סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "People In The Picture" |
Photo: Joan Marcus |
ווי געזאָגט, פֿון צײַט צו צײַט באַווײַזן זיך פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי אָדער אָף־בראָדוויי אויף ייִדישע טעמעס. די לעצטע מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס איך האָב געזען לעצטנס, הייסט טאַקע "מענטשן אויפֿן בילד," וווּ די דראַמאַטורגין, אײַריס רעינער־דאַרט, האָט אַוועקגעגעבן פֿופֿצן יאָר פֿון איר לעבן אָנצושרײַבן די פּיעסע. די פֿאָרשטעלונג פֿאַרמאָגט אָריגינעלע מוזיק, פֿאַרפֿאַסט פֿון מײַק סטאָלער און אַרטי באַטלער, רעזשיסירט פֿון לענאַרד פֿאָגליאַ.
די סיפּור־המעשׂה האָט טאַקע צו טאָן מיט מענטשן אויפֿן בילד. אַן אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַקטיאָרן אין אַמאָליקן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס ווי נאָר דאָס ליכט באַלײַכט זיי, לעבן זיי צוריק אויף. די הויפּט־ראָליסטקע רייזל ראַבינאָוויטש (דאַנאַ מוירפֿי), וועלכע שפּילט די מוטער, די באָבע פֿון דער אַקטריסע וואָס קומט אַרויס פֿון וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, שפּינט די געשיכטע פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר אין אַמאָליקן וואַרשע. פֿאַרשטייט זיך, נישט אויף ייִדיש, נאָר אויף ענגליש. צווישן זיי, סצענעס פֿון שעקספּיר צי פֿון "דיבוק," לידער ווי "אויפֿן פּריפּעטשיק," דווקא אויף ייִדיש, וואָס די באָבע זינגט איר אייניקל דזשעני (רייטשל רעשעף). דאָס אַקטריסעלע איז צען יאָר אַלט. זי שפּילט סײַ די טאָכטער און סײַ דאָס אייניקל, זי זינגט און טאַנצט. איך מוז פֿאָרויסזאָגן, אַז איר קאַריערע אין טעאַטער אָדער פֿילמען איז געחתמעט.
צום סוף קומען מיר צום "האָלאָקאָסט"; צום חורבן, הייסט עס, וווּ אַלע אַקטיאָרן מיט דער גאַנצער משפּחה איז אײַנגעשפּאַרט אין געטאָ, לײַדן הונגער און נויט, און שרעק פֿאַרן טויט. און מיצקע דרינען באַווײַזן זיך טענצער און טו זיי עפּעס.
די פֿאַרפֿאַסערין פֿון דער פֿאָרשטעלונג האָט נאָכן ספּעקטאַקל דערציילט, אַז זי האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם דאָזיקן ספּעקטאַקל די באָבע מיטן זיידן, אַרײַנגערעכנט דעם חורבן. מײַן כּוס איז איבערגעפֿילט און אָט צעגיסט ער זיך.
די זעלבע דראַמאַטורגין פֿאַרמאָגט אונטער זיך אַ גאַנצע פֿילם־קאַריערע אין האָליוווּד. זי האָט אָנגעשריבן פֿאַר דער באַרימטער אַקטריסע בעטה מידלער צוויי פּיעסעס, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פֿילמען. דער סוזשעט האָט דעמאָלט געהאַט צו טאָן נישט מיטן חורבן, נאָר מיט אַן אומהיילבאַרער קראַנקייט. דער פֿילם האָט געשפּילט אַ צײַט לאַנג אין אַמעריקע.
אָבער דאָס מאָל האָט אײַריס רעינער־דאַרט זיך אַ טראָפּעלע פֿאַררעכנט און פֿאַרגעסן, אַז אַ פּיעסע איז נישט קיין "שמאָרגעסבאָרד," ס׳הייסט, מ׳קען נישט צעלייגן די גאַנצע ייִדישע טראַגעדיע אויף קליינע שיסעלעך; ווײַל אין תּוך גענומען, איז די פּיעסע אינטערעסאַנט, די לידער לײַדן פֿון אָרעם־בלוטיקייט און די טענץ, וואָס מ׳טאַנצט אויס אין דער געטאָ, שמעקן אַ טראָפּעלע אַבסורד.
מיט איין וואָרט, עס האָט דאָ געפֿעלט אַ בעל־הבית, אַ רעזשיסאָר וואָס זאָל פֿאַרשטיין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, און צונויפֿבינדן די סצענעס אויף אַזאַ אופֿן זיי זאָלן קענען זיך קלעפּן.
די הויפּט־אַקטריסע, דאַנאַ מוירפֿי, איז אַ העכסט טאַלאַנטירטע און באַגאַבטע שוישפּילערין אויף דער ענגלישער בינע. דער ספּעקטאַקל האָט געפֿאָדערט זי זאָל שפּילן ווי אַ יונגע אַקטריסע, ווי אַ מאַמע און ווי אַ באָבע, און איך מוז אײַך זאָגן, אַז עס איז איר געלונגען.
נאָר וואָס? אין מיצקע דרינען דערוויסט מען זיך, אַז איר אייגן טעכטערל, חיהלע (דזשויס ווען פּאַטען), האָט זי אַוועקגעגעבן אַ פּאָרל שכנים, פּאָליאַקן, צוליב דער מלחמה, וואָס דאָס איז נישט קיין נײַעס. דאָס פּוילישע פּאָרל בינדט זיך צו צום קינד און זיי כאָווען זי אויף ווי אַן אייגנס.
אָבער די מאַמע האָט זיך געראַטעוועט און געקומען אָפּנעמען איר טעכטערל פֿון די אַמאָליקע פּוילישע שכנים. ווי נאָר דאָס מיידעלע קוקט זי אָן, דערפֿילט זי אַ ווידערווילן צו דער מאַמען. מיט איין וואָרט, זי קען זי נישט לײַדן. די קריסטן ווילן זיך דערווײַל נישט שיידן פֿונעם קינד וועמען זיי האָבן ליב דאָס לעבן. דאָס מיידעלע ווידער, הייבט נישט אָן צו וויסן, אַז די פּאָליאַקן זײַנען נישט אירע אייגענע עלטערן. כאַפּט זי זיי אָן פֿאַר די פּאָלעס מיט אַ געוויין און וויל זיי נישט אָפּלאָזן. ווי נאָר דאָס מיידעלע קוקט אָן די געראַטעוועטע ייִדישע מאַמע, ווערט זי פֿאַרציטערט. זי וויל נישט גיין מיט דער "פֿרעמדער" פֿרוי. אין דעם קומט אַ ליד וואָס רײַסט בײַם האַרצן. דאַכט זיך, דאָס איינציקע ליד וואָס רירט אָן די דינע סטרונעס פֿון דער נשמה, און מ׳פֿאַרגיסט טרערן.
ערשט אין צווייטן אַקט פֿאַרשטייען מיר פֿאַרוואָס עס עקזיסטירט אַזאַ שׂינאה פֿון רייזלס דערוואַקסענער טאָכטער צו דער מאַמען. דאָ וואָלט מען געמיינט עס ענדיקט זיך די געשיכטע. אָבער נישט־געשטויגן, נישט־געפֿלויגן. די פּיעסע איז צו לאַנג. געהערט האָב איך, אַז צו דער דערעפֿענונג האָט מען אַ סך פֿונעם סוזשעט געשניטן.
אַגבֿ, דאָס מיידעלע וואָס שפּילט די ראָלע פֿונעם קינד, פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן טאַלאַנט. זי זינגט און טאַנצט און פֿילט זיך פֿרײַ אויף דער בינע. די דראַמע באַוועגט זיך אויף אַזוי פֿיל, אַז די אַקטיאָרן פֿון די בילדער זײַנען גאָרנישט טויט. זיי לעבן אין רייזלס פֿאַנטאַזיע; זיי זינגען און טאַנצן, רעציטירן און גייען אַדורך אַלע פֿאַזעס פֿון איר לעבן. די פּיעסע איז באַשפּרענקלט מיט ייִדישע ווערטער, אַ סך פֿון זיי וווּלגאַרע. ווידער אַ מאָל האָט זיך עמעצער געדאַרפֿט אַוועקזעצן מיט דער מחברטע אין משך פֿון די פֿופֿצן יאָר האָרעוואַניע און איר אויפֿקלערן, אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז געווען אָפּגעהיט פֿון ברוד און שמוץ.
פֿאַראַן אויך הומאָר אין דער פּיעסע. די זעלבע אַקטיאָרן פּאַראָדירן אויפֿן עקראַן מכּלומרשט אַ פֿילם, פּרובירן אויפֿטרעטן פֿאַרן אַמאָליקן פּובליקום. אָבער דאָס אַלץ ראַטעוועט נישט די סיטואַציע. אין מיטן דעם צווייטן אַקט, ווען רייזל איז שוין אַלט און שוואַך, זעט מען וואָס די אַמעריקאַנער קינדער טוען מיט אַן אַלטער און צעבראָכענער מאַמען. נעמט אַרויס דאָס טאַשנטיכל. מ׳שעפּטשעט זיך וועגן אַרײַנגעבן זי אין אַ הויז פֿאַר אַלטע לײַט. מיט איין וואָרט, די דראַמאַטורגין האָט פֿאַרכאַפּט אַלע מעגלעכע טעמעס.
און לאָמיך אײַך זאָגן, אַז די אַקטיאָרן זײַנען ערשט־קלאַסיקע, קענען די מלאָכה פֿון שוישפּיל. די פּיעסע פֿאָדערט אַ סך אַרבעט. ווען די שרײַבערין וואָלט זיך טאַקע קאָנצענטרירט אויף דער באָבע־אייניקל־באַציִונג, וואָלט עס דערפֿרייט די הערצער פֿון דעם עלטערן עולם.
איר פֿאַרשטייט, ליבע פֿרײַנד, מיר לעכצן נאָך ייִדישע טעמעס אין ענגלישן טעאַטער, נאָך שעפֿערישער מוזיק וואָס איז צוגעפּאַסט צום סוזשעט, נישט גלאַט מוזיק סתּם אין דער וועלט אַרײַן. געוויסע מענטשן, וואָס ווילן אויסדריקן זייערע טאַלאַנטן אויף ייִדישע טעמעס, נעמען זיך אונטער הײַנטיקע צײַטן פּראָיעקטן, וואָס זײַנען זיי פֿרעמד; אָדער, וואָס זיי האָבן געהערט פֿון דער באָבען, און בויען דערויף גאַנצע סצענאַרן. עס פֿאָדערט זיך אַ ביסעלע פֿאָרש־אַרבעט, אַ באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער געשיכטע, מיטן חורבן, מיטן ייִדישן טעאַטער, אַ שלל מיט וויסן, איידער מ׳נעמט זיך אונטער צו פֿאַרפֿאַסן עפּעס אויף אַ ייִדישער טעמע.
איך בין זיכער, אַז די פֿאַרפֿאַסער פֿון "פֿידלער אויפֿן דאַך," האָבן אַדורכגעאַקערט שלום־עליכמס "טבֿיה," פֿון אויבן ביז אַראָפּ. די צוויי קאָמפּאָזיטאָרן, דזשערי באָק און שעלדאָן האַרניק, האָבן אויסגעדריקט אין מוזיק זייער פֿאַרשטענדעניש פֿון דער פּיעסע, און ביזן הײַנטיקן טאָג זינגט מען זייערע לידער, וואָס פֿון דעם דאַרף מען לערנען.
מוזיק באַשטייט פֿון איידעלער מאַטעריע. אָבער יעדער טאַלאַנט, וואָס פֿאַרשטייט אַ מוזיקאַליש־ייִדישע נאָטע, קען ווערן פֿאַרכאַפּט פֿון אַ בילד, אַ סצענאַר, אַ באַגריף פֿון דעם אין וואָס עס האַנדלט זיך. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם, וואָס אין "מענטשן אויפֿן בילד," האָט מען געהאַט בדעה צוצושטעלן עפּעס רעכטס אויף אַ ייִדישער טעמע. דאָ האָבן זיי געהאַט אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט צו פֿאַרפֿאַסן אַן אמתדיק, ייִדישן קלאַנג. איך וואָלט געראַטן מײַנע לייענער זיי זאָלן יאָ גיין זען די פֿאָרשטעלונג. ס׳שמעקט מיט ייִדישן טעם, און יעדער איינער פֿון די באַזוכער קען פֿאַר זיך אַליין אָפּשאַצן צום גוטן אָדער צום נישקשהדיקן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז דער עולם האָט הנאה געהאַט.
הײַנטיקס יאָר האָבן מיר אַ שלל מיט פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדישע טעמעס אין שטאָט. אַלץ וואָס מען דאַרף טאָן איז קויפֿן בילעטן און זײַן אייגענע מבֿינים. די פֿאָרשטעלונג ווערט געוויזן אין "סטודיאָ 54" — 254 וועסט 54סטע גאַס אין מאַנהעטן. די פּיעסע וועט שפּילן ביז יוני דעם 19טן. אויף צו באַשטעלן די בילעטן קלינגט: 1300־719 (212).