- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן. אַריאלה דויטש איך האָב ליב ייִדיש, נאָר מײַן ייִדיש איז באַגרענעצט צו די באַגריסונגען וואָס מען נוצט אין שיל און ווען ס'קומט צו הבֿדלה. אוי יאָ. איך קען אויך דאָס וואָרט "לעפֿל" און "גאָפּל," און דאָס איז דערפֿאַר וואָס מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן די שפּראַך פֿליסיק. מײַן טאַטנס עלטערן, געבוירן אין אונגאַרן און דער מאַמעס טאַטע שטאַמט פֿון פּוילן און איר מאַמע פֿון ישׂראל. גליקלעכע מענטשן וואָס זיי פֿאַרשטייען די שפּראַך. אָבער דאָס גליק גרייכט נישט צו מיר. איך שטעל זיך פֿאָר, יעדעס יאָר, יעדן נײַעם סעמעסטער, ווען איך גרייט זיך אַרײַנצוגיין אין אָנהייבער־ייִדיש־קלאַס, קלאַפּט בײַ מיר דאָס האַרץ. וואָס איז די מעשׂה? אָפּגעלערנט אַזוי פֿיל יאָר און שרעק זיך נאָך אַלץ אַז איך וועל עפֿענען די טיר און דער קלאַס וועט זײַן ליידיק. און יעדעס מאָל, ווען איך עפֿן די טיר דעם ערשטן טאָג פֿון לערנען מיט אָנהייבער, און דערזע אַ פֿולן קלאַס, וואַקסט אין מיר דאָס האַרץ. ווי האָב איך זיך געקענט אַזוי טועה זײַן? עס קומט מיר אויפֿן געדאַנק חיים גראַדעס אַ זאָג אין זײַן "וויכּוח:" אַזוי ווי יעדעס יאָר, באַקען איך אײַך מיט מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בלויז מיט די אָנהייבער, הייסט עס, די מיטעלע קענט איר שוין פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר און די אַוואַנסירטע פֿון יאָרן צוריק. נאָך אַלעמען, ייִדן וואָס לעבן זיך אויס מיט ייִדיש, לייענען די ייִדישע צײַטונג, רעדן מאַמע־לשון, ווילן זען אַ שטיקעלע נאָכוווּקס. יונגע חבֿרה לערנען זיך ייִדיש, און לאָמיך זיך טיילן מיט אײַך, נישט נאָר לערנען זיי זיך עפּעס אויס, נאָר איך לערן זיך אויס אַ סך פֿון זיי. ווי למשל, ווער זיי זײַנען? ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס: "איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער: "איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט." איך זאָג פֿאַרציילן און נישט דערציילן ווײַל דאָס הער איך פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס רעדן נאָך אַלץ זייער טאַטע־מאַמע־לשון. איך ווייס צו מאָל נישט וווּ אָנצוהייבן, ווײַל איך וויל נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין. זיכער האָבן נישט אַלע אַדורכגעמאַכט די זעלביקע ליידן ווי די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון מײַנע עלטערן. פֿאַרקערט. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרומגעקוקט, זינט מײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען געשטאָרבן, קען איך דערמאָנען אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן געהאַט קינדער קרובֿ צום אויסבראָך פֿון דער מלחמה. ליבע פֿרײַנד, איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרפֿאַסערס פֿון "מיוזיקלס" טויגן אויף טויזנט כּפּרות. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַרוואָס? וועל איך אײַך זאָגן: ערשטנס, פֿעלט זיי טאַלאַנט; צווייטנס, פֿעלט זיי הומאָר; דריטנס, פֿעלט זיי פֿאַנטאַזיע; פֿערטנס, פֿעלט זיי וויסן, און פֿיפֿטנס... כ׳גיי זיך דאָ נישט באַווײַזן, אַז איך קען ציילן ביז הונדערט. ווי איז דאָס צו רייד געקומען? פּראָסט און פּשוט. טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל. מיט אַ צוויי וואָכן צוריק האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון “אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע שטודיעס" אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ מען האָט מודיע געווען אַז עמוס עוז, דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער און עגנון־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, וועט האַלטן אַ סעריע פֿון דרײַ רעפֿעראַטן. נעכטן, נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט, האָב איך זיך צונויפֿגענומען און אַוועק אין דער זשורנאַליסטישער אָפּטיילונג פֿון קאַמפּוס, פֿעני און פֿרעדי זײַנען געווען צוויי חבֿרה־לײַט אַרויסגעקומען פֿון אָרעמקייט און געחלומט איין טאָג אָנצוכאַפּן זיך אין די פּאָלעס פֿונעם אַמעריקאַנער חלום. פֿעני האָט גענומען דעם "סאָבוויי" צו דער אַרבעט. זי האָט געאַרבעט אויף דער "לאַוער איסט סײַד," לעבן וואָל־סטריט. דאָרט איז זי געווען אַ טעלעפֿאָניסטקע. גענומען אַ דיקטאַנט פֿונעם בעל־הבית און געקלאַפּט אויף דער שרײַב־מאַשינקע. איר געהאַלט איז געווען נישט מער ווי פֿינף און דרײַסיק שמאַלאַרעס אַ וואָך. וואָס לוינט זיך דאָ צו רעדן און צו ברײַען לאַנגע מעשׂיות. געזען אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צײַטונג אַן אַנאָנס, אַז מ'שפּילט אין "קוואַרד־קינאָ" אין ווילעדזש, אַ פֿילם, וואָס האָט אין זיך אַ ייִדיש וואָרט. בין איך אַוועק זען וואָס די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָ פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. ווײַזט זיך אַרויס אַז ס'איז יאָ עפּעס אַ ייִדישער פֿילם, כאָטש ס'לשון איז שפּאַניש מיט אַ טראָפּ ייִדיש אויף צו פֿאַרבײַסן. (פֿיפֿטער קאַפֿיטל) ווען חיים קומט אַהיים פֿון דער אַרבעט פּאָרעט זיך טאָליע אין קיך. זי איז אין גאַנצן פֿאַרשוויצט. זי שטייט בײַ אַ קאָכעדיקן טאָפּ און מישט מיט אַ הילצערנעם לעפֿל. דער קאָפּ איז בײַ איר אַרומגעבונדן מיט אַ טוכלער שמאַטע. זי טראָגט אַ פֿאַרריסטן (שמוציק) פֿאַרטעך און הערט נישט אויף צו ווישן זיך די הענט אין אים. חיים שליסט אויף די טיר, לייגט אַוועק די צײַטונג אויפֿן טיש, דאָס ליידיקע מיטיק־זעקעלע אויפֿן בענקל און אײַלט זיך אין וואַשצימער זיך אַרומצוּוואַשן. טאָליע שרײַט אים נאָך פֿון קיך: |