזן לויפֿן וווּהין דאָס האַרץ גלוסט. געזען האָט ער פּלוצעם דאָס פֿאַרקערטע: אַ גיהנום, הונגער, נויט, אַרעסטן, אומשולדיקע קרבנות, פֿאַרניכטונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע און שולן, טעאַטער און קונסט. אײַ! האָט ער זיך געקראַצט אין דער פּאה און באַשלאָסן, אַז רויט איז טויט. כאַפּנדיק די לופֿט אין קאָלומביע, בעת אין דרויסן האָט געבושעוועט דער ווינטער, דערזע איך פּלוצעם אַ חבֿרה־מאַנטע אָנגעטאָן אַזוי: אַ וואָלענעם טשיפּעק אויפֿן קאָפּ, אַ שווערן ווינטער־מאַנטל מיט אַ באַשלאָק (hood), אַ פּאָר שטיוול אויסגעבעט מיט פֿעל און פֿון אונטן אַ דורכזיכטיק זשאָרזשעטן (satin)־קליידל. מיט אַ מאָל איז פֿאַר מיר אויפֿגעשוווּמען די מעשׂה מיטן זשאָרזשעטן־קליידל. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע אין רוסלאַנד, אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מיר האָבן געוווינט אין צײַט פֿון דער מלחמה. עס האָבן זיך גענומען באַווײַזן בײַ אונדז אין שטאָט ביעזשענצעס (refugees), אַנטלאָפֿענע פֿון פּוילן, אַנטלאָפֿענע פֿון היטלערן, געשפּירט דעם טויט אונטער זייערע טריט און געציטערט פֿאַרן לעבן. מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין אַ "זאַוואָד־סנאַבזשעניע" (באַזאָרגונג). אַ פֿאַבריק וואָס האָט באַזאָרגט מיליטער אויפֿן פֿראָנט מיט שינעלן און שטיוול, צווישן אַ באַרג אַנדערע זאַכן. איך בין דעמאָלט געווען אַ קינד, אָבער דער טאַטע האָט נישט אויפֿגעהערט רעדן דערפֿון. האָט זיך אַמאָל געטראָפֿן אַז בײַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט איין אָוונט, האָט ער באַמערקט אַ יונגן־מאַן וואָס איז געלעגן לעבן דעם פּלויט פֿון דער פֿאַבריק און זיך באַגאָסן מיט ביטערע טרערן. דער טאַטע האָט זיך אָפּגעשטעלט און גענומען צו אים רעדן אויף רוסיש. אָבער יענער האָט נישט פֿאַרשטאַנען קיין וואָרט. ער האָט גערעדט ייִדיש. דערהערט אַזאַ מעשׂה האָט מײַן טאַטע אָנגעהויבן אויספֿרעגן אים אין וואָס דאָ גייט און ווי קומט אַ ייִדישער יונגער־מאַן צו אַזאַ מצבֿ. יענער האָט צווישן די טרערן אים דערציילט, אַז ער הייסט נפֿתּלי ראָטנבערג און אַז ער קומט פֿון לאָדזש. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אים האָט זײַן עלטערע שוועסטער אײַנגעפּאַקט אַ וואַליזקע אין דער היים און אים אַריבערגעפֿירט די גרענעץ קיין רוסלאַנד. זי האָט אים אָנגעזאָגט, אַז זי לויפֿט צוריק קיין לאָדזש אַריבערפֿירן איר ייִנגערע שוועסטער צעליען, און באַלד וועלן זיך אַלע טרעפֿן בשלום. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז די שוועסטער האָט שוין נישט באַוויזן צוריקצוקומען און ער איז געבליבן מיט דער וואַליזקע, און די וואַליזקע האָט מען בײַ אים צוגעגנבֿעט. איז ער דאָ אין גאַנצן פֿאַרלוירן, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן. וואָלט מען זיך געקענט פֿאָרשטעלן, אַז דאָס אָרעמסטע שטעטל אין אַמעריקע לײַדט פֿון הונגער, דחקות און נויט; קען מען זיך פֿאָרשטעלן ווי קינדער וואָס לויפֿן אַרום נאַקעט און באָרוועס, פֿון בעטלען, פֿון שנאָרען, פֿון געהאַקטע וווּנדן. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען, אַז דאָס שטעטעלע געפֿינט זיך ערגעץ אין די ווײַטע אַפּאַליישיען־בערג, ערגעץ אין העק וועלט, אָדער אין טעקסאַס, אין אַ שטעטל וואָס גרענעצט זיך מיט מעקסיקע, און אפֿשר אויף אַן אינדיאַנער רעזערוואַציע, פֿול מיט יתומים און קראַנקע און היימלאָזע מענטשן וואָס זוכן צו דערנערן זיך פֿון די מיסט־קעסטלעך. אָבער דאָ רעדט זיך גאָר פֿון אַ ייִדיש שטעטל, וווּ יעדעס הויז איז ווערט אַ מאַיאָנטעק, וווּ מען פֿירט טײַערע געשעפֿטן און אויטאָס, וווּ מען קינדלט אויף וואָס די וועלט שטייט, און די קינדער זעען אויס גוט געפֿלעגט, גוט אָנגעטאָן און גוט אויסגעהיט פֿון אַ פֿרעמד אויג. אַ שטעטעלע וואָס רעדט לויטער ייִדיש; אַגבֿ, אַ צעבראָכענעם ייִדיש; וווּ אַ שיל צום דאַווענען נעמט אַרײַן צען טויזנט מתפּללים, וווּ די געשעפֿטן זײַנען געפּאַקט מיט אַל־דאָס־גוטס, און יעדער אַדורכגייער רעדט אויף אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדעלע. מ׳מאַכט געשעפֿטן אויף וואָס די וועלט שטייט. מ׳האַנדלט, מ׳וואַנדלט און מ׳שטעקט אַרויס אַ פֿײַג ווען עס קומט צו די געלטער וואָס מ׳באַקומט פֿון דער פֿעדעראַלער און שטאַטישער רעגירונג פֿאַר זייער דחקות. דאָס שטעטעלע הייסט קרית־יואל, אויפֿן נאָמען פֿון זייער גאָטזעליקן, פֿאַרשטאָרבענעם רבין יואל טענענבוים ז״ל, וואָס ס׳האָט זיך ערשט גערודערט מיט אַ געוויסער צײַט צוריק מיט זײַנע זינדעלעך וואָס האָבן זיך געהאַקט איבער דעם טאַטנס ירושה; אויף אַזוי פֿיל, אַז מען איז נישט געגאַנגען אין בית־דין־שטוב, נאָר אָנגעקומען צום שטאָטישן געריכט. האָט מען זיך געשפּאָלטן און פֿאַרטיילט זיך מיט די יוצרות. איינער פֿון זיי זיצט אין קרית־יואל און דער צווייטער — אין וויליאַמסבורג; און לאָמיר האָפֿן, אַז דער סיכסוך צווישן די צוויי ברידער איז געקומען צום שלוס. האָב איך אײַך אַמאָל דערציילט וועגן מײַן חבֿרטע פֿייגעלע? מסתּמא ניין, ווײַל ביז אַהער האָב איך נישט געקענט אָנרירן די טעמע. זי איז צו גראַפֿיש. איך האָב זיך באַקענט מיט פֿייגעלען ווען מיר זײַנען נאָך געווען קינדער אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אַלט זײַנען מיר געווען דעמאָלט אַ יאָר נײַן אָדער צען. זי איז געווען אַ חנעוודיק מיידעלע. אַ בלאָנדע, אַ שמייכלענדיקע, אַ שפּילעוודיקע, אַ שעמעוודיקע ביז גאָר, און ליב געהאַט צו שטיפֿן. פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון מיר. זומערס פֿלעגן מיר אַרויסנעמען קליינע קאָלדערקעלעך און אַרומלויפֿן מיט זיי איבערן לאַגער; די ייִנגלעך נאָך אונדז, און די פֿרייד מיטן געלעכטער האָט געקענט פֿאַרגלאָשען די אַרבע־פּינות־העולם. מיר פֿלעגן אַרויפֿקלעטערן אויף אַ הויכן בוים און פֿייגעלע פֿלעגט זיך רייצן מיט דער חבֿרה ייִנגלעך. זיי האָבן אַרומגעקרײַזט אַרום דעם בוים, געמאַכט הקפֿות, אַרויפֿגעשריגן, אַז אויב זיי וועלן אונדז זאַטאַשטשען וועלן זיי אונדז אָנברעכן די ביינער, אַזוי אַז מיר וועלן זיי געדענקען אויף אייביק. ווען דער קוכער האָט הילכיק צוזאַמענגעקלאַפּט צוויי פּאַטעלניעס און אָנגעזאָגט דעם לאַגער אַז ס׳איז מיטאָג צײַט און מ׳קען שוין קומען נאָך ברויט און קאַווע, זײַנען זיי אַנטלאָפֿן און מיר זײַנען נאָך לאַנג געזעסן און הנאה געהאַט פֿון דער אוטשעכע (פֿרייד). פֿייגעלע איז מיט דער צײַט אָפּגעפֿאָרן קיין אַמעריקע מיט איר מאַמען, צוויי פֿעטערס, אַ מומע און איר מאַן, און מער האָב איך נישט געהערט פֿון איר. קומענדיק קיין אַמעריקע בין איך שוין געווען דרײַצן און פּלוצעם זי באַגעגנט אין גאַס לעבן דעם אָמאָליקן "האַיאַס", אויף לאַפֿאַיעט־גאַס, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג דער שעקספּיר־פֿעסיוואַל, יוסף פּאַפּס פּאַבליק־טעאַטער. אוי, האָבן מיר זיך דערפֿרייט, זיך אַרומגעכאַפּט, ממש נישט געקענט זיך אָפּרײַסן איינער פֿון אַנדערן ביז זי האָט מיר געזאָגט, אַז זיי וווינען אין "אַלפֿאַבעט־סיטי," אַכטע גאַס און עוועניו "די." פֿאָלג מיך אַ גאַנג, ווײַל מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אין דרום־בראָנקס בײַם סאַמע ראָג פֿון טרײַבאָראָ־בריק. הײַנט הייסט די בריק אויפֿן נאָמען פֿון ראָבערט קענעדי. עס דערמאָנט זיך מיר אַ פּורים אין ארץ־ישׂראל, ווען מיר האָבן דאָרט געוווינט. ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער יום־טובֿ פּורים, ווען מײַן בנימעלע איז געגאַנגען אין גן־ילדים, דאָס הייסט, קינדער־גאָרטן. איז די לערערין דעמאָלט געווען אין די פֿערציקער יאָרן, און זי האָט געלערנט לערער די חכמה פֿון פּעדאַגאָגיע. איך האָב געזען, אַז זי מערקט נישט אָפּ דעם יום־טובֿ פּורים אין קלאַס, האָב איך זי געפֿרעגט: "היתּכן! ווי קומט עס, אַז איר פֿײַערט נישט פּורים אין בנימעלעס קינדער־גאָרטן?" האָט מיר די לערערין אויפֿגעקלערט, אַז זי גלייבט נישט בכלל דער גאַנצער מגילת־אסתּר, ווײַל דעם יום־טובֿ האָט מען געפּראַוועט אין גלות. צווייטנס, איז אַחשוורוש גלאַט געווען אַ מלך אַ שיכּור, אַ גוי; און אסתּר המלכּה — איינע פֿון זײַנע קעפּסווײַבער אין קעניגלעכן הויף. "מרדכי הצדיק," האָט זי מיר אַרײַנגעשושקעט אין אויער, "איז געווען אַ מיאוסער גלות־ייִד, וועלכער האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן לאַנגע נאָז אין פֿרעמדע טעפּלעך. נישט אַנדערש ווי ער האָט געדרייט מיטן גראָבן פֿינגער ווי עס האָט זיך אים געלוינט. המן איז טאַקע געווען אַ רשע. דאַרף מען אים דערפֿאַר נישט דערמאָנען". און איר צונג האָט זיך געדרייט בײַ איר אין מויל ווי אויף שרויפֿן אַהין און צוריק ווי אַן אומרו (pendulum) אויף אַ וואַנטזייגער. געזען מיט וועמען איך האָב דאָ צו טאָן, האָב איך גענומען ס׳וואָרט: אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז די טעג פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע, מיטן אָנטייל פֿונעם מחבר, טימאָטי סנײַדער, וועלכער האָט ערשט נישט לאַנג אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן היטלערן און סטאַלינען, און ווער פֿון זיי ביידן איז געווען אַ גרעסערער מערדער, טיראַן, סאַדיסט, אַ פּסיכאָפּאַט און געליטן פֿון פּאַראַנאָיע וכ׳. לויט דעם מחבר קומט אויס אַז היטלער האָט איבערגעצויגן דאָס שטריקל און איבערגעשטיגן סטאַלינען. נאָך אַלעמען, סטאַלין האָט זיך אונטערגענומען אויפֿצושטעלן אַרום זיך אַ וועלט פֿון קבֿרים אויף קבֿרים, אָפֿיציעל אײַנגעשטעלט שקלאַפֿן־דינסט און צעטראָטן מענטשלעכע פֿרײַהייט אין די סיבירער טײַגעס, קעלטן און פֿרעסט. נישט איין גולאַג און פֿון דאָרט איז מען זעלטן אַרויס מיט גאַנצע ביינער, אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, קרענק און שווערער שקלאַפֿן־אַרבעט. אַרום דעם פּאָדיום אין קאָלומביע זײַנען געזעסן פּראָפֿעסאָרן וועלכע האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּוילישע, אוקראַיִנישע און ליטווישע שטודיעס. זיי האָבן אַרײַנגעקוקט אין צוגעגרייטע רעפֿעראַטן, געפּינטלט מיט די אויגן. יעדעס מאָל מ׳האָט דערמאָנט דעם חורבן, האָט מען זיך געדרייט אויפֿן קאָרעק ווי אַ בער אויף אַ שטריק. דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי מערדער־טיראַנען קומט בײַ מיר אויס גראָטעסקער בײַשפּיל. דער מחבר ציטירט אַ סך ציפֿערן, אַ וועלט מיט סטאַטיסטיק און דאָקומענטאַציע, און קומט צום אויספֿיר, אַז ביידע — סטאַלין און היטלער — זײַנען געווען פּסיכאָפּאַטן, און נישט נאָר געהאַט בדעה אײַנצושלינגען דעם גאַנצן ערדקוגל, נאָר אויך אין צווישנצײַט עלימינירן גאַנצע פֿעלקערשאַפֿטן וואָס האָבן בײַ זיי אונטערגעצונדן די בלוטן. פֿאַרוואָס מערקט מען אָפּ אײַכמאַנס פֿאַרכאַפּונג אין אַרגענטינע, זײַן מישפּט אין ירושלים, די גלעזערנע בודקע וווּ ער איז געזעסן חדשים־לאַנג ווי אַ חיה אין אַ קליאַטקע, זײַן מישפּט און זײַן טויט, בין איך נישט זיכער. איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס פֿאַרכאַפּן אים פֿון זײַן ״gemütlich״ הויז אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט געלעבט נאָך דער מלחמה, און אַזוי געמיטלעך געאַרבעט אין דער דײַטשישער פֿירמע "מערצעדעס בענז," וועלכע האָט אים אָנגעשטעלט אויף אַרבעט, וויסנדיק גאַנץ גוט, אַז זי האַנדלט מיט אַ נאַצי־פֿאַרברעכער. דאָס אַליין איז אַ פֿאַרברעכן. איך פֿאַרשטיי, אַז מדינת־ישׂראל מערקט אָפּ די דאַטע, כּדי נישט צו פֿאַרגעסן וואָס אונדזער פֿאָלק איז אויסגעשטאַנען; דער עיקר, דער יונגער דור זאָל פֿאַרשטיין וואָס זייערע באָבעס און זיידעס, פֿעטערס און מומעס און שוועסטערקינדער האָבן דורכגעמאַכט על־ידי עמלק; וועגן אַ פֿאָלק, וואָס האָט זיך געלייגט ווי אַ געצוויטשעטער בער אונטער היטלערס פּאָדעשוועס. גיט אַ קוק, ס׳האָט גענומען פֿערציק מינוט צו כאַפּן און שיסן דעם קאַרפּנקאָפּ פֿון טעראָריזם אָסאַמאַ בין לאַדען, יובֿלט די פֿרײַע וועלט דעם ריזיקן אויפֿטו. עס האָט גענומען איבער אַ האַלב יאָר צו פּאַצאַפּען די בעסטיע אויף צוויי פֿיס, אײַכמאַנען, און מיר האָבן נישט געיובֿלט. אַנשטאָט דעם האָבן מיר באַוויינט אונדזער מערכה ווי אַ פֿאָלק וואָס איז געווען אויסגעשטעלט צו אַזאַ אַכזריות. לעצטנס בין איך אַוועק זען "אָנקל וואַניאַ" (Дядя Ваня), געשפּילט בלויז צוויי טעג אין ניו־יאָרק, מיטן אָנטייל פֿונעם מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" (МХАТ). געוואָלט ממש זען מיט די אייגענע אויגן צום ערשטן מאָל די שילדערונג פֿון אַזאַ פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" טשעכאָווס פּיעסע אין אָריגינעלן רוסיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן רוסיש איז געווען גאַנץ נישטיק קעגן זייער עלעגאַנטן, פּרעציזן, שוין אָפּגערעדט ווען עס האַנדלט זיך אין טשעכאָווס רײַכן, רוסישן שפּראַך־אוצר. קיין אונטערטיטלען זײַנען נישט געווען בנימצא, אָבער אַן איבערזעצונג אײַנגעפֿעדעמט אין די אויערן — יאָ. אַזוי אַז איך האָב גענאָסן פֿון ביידע וועלטן — אי הערן אַ ביסל רוסיש, אי פֿאַרשטיין די דראַמע ווי מען פֿירט זי אויף פֿאַר מײַנע אויגן. און לאָמיר זיך נישט נאַרן. די רוסישע רעגירונג האָט לאַנגע, לאַנגע יאָרן אויסגעהאַלטן און האַלט נאָך אַלץ אויס די קונסט, צווישן זיי טעאַטער, באַלעט, אָפּערע, מוזיק אין רוסלאַנד; פּונקט ווי ס׳רובֿ ציוויליזירטע אייראָפּעיִשע לענדער וואָס סובסידירן זייערע קונסט־אַנשטאַלטן ווי עס באַדאַרף צו זײַן, אַ חוץ דעם רײַכסטן לאַנד אין דער וועלט, אַמעריטשקע. נישט אַנדערש, ווי עס איז אַ סימן פֿון אָפּגעשטאַנענקייט, פֿאַרגרעבטקייט און פּרימיטיווקייט. מוזן די קונסט־אַנשטאַלטן אין אַמעריקע זיך מאָרדעווען פֿון יאָר צו יאָר צו פֿאַרזיכערן זייער עקזיסטענץ. עס רײַסט מיר דאָס האַרץ אַזוי צו "באַזינגען" מײַן אַמעריקע, אָבער אונדזערע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט פֿון אייביק אָן קומען אַרויס פֿון פּשײַטש און אײַנשישאָק, אויסגעוויילט געוואָרן פֿון פּרימיטיווע וויילערס. אַזאַ פּנים האָט עס. ווי קען איך אײַך אָפּשילדערן קראַון־הײַטס ווי געהעריק, די חב״דסקע מדינה מיטן פֿאַרהייליקטן אַדרעס: 770 איסטערן פּאַרקוויי? אַ שאָד וואָס איך בין נישט קיין מאָלערין. די גאַסן באַלעבאַטעווען אין שוואַרצן: שוואַרצע קאַפּאָטעס, שוואַרצע בערד, שוואַרצע קאַפּעליושן, שטרײַמלעך. בײַ אַ צאָל פֿון זיי פֿינקלען אַראָפּ ווײַסע, זילבערנע הרודעס בערד. דאָ אײַלן זיך ערגעץ טאַטעס מיט זייער קליינוואַרג. ס׳איז, הערט, ערבֿ־פּסח. אָט האָט איר דאָ אַן אַלטן זקן אַ דעמב און אָט באַווײַזט זיך אַ דריבנע ייִדעלע. ערנסט און ברוגזלעך. אַ פּנים, ער גרייט זיך צום מה־נשתּנה פֿון זײַנע אייניקלעך און אוראייניקלעך און ווייסט נישט וווּ צו פֿאַרקערעווען זיך. ס׳איז אַ געיעג נאָך שמורה־מצה, ליכט, זילבער־געשטעק. די חבֿרה קליינוואַרג גייען נאָך די טאַטעס אַזוי סטאַטעטשנע טריט בײַ טריט. זיי טראָגן זיכער אַלע תּנ״כישע נעמען פֿון פֿאַרצײַטיקע אָבֿות און אמהות; נבֿיאים און מלכים, ווי שלמהלע און איציקל, רבֿקהלע און שׂרהלע. די זעלבע קינדערלעך זײַנען נישט אַרומגערינגלט מיט קיין קינאָס און טעאַטערס, גערטנער, ביכער, פֿוסבאָל, טומל, טעלעוויזאָרן. די ענגלישע און, צו מאָל, די ייִדישע צײַטונגען וואָס פּאַסן זיך נישט צו צו זייער אויסטײַטש פֿון ייִדישקייט און אַרט לעבן — זיי ווערן אָפּגעשטויסן ווי חמץ. שווימט בײַ מיר אויף די קשיא. נישט שוין זשע אַזוי זעט אויס אונדזער ייִדישלאַנד? בײַ ייִדן איז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כּמעט אַזוי פֿאַרגעטערט ווי עס איז געווען רוזוועלט. כאָטש מיר קענען בשום־אופֿן נישט פֿאַרגעסן די שיף "סיינט לויִס," מיט וואָס דער פֿאַרגעטערטער פּרעזידענט פֿונעם "ניו־דיעל" האָט אונדז ייִדן מכבד געווען בײַם סאַמע אָנהייבן פֿונעם חורבן. איז פֿאַראַן אַ ייִד, שוין אין אַריכות־ימים, כּן־ירבו, מיטן נאָמען מײַקל, וועלכער האָט מיר אויסגעזאָגט דעם סוד, אַז זײַן ייִדישער נאָמען איז גאָר חיים. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מײַקל זאַיאָנץ מיר צוגעשיקט אַן אַרבעט איבער וועלכער ער האָט זיך געסטאַרעט איבערצוזעצן פֿון פּויליש אויף ייִדיש, פֿאַרן "פֿאָרווערטס" טאַקע. האָב איך אים געראַטן ער זאָל עס צושיקן דירעקט צום רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", באָריס סאַנדלער. האָט ער זיך אַ טראָפּ געקווענקלט. ווי איינער זאָגט, דיך קען איך שוין יאָרן, איז בעסער עס אויס און דערלאַנג עס אויפֿן ריכטיקן אַדרעס. דער זעלבער מײַקל (חיים) זאַיאָנץ איז אָפּגעווען מיט זײַן משפּחה אין פּוילן פֿון 1946 ביז 1959. אַזוי, אַז די קינדער האָבן שוין דאָרט פֿאַרענדיקט די הויכשולן, זיך צוגעאייגנט וויכטיקע פּראָפֿעסיעס. ערשט דעמאָלט זײַנען זיי געקומען קיין אַמעריקע. זעט אויס, אַז מײַקל האָט זיך אַרײַנגעטאָן מיט לײַב און לעבן אין דעם אַמעריקע און געוואָרן אַ מבֿין אויפֿן גרויסן להבֿדיל צווישן פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. האָט ער גענומען אַרײַנקוקן אין די אַמעריקאַנער ימי־בראשית; ווי געזאָגט, פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי אָדער אָף־בראָדוויי אויף ייִדישע טעמעס. די לעצטע מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס איך האָב געזען לעצטנס, הייסט טאַקע "מענטשן אויפֿן בילד," וווּ די דראַמאַטורגין, אײַריס רעינער־דאַרט, האָט אַוועקגעגעבן פֿופֿצן יאָר פֿון איר לעבן אָנצושרײַבן די פּיעסע. די פֿאָרשטעלונג פֿאַרמאָגט אָריגינעלע מוזיק, פֿאַרפֿאַסט פֿון מײַק סטאָלער און אַרטי באַטלער, רעזשיסירט פֿון לענאַרד פֿאָגליאַ. די סיפּור־המעשׂה האָט טאַקע צו טאָן מיט מענטשן אויפֿן בילד. אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַקטיאָרן אין אַמאָליקן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס ווי נאָר דאָס ליכט באַלײַכט זיי, לעבן זיי צוריק אויף. די הויפּט־ראָליסטקע רייזל ראַבינאָוויטש (דאַנאַ מוירפֿי), וועלכע שפּילט די מוטער, די באָבע פֿון דער אַקטריסע וואָס קומט אַרויס פֿון וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, שפּינט די געשיכטע פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר אין אַמאָליקן וואַרשע. פֿאַרשטייט זיך, נישט אויף ייִדיש, נאָר אויף ענגליש. צווישן זיי, סצענעס פֿון שעקספּיר צי פֿון "דיבוק," לידער ווי "אויפֿן פּריפּעטשיק," דווקא אויף ייִדיש, וואָס די באָבע זינגט איר אייניקל דזשעני (רייטשל רעשעף). דאָס אַקטריסעלע איז צען יאָר אַלט. זי שפּילט סײַ די טאָכטער און סײַ דאָס אייניקל, זי זינגט און טאַנצט. איך מוז פֿאָרויסזאָגן, אַז איר קאַריערע אין טעאַטער אָדער פֿילמען איז געחתמעט. לעצטנס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַרימטער האָליוווּדער רעזשיסאָר סידני לומעט. ער האָט זיך דאָראָבעט צו אַ גלענצנדיקער קאַריערע צוליב זײַן העכסט אָנערקענטן טאַלאַנט בײַם רעזשיסירן די באַרימטסטע פֿילמען וואָס זײַנען אַרויס פֿון דער פֿילם־בראַנזשע וואָס רופֿט זיך "האָליוווּד." דאָס עפּעלע פֿאַלט דאָך נישט ווײַט פֿון ביימעלע. איז זײַן טאַטע, ברוך לומעט, געווען אַ ייִדישער אַקטיאָר אין פֿילאַדעלפֿיע, ווײַל ניו־יאָרק האָט אים נישט געוואָלט אָנערקענען. דער עיקר, די "היברו אַקטאָרס־יוניאָן," וווּ די אָפּשאַצער זײַנען געווען נישט קיין אַנדערע ווי די אַמאָליקע ייִדישע אַקטריסעס און אַקטיאָרן, זינגער, קאָמיקער, פֿאַרווײַלער און סתּם נאָכשלעפּער. זיי האָבן געהיט זייערע פּאָזיציעס ווי אַן אויג אין קאָפּ און נישט צוגעלאָזט קיין יונגע טאַלאַנטן צום וואָרט. פֿלעגט די יוניאָן שיקן די נײַע כּוחות אין די פּראָווינצן, און אַז עס איז די יונגע, נישט־אָנערקענטע שוישפּילער געלונגען, זײַנען זיי, סוף־כּל־סוף, צוגעקומען צום טעלערל פֿון הימל. אַזוי איז געווען מיט פּאָל מיוני (מוני ווײַסנפֿרוינד). ער האָט זיך שפּעטער געמאַכט אַ רענאָמע אין האָליוווּד און געמאַכט אַ ריזיקע פֿילם־קאַריערע; יוסף בולאָוו, וועלכער האָט פֿאַרכּישופֿט בראָדוויי מיט זײַן שפּילן און אַ סך אַנדערע. ס׳איז נישט געווען לײַכט אָנערקענט צו ווערן. |