ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס — גיטל, פֿון לינקס — עלקע, די דריטע איז פּונקט דעמאָלט געלעגן קראַנק. (וואַסאַר קאָלעדזש)

ייִדיש־לימוד באַהאַלט זיך אויס אין די זעלטנסטע ווינקעלעך, אין די פֿאַרוואָרפֿנסטע העק איבערן לאַנד. איך למשל בין שוין פֿאַרבונדן מיט וואַסאַר־קאַלעדזש כּמעט פֿינף יאָר צײַט. פֿיר מאָל אַ יאָר לאָז איך זיך אַרויס אין וועג אַרײַן געבן ייִדיש־עקזאַמענס.

וואַסאַר־קאַלעדזש געפֿינט זיך אין אַ קליין שטעטל אין צפֿון פֿון ניו־יאָרק, וואָס הייסט פּאָקיפּסי. ס׳איז אַזוי גוט ווי אַ מהלך פֿון אַרום פֿינף און זיבעציק מײַל פֿון ניו־יאָרק. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס וואָס שפּראַך־לערער איז נישט דערלויבט צו געבן זייערע קלאַסן עקזאַמענס?

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לעבן אינעם קליינעם שטעטעלע קאָראַל־ספּרינגס אין פֿלאָרידע, קען זײַן שטאַרק קאַלעמוטנע און מאָנאָטאָן, אַפֿילו מיט די קינדער און אייניקלעך אַרום מיר, זיי זײַנען פֿאַרנומען מיט זייערע געשעפֿטן און איך דאַרף הנאה האָבן פֿון דער זון, פֿונעם באַסיין און פֿון דעם אַרום. אַ נעכטיקער טאָג. קאָראַל־ספּרינגס איז נישט ניו־יאָרק וווּ עס פּולסירט טאָג און נאַכט מיט לעבן. קען מען דאָך נישט האָבן ביידע וועלטן אין איינעם. קוקט מען אַרײַן אין צײַטונג און איך דערזע, אַז לעבן אונדזער שטעטעלע איז פֿאַראַן אַ שרײַבער־קאַפֿע. נו, דאָס האָט מיך שוין אינטריגירט און אויפֿגעהײַטערט. וואָס קען דאָס זײַן? און ווער זײַנען די שרײַבער?

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס, אַז אַ לוויה איז נישט קיין פֿריילעך געשעעניש. ס׳איז טרויעריק און ביטער ווער עס פֿאַרלירט אַ נאָענטן. בדרך־כּלל גיי איך נישט אויף קיין לוויות. וואָס אַן אמת, מײַדט איך אויס בר־מיצוות און חתונות אויך. וועט איר דאָך פֿרעגן היתּכן? ווי קומט עס עפּעס וואָס איך מײַד אויס שׂימחות און לוויות? וועל איך אײַך אויסזאָגן דעם סוד. אַ הײַנטיקע בר־ אָדער בת־מיצווה איז אַזוי גוט ווי אַ חתונה. אַ חתונה ווידער, איז נישט מער און נישט ווייניקער ווי אַ יום־טובֿדיקע פֿײַערונג, געפּאַסט, לאָמיר זאָגן פֿאַר דובײַ, אָדער מאָנאַקאָ, לאַס־וועגאַס מיט קאַסינאָס. ס׳איז "דיזני־וווירלד" מיט "מיקי־מויז" און "דאָנאַלד־דאַק" וואָס פֿאַרווײַלן און פֿאַרטשאַדען די געסט. מײַד איך זיי אַלע אויס ווי אַ משוגענעם הונט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין דערציילט די מעשׂה. אויב יאָ, זײַט מיר מוחל. דאָס פּאַסירעניש איז פֿאָרגעקומען אין מיאַמי־אוניווערסיטעט, ווען איך בין געגאַנגען אין קאַלעדזש, און ס׳האָט מיר גענומען אָנדערטהאַלבן יאָר צו באַקומען מײַן באַקאַלאָריאַט. איך האָב זיך גאָרנישט געקאָנט אָפּוווּנדערן ווי אַזוי איך האָב עס באַוויזן. ווײַל ביז איך האָב חתונה געהאַט און געבוירן קינדער, האָב איך בלויז געהאַט אונטער זיך דעם "ייִדישן לערער־סעמינאַר", וווּ איך בין געגאַנגען גאַנצע דרײַ יאָר און באַקומען אַ לערער־דיפּלאָם — דעם ייִדישן באַקאַלאָריאַט. סוף 1960ער יאָרן בין איך אַוועק אין אַ פּרעכטיקן אוניווערסיטעט, וואָס הייסט ביזן הײַנטיקן טאָג די "ניו־סקול פֿאָר סאָשל־ריסוירטש".

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איציק גאָטעסמאַן האָט שוין דערמאָנט אין זײַן רובריק, אַז אין די לעצטע צען יאָר האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל קאַווקאַזער און אַזערבײַדזשאַנער ייִדן און שוין באַוויזן אויפֿצושטעלן אַ טעאַטער אין זייער מוטערשפּראַך — יודעאָ־יואַהוריש און יודעאָ־טאַט. איינע איז באַזירט אויף פּערסיש און לשון־קודש, די אַנדערע — אויף טערקיש און לשון־קודש.

משפּחה, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: מרים ש. האָפֿמאַן מיט דוּווטשען (דוד) ראָטנבערג — דער פֿאָטער פֿון גאָלדעלען און רחלען

עפּעס לעצטנס קומען מיר אַנטקעגן די שווערסטע מאָמענטן, בעת איך האַלט אָן מײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט ביידע שוועסטער. זיי זײַנען קינדער פֿון עלטערן, געראַטעוועטע פֿון אוישוויץ. איינע איז געבוירן אין אַ "די־פּי"־־לאַגער און די צווייטע שוין דאָ אין לאַנד. זייערע עלטערן האָבן זיך געחבֿרט מיט מײַנע עלטערן, און ווען די צוויי שוועסטער זײַנען אַ ביסעלע אונטערגעוואַקסן, בין איך שוין אַלט געווען פֿערצן־פֿופֿצן יאָר. אַ מיידל אין מײַנע יאָרן האָט שוין געקענט צופֿאַרדינען, בין איך געוואָרן אַ "בייבי־סיטערקע," (קינד־היטערין), בײַ דער משפּחה.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לאָמיך זיך אָקאָרשט דערמאָנען. איך האָב די טעג איבערגעלייענט אַן אַרטיקעלע אין דער "ניו־יאָרק טײַמס", וואָס ס׳האָט מחבר געווען דייוויד ברוקס, און עס אָנגערופֿן "גיזערס" — "אַלטוואַרג", הייסט עס. האָט ער מיט דעם אין מיר אָנגערירט אַן אָנגעצויגענע סטרונע. דאָס אַרטיקעלע איז דערשינען דעם 2טן פֿעברואַר אונדזער צײַט־רעכענונג. כ׳ווייס נישט, צי איך האָב זיך אַרײַנגעפּאַסט אין דער קאַטעגאָריע; כ׳בין אָבער אויפֿן דרך צו דער בין־השמשות זאָנע (Twilight Zone) פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען, און קיין טעלעגראַמע האָט נאָך קיינער פֿון דאָרטן נישט באַקומען.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: חיים שמולעוויטש, מײַן טאַטע, און בנימעלע אין עלטער פֿון דרײַ — אין ארץ־ישׂראל אויפֿן וואָגן פֿון יהודה הירקן, דעם גרינצײַג פֿאַרקויפֿער

נישקשה, איך בין כאָטש צוריקגעקומען פֿון ישׂראל קיין אַמעריקע מיט אַ טוץ מעשׂיות און געשעענישן, וואָס זײַנען מיר געבליבן שטעקן אין זכּרון. דאַכט זיך, איך האָב אײַך שוין דערציילט, אַז מיר האָבן דאָרט געוווינט אין אַ שטעטעלע וואָס האָט געהייסן הרצליה־פּיתּוח. כ׳האָב אַפֿילו אין די צען יאָר נישט געוווּסט, אַז די באַוווּסטע פּאָעטעסע, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, איז געווען אונדזערס אַ שכנטע, און דאָס איז אַ שאָד. דאָס שטעטעלע האָט מען, אין מײַן צײַט, גערופֿן די "אַמעריקאַנער קאָלאָניע".

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, צוזאַמען מיט דני מאַרקוס און נימי ווײַסבראָד אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליע"

איך האָב געפּאַטשט בראַוואָ און געלאַכט צוזאַמען מיטן געפּאַקטן עולם אין זאַל, מיטגעזונגען און מיטגעריסן געוואָרן. הײַנט שטעלט די "פֿאָלקסבינע" די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", מיטן העכסט באַגאַבטן טאַלאַנט וואָס באַשײַנט אונדזער ייִדישן טעאַטער ווי נאָר ער באַווײַזט זיך אויף דער בינע, און דאָס איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַק בורשטיין, צוזאַמען מיט אַ וווּנדערלעכן אָפּקלײַב פֿון נײַן אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ייִדיש גליטשט זיך פֿון זייערע ליפּן פֿליסיק און מיט אינטאָנאַציע, זינגען זיי מיט פּרעכטיקע שטימען און טאַנצן ווי בײַ דער מיזינקע אויף דער חתונה. ממש אַ קוועלונג פֿאַר די אויגן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו חיים גראַדעס אַלמנה — אינאַ גראַדע. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז נישט קיין סיבה צו שטעלן זיך קלאָגן און אויך נישט אַרײַנפֿאַלן אין אַ הינערפּלעט פֿון אַנטציקונג. איציק גאָטעסמאַן האָט אין זײַן פֿאָריקן אַרטיקל אָנגעגעבן אַ סך פּרטים פֿון אינאַס כאַראַקטער, איר מאָדנע באַציִונג מיט דער ייִדישער וועלט, אירע אַמביציעס און צערודערטן צושטאַנד. און אַזוי ווי חיים גראַדע איז געווען אונדזער שכן אין דער בראָנקס, איז ער מיר געווען באַקאַנט און אַלץ וואָס איך האָב געזען און געהערט פֿון אים האָט זיך נישט גאָר געלייגט אויפֿן שׂכל, נאָר זײַן גרויסקייט האָט געשטעקט אין יעדן זאַץ זײַנעם. מיט איין וואָרט, ער איז געווען אַ קלוגער ייִד.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מ׳טרובעט איבער דער וועלט — ס׳רוכעוועט זיך צווישן די גלחים אַ פּערוועזער סקאַנדאַל. זיי האָבן געזינדיקט און ווילן זיך נישט מתוודה זײַן. זיי האָבן זיך איזדיעקעוועט איבער אומשולדיקע קינדער און זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאָפֿיליע דורות־לאַנג. נישט נאָר דאָס. איין גלח האָט פֿאַרפֿירט 200 טויבע קינדער, און נישט בלויז דאָ אין אַמעריקע, נאָר כּמעט גלאָבאַל — אייראָפּע, אירלאַנד, לאַטיין־אַמעריקע און איצט מעקסיקע. די קאַטוילישע קירך האָט ממש באַנקראָטירט.

זכרונות, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה?