ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יסוף פּאַפּ

אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי איך האָב אײַך אַמאָל דערציילט, נאָר מײַן שוועגערין איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר; און מיט שווער, מיין איך נישט בלויז איר שווערע וואָג, נאָר איר טראַגיש לעבן, פֿון וועלכן זי איז קיין מאָל נישט אַרויסגעקומען מיט גאַנצע ביינער. נאָך דער מלחמה, וווּ זי האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס, איז זי פֿון איר שטעטעלע קאַשאָו אין די קאַרפּאַטן, אַוועק קיין בערעקסאַס, וווּ עס האָט זיך אויך אָפּגעזוכט איר פֿרומער, אָדער בעסער געזאָגט, קרומער, טאַטע. נישט ווײַל ער איז געווען קרום, חלילה, נאָר זײַן פֿרומקייט איז געווען אַ קרומע. זי האָט אויך געפֿונען איר ברודער.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב אַמאָל געקענט אַ חבֿרה־מאַנטע, וועלכע איז כּסדר אַרומגעלאָפֿן איבער בויבעריק, אַן אַמאָליקע ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, און געשריגן:

"געוואַלד ייִדן! כ׳האָב פֿאַרלוירן מײַן שמואל ב׳, אפֿשר האָט עמעצער געזען מײַן שמואל ב׳?"

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון די בויבעריקאַנער האָבן נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס די גרויסע רביצין האַקט אַ טשײַניק. האָט איינע זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט:

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן מענטשן געהאַט ספֿקות צי איך שרײַב די געדרוקטע אַרטיקלען. האָט מיר איינער אַרײַנגעלאַכט אין פּנים:

"מסתּמא שרײַבט דײַן מאַן דײַנע אַרטיקלען פֿאַר דיר."

אַ צווייטער האָט מיט אַ חוזקל אויף דער נאָז צוגעגעבן:

"מסתּמא שרײַבט דײַן טאַטע דײַנע אַרטיקלען."

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קול־שאַריף, דער הויפּט־מעטשעט אין קאַזאַן

אַפֿילו וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל בין איך נישט געקומען אַזוי נאָענט צו אַן אַקט פֿון טעראָר ווי דאָ, אין ריווערדייל. אויף דער דערבײַיִקער גאַס געפֿינען זיך די ביידע שילן, וווּ די היימיש געמאַכטע טעראָריסטן האָבן געהאַט בדעה אויפֿצורײַסן ביידע ייִדישע אינסטיטוציעס. שכנים, גוטע־פֿרײַנד און באַקאַנטע זײַנען מיטאַמאָל דערשיטערט געוואָרן. ווי קען דאָס זײַן? ממש אויף אונדזער שוועל? זיי האָבן זיך ביז אַהער געפֿילט געזיכערט פֿונעם איסלאַמיש־ראַדיקאַלן טעראָר. מיטאַמאָל האָט זיי אַ טיאָכקע געטאָן אונטערן לעפֿעלע.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טבֿיה שטערן

כ׳האָב עס געהערט אויף דעם ראַדיאָ. כ׳האָב עס געלייענט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," אַז אַ ייִד מיטן כּשרן נאָמען ווי טבֿיה שטערן — אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ביז מען האָט אים געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין דער חד־גדיא. דערווײַל רוקט זיך אונטער זײַן זונס בר־מיצווה. וואָס זשע טוט דער שווינדליאָזש, דער מאַטאַץ, דער פֿאַרברעכער? ער פּלאַנירט אויס אַ בר־מיצווה פֿאַרן זון אין דער טורמע, מיט אַ כּשרן מאָלצײַט. ער קויפֿט אונטער צוויי אָפּטיילונג־דירעקטאָרן און דעם תּפֿיסה־היטער, און פֿאַרן כאַבאַר גרייטן זיי אָן פֿאַר אים און זײַנע זעכציק אײַנגעלאַדענע געסט די גימנאַסטיק־האַלע.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף טעלעוויזיע, קאַנאַל דרײַצן, ווײַזט מען אַ גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿון וואַנען אונדזער פֿאָלק שטאַמט, ווי אַזוי מיר האָבן זיך דאָראָבעט צום לאַנד כּנען, וואָס מיר האָבן שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין ארץ־ישׂראל. די שופֿטים, די מלאכים, די נבֿיאים. ווי אַזוי מיר האָבן זיך פֿאַרוואַלגערט אין נבֿוכדנצרס לאַנד בבֿל, וואָס אַמאָל האָט עס געהייסן מעסאָפּאָטאַמיע און הײַנט איראַק, דעם חורבן בית־ראשון, און אַזוי ווײַטער ביז די רוימער.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האַרט פֿאַר מײַן אָפּפֿליִען קיין פֿלאָרידע בין איך מיט מײַן זון אַבֿי (אַבֿרהמל) אַוועק זען די פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט אויף ענגליש (Stunning) און אויף ייִדיש וואָלט איך עס גערופֿן — "פּרעכטיק". איך בין געגאַנגען זען די אויפֿפֿירונג, ווײַל כ׳האָב געוואָלט זען אַ פּיעסע וועגן די סירישע ייִדן. כ׳בין געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז זיי האָבן אַ קולטור־געשיכטע אונטער זיך, אייגענע מינהגים און טראַדיציעס וואָס ס׳לוינט זיך צו זען. אַ נעכטיקער טאָג. דאָס וואָס איך האָב געזען איז געווען אַ שילדערונג וועגן דעם ווי פֿאַרגרעבט זיי זײַנען, ווי אָפּגעשטאַנען, ווי באַאײַנפֿלוסט פֿון דער איסלאַמישער השפּעה, אַפֿילו נאָך דאָ, אין אַמעריקע.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון פּיעסע "אונדזער דאַמע פֿון דרום־דיוויזשן־גאַס"

פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבע פֿרײַנד, מיר האָבן אַ סך שלעכטע געוווינהייטן, ווי: רייכערן, עסן זאַכן וואָס מיר טאָרן נישט עסן, און וואָס טויגן נישט פֿאַר אונדזער געזונט; נישט גיין צו די דאָקטוירים ביז ס׳ווערט צו שפּעט, און אַ שלל מיט אַנדערע נייגונגען. אָבער איינע פֿון די ערגסטע געוווינהייטן, פֿון וועלכע די מענטשהייט לײַדט, איז שטאַרבן די ערגסטע צווישן זיי. אויב ס׳איז בכלל מעגלעך פֿאַר אײַך אויסצופּועלן בײַ זיך, אַז שטאַרבן איז אַ שלעכטע געוווינהייט, מײַדט אויס די שטערבלעכקייט; און אויב מעגלעך, לייגט עס אָפּ אויף שפּעטער.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2."

פּובליציסטיק

אינעם הײַנטיקן "ניו־יאָרק טײַמס" גיט מען זיך שטאַרק אָפּ מיט דער פּראָגער לעגענדע וועגן דעם מהר"לס גולם. אייראָפּע זוכט פֿון אונטער דר'ערד ווי צו פֿאַרדינען אַ קערבל פֿון דער טוריסטיק, און דער עיקר פֿון דער ייִדישער טוריסטיק. ערשטנס, איז דאָס נוגע פּוילן, וווּ מען האָט ערשט נישט לאַנג געעפֿנט דעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע און מען זיצט ווי אויף שפּילקעס און וואַרט אויף דער ייִדישער טוריסטיק. אַ טייל פֿון זיי קומען מיט דאָלאַרן, קויפֿן שמאָנצעס, עסן אין מכּלומרשט ייִדישע רעסטאָראַנען און פֿאַרטשאַדען זיך מיט די גײַסטיקע אויפֿטוען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער באַפֿעלקערונג וואָס איז מער נישטאָ.