פֿאַרוואָס מערקט מען אָפּ אײַכמאַנס פֿאַרכאַפּונג אין אַרגענטינע, זײַן מישפּט אין ירושלים, די גלעזערנע בודקע וווּ ער איז געזעסן חדשים־לאַנג ווי אַ חיה אין אַ קליאַטקע, זײַן מישפּט און זײַן טויט, בין איך נישט זיכער. איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס פֿאַרכאַפּן אים פֿון זײַן ״gemütlich״ הויז אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער האָט געלעבט נאָך דער מלחמה, און אַזוי געמיטלעך געאַרבעט אין דער דײַטשישער פֿירמע "מערצעדעס בענז," וועלכע האָט אים אָנגעשטעלט אויף אַרבעט, וויסנדיק גאַנץ גוט, אַז זי האַנדלט מיט אַ נאַצי־פֿאַרברעכער. דאָס אַליין איז אַ פֿאַרברעכן.
איך פֿאַרשטיי, אַז מדינת־ישׂראל מערקט אָפּ די דאַטע, כּדי נישט צו פֿאַרגעסן וואָס אונדזער פֿאָלק איז אויסגעשטאַנען; דער עיקר, דער יונגער דור זאָל פֿאַרשטיין וואָס זייערע באָבעס און זיידעס, פֿעטערס און מומעס און שוועסטערקינדער האָבן דורכגעמאַכט על־ידי עמלק; וועגן אַ פֿאָלק, וואָס האָט זיך געלייגט ווי אַ געצוויטשעטער בער אונטער היטלערס פּאָדעשוועס.
גיט אַ קוק, ס׳האָט גענומען פֿערציק מינוט צו כאַפּן און שיסן דעם קאַרפּנקאָפּ פֿון טעראָריזם אָסאַמאַ בין לאַדען, יובֿלט די פֿרײַע וועלט דעם ריזיקן אויפֿטו. עס האָט גענומען איבער אַ האַלב יאָר צו פּאַצאַפּען די בעסטיע אויף צוויי פֿיס, אײַכמאַנען, און מיר האָבן נישט געיובֿלט. אַנשטאָט דעם האָבן מיר באַוויינט אונדזער מערכה ווי אַ פֿאָלק וואָס איז געווען אויסגעשטעלט צו אַזאַ אַכזריות.
ווער זײַנען זיי געווען, די אויסגעקרימטע מוחות אין מענטשן־געשטאַלטן? אַ וואָסער מאַמע האָט זיי געבוירן? האָט עסטרײַך טאַקע געהאַט עפּעס צו טאָן מיט דעם, וואָס זי האָט אויסגעהאָדעוועט אַן אַדאָלף היטלער, אַן אַדאָלף אײַכמאַן, אַ קורט וואַלדהיים און ווער ווייסט וויפֿל נאָך פֿון זיי. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז דאָס פּרעכטיק שיינע עסטרײַך, מיט די פּליושענע, גרינע וועלדער און זוניקע לאָנקעס, מיט די בלישטשענדיקע אָזערעס און טײַכן, מיט די ווינער וואַלסן — ממש אַ גן־עדן אויף דער וועלט — האָט דערצויגן אַ פֿאָלק פֿון כּמעט לויטער קאַניבאַלן.
איך האָב ווידער אַ מאָל איבערגעלייענט פּיטער מאַלקינס בוך "אײַכמאַן אין מײַנע הענט," און ציטיר פֿון זײַן שריפֿט סײַ וועגן דער פֿאַרכאַפּונג אין בוענאָס־אײַרעס, און סײַ אין משך פֿון דער רײַזע צוריק קיין ישׂראל. מאַלקין איז ממש געווען צוגעקאָוועט צו אײַכמאַנען, געוואָלט דערגיין וווּ ס׳געפֿינט זיך ערגעץ אַ פֿונק פֿון אַ מענטש וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַ קאָפּ, אַ גוף. ערגעץ האָט דאָך געדאַרפֿט קלאַפּן עפּעס אַ האַרץ.
דערציילט דער מחבר, אַז נאָכן שמועס מיט אײַכמאַנען, הערנדיק ווי ער האָט אויסגעפֿירט זײַן שליחות פֿון הריגה אָן אַ טראָפּן שוידער אין זײַן שטימע, האָט מאַלקין נישט געקענט צומאַכן מיט קיין אויג. ער האָט געפֿילט, אַז ער וועט יעדע רגע אַראָפּ פֿון זינען. און וואָס האָט ער געהאָפֿט צו הערן פֿון אים? אפֿשר אַ סימן פֿון באַדויער, און אפֿשר גאָר וועט ער זיך מודה זײַן אַז דער ״Führer״ איז נישט געווען אומשטערבלעך. אַנשטאָט דעם האָט זיך אײַכמאַן אויסגעדרייט צו מאַלקינען מיט אַן ערנסטער מינע און געזאָגט:
"און דו? דו פֿילסט נישט אויס קיין באַפֿעלן? ווער האָט דיר באַפֿעלט צו קומען אַהער און מיך כאַפּן?"
"אָבער דאָס איז אַנדערש," האָט פּיטער מאַלקין אים געענטפֿערט. "מיר זײַנען געקומען אַהער נישט ווײַל מיר ווילן דיך הרגענען. מיר זוכן צדק. דו דאַרפֿסט שטיין פֿאַר אונדזער געריכט וווּ מיר וועלן דיך מישפּטן, דו האָסט דאָך קיינעם פֿון דײַנע קרבנות נישט דערלויבט אויסצוזאָגן דעם אמת אויף דעם וואָס זיי ריכטן זיך. מײַן שוועסטער האָט מסתּמא קיין מאָל נישט געהאַט די געלעגנהייט צו געזעגענען זיך מיט אירע קינדער."
ער האָט זיך אָפּגערופֿן:
״Sie werden mich töten?״ (איר וועט מיך טויטן)
"ניין. אַז איך וואָלט געוואָלט דיך טויטן וואָלט איך געקענט דיך דערשיסן דורכן פֿענצטער פֿון דײַן הויז. איך האָב דיך אָבסערווירט יענע נאַכט, דיך און דײַן קליין ייִנגעלע."
"איר גייט הרגענען מײַן ייִנגעלע?" האָט ער זיך דערשראָקן.
"איך האָב אים פֿאַרזיכערט, אַז מיר האָבן גאָרנישט צו זײַן משפּחה. מיר ווילן דיך בלויז ברענגען קיין ירושלים."
"און וואָס ווײַטער?" — האָט אײַכמאַן צוגעגעבן:
"הימלער אַליין האָט געוואָלט אָפּשטעלן די הריגה, בלויז דערפֿאַר וואָס ער האָט געוואָלט ראַטעווען זײַן אייגענע הויט. אָבער איך האָב ווײַטער אויסגעפֿירט מײַן אַרבעט ציכטיק, ביז מײַן שליחות איז דערגרייכט געוואָרן."
פּיטער מאַלקין האָט זיך געוווּנדערט:
"קען טאַקע אַ מענטשלעך וועזן זיצן אין אַזאַ בעסטיע?" אָבער אײַכמאַן האָט איבערגעריסן זײַנע געדאַנקען און געשטעלט זײַן אייגענע פֿראַגע:
"Warum kann es nicht in Deutschland sein? איך וויל נישט זײַן אין ירושלים," האָט ער צוגעגעבן, "וואָס פֿאַר אַן אויסזיכט קען איך דאָרט האָבן?"
"און וואָס פֿאַר אַן אויסזיכט האָבן געהאַט דײַנע קרבנות? און נאָך אַ זאַך..." האָט זיך מאַלקין אָפּגערופֿן, "עס איז צו אונדז דערגאַנגען אַ שמועה, אַז ד״ר מענגעלע וווינט אויך אין בוענאָס־אײַרעס."
"איך ווייס פֿון גאָרנישט?" — האָט אײַכמאַן געענטפֿערט.
"דײַנע אייגענע זין זײַנען דאָך פֿאַרבונדן דאָ מיט דער לאָקאַלער נאַצי־פּאַרטיי. נישט אמת? דו זאָגסט, אַז דו קענסט נישט פֿאַרנעמען צו זען בלוט. אָבער מענגעלע האָט זיך דאָך געבאָדן אין בלוט. איז פֿאַרוואָס זאָל מען נישט ברענגען אים אין געריכט ער זאָל באַצאָלן פֿאַר זײַנע נידערטרעכטיקע מעשׂים?"
"איך ווייס גאָרנישט דערפֿון," — האָט זיך אײַכמאַן אָפּגעשאָקלט פֿונעם גאַנצן שמועס. און מאַלקין גייט אָן ווײַטער:
"מיר ווילן זיך נישט ווענדן צו דײַנע דערוואַקסענע זין, אָבער אַז עס וועט קומען דערצו וועלן מיר זיך נישט אָפּהאַלטן."
"זיי ווייסן גאָרנישט, זיי טשעפּען נישט קיין פֿליג אויף דער וואַנט," און ער האָט זיך צעוויינט. (…) האָב איך אים געפֿרעגט:
״Sie lieben Kinder?״ ער האָט געענטפֿערט:
״Ich liebe alle Kinder!״
דאָ האָט שוין מאַלקין געמוזט אָנווענדן זעלבסט־קאָנטראָל איבער זיך.
"קוק אָן!" האָט אײַכמאַן זיך אָפּגערופֿן, "לויט דיר קומט אויס, אַז איך האַס אַלע ייִדן. נישט איך. איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין אַנטיסעמיט. מיך האָט אַלע מאָל דאָקוטשעט שטרײַכער און זײַן ״Stürmer.״ איך האָב עס נישט געליטן. וואָס אַן אמת, בין איך אַלע מאָל געווען גינציק גענייגט צו די ייִדן. איך האָב געהאַט ייִדישע פֿרײַנד ווען איך האָב באַזוכט חיפֿה, איך האָב זיך אַלע מאָל באַמיט צו כאַפּן אַ ייִדישן טעקסי־שאָפֿער. מיר זײַנען די ייִדן אַלע מאָל געווען מער צום האַרצן ווי די אַראַבער."
מאַלקין האָט זיך פּרובירט צו קאָנטראָלירן און אַרויסגעשטאַמלט:
"מײַן שוועסטערס ייִנגעלע, ער איז פּונקט געווען דײַן ייִנגעלעס עלטער, אויך בלאָנד מיט בלויע אויגן, פּונקט ווי דײַן ייִנגעלע. און דו האָסט אים געשאָכטן?"
אײַכמאַן האָט אויף אַ רגע אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם און צום סוף צוגעגעבן:
"יאָ! אָבער ער איז דאָך געווען אַ ייִד. נישט אמת?"
דאָ האָט איר אײַכמאַנען ווי ער גייט און שטייט, איידער מען האָט אים געפֿירט צו דער תּליה. עסטרײַך און דײַטשלאַנד האָבן אויסגעבריט מאָנסטערס מיט בלוט־טראָפּנס אויף זייערע מוחות. דעריבער קומט אָן שווער אַ נאָרמאַלן מענטש צו באַנעמען די פּסיכיק פֿון פֿעלקער, וואָס לײַדן אויף דער אומהיילבאַרער פּלאָג וואָס מען רופֿט "הינטישע משוגעת" (rabies), און זעט אויס, אַז פֿון דעם לײַדן נישט נאָר הינט, נאָר אויך פֿעלקער.
דעריבער, ווען די אַמעריקאַנער בריגאַדע האָט אויף טויט דערהרגעט אַזאַ הינטישן זון ווי בין לאַדען, איז געוואָרן אַ ויצעקו אין לאַנד און אין אויסלאַנד. "מען האָט אים באַדאַרפֿט שטעלן פֿאַר אַ געריכט," האָבן מענטשן געטענהט; "אפֿשר וואָלט ער אויסגעגעבן סודות." אָבער דער גרעסטער סוד איז וואָס ס׳ליגט אין דעם וואָס איז געווען בין לאַדען אַליין: אַ באַשעפֿעניש וואָס קומט אַרויס פֿון אַ רײַך הויז אין זיד־אַראַביע, איינער פֿון 27 קינדער, איז הריגה געוואָרן זײַן באַרוף, ס׳הייסט — זײַן אוטשעכע. ער האָט זיך דערנערט פֿון פֿאַרגיסן יענעמס בלוט.
אײַכמאַנען האָט מען געהאָנגען, בין לאַדענען האָט מען געשאָסן. איז דאָ צדק, יושר, גערעכטיקייט אויף דער וועלט? דער חשבון שטימט נישט כּל־זמן מען פֿאַרגיסט בלוט פֿון אומשולדיקע קרבנות.