(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

(פֿיפֿטער קאַפֿיטל)

ווען חיים קומט אַהיים פֿון דער אַרבעט פּאָרעט זיך טאָליע אין קיך. זי איז אין גאַנצן פֿאַרשוויצט. זי שטייט בײַ אַ קאָכעדיקן טאָפּ און מישט מיט אַ הילצערנעם לעפֿל. דער קאָפּ איז בײַ איר אַרומגעבונדן מיט אַ טוכלער שמאַטע. זי טראָגט אַ פֿאַרריסטן (שמוציק) פֿאַרטעך און הערט נישט אויף צו ווישן זיך די הענט אין אים. חיים שליסט אויף די טיר, לייגט אַוועק די צײַטונג אויפֿן טיש, דאָס ליידיקע מיטיק־זעקעלע אויפֿן בענקל און אײַלט זיך אין וואַשצימער זיך אַרומצוּוואַשן. טאָליע שרײַט אים נאָך פֿון קיך:

"נו, ווי האָט דיר געשמעקט די צעקוועטשטע באַנאַנע? וועסט שוין וויסן אויף להבא דאָס זעקעלע מיטן מיטיק נעמען מיט צו דער אַרבעט. דאָס זעקעלע מיטן מיסט וואַרפֿט מען אַרײַן אין ‘סינערייטאָר’".

ער הערט נישט. ער פּליוכעט מיטן וואַסער.

"וואָס האָסטו געזאָגט טאָליע? איך הער קיין וואָרט נישט".

"די באַנאַנע!"

חיים ווישט זיך אָפּ דאָס פּנים און קומט אַרײַן אין קיך, מיד און מאַט פֿון דער אַרבעט.

"פֿרעג שוין נישט. כ’בין טויט הונגעריק".

"אַוודאי ביסטו הונגעריק, חיים. ווען ביסטו נישט הונגעריק? כ'וואָלט געשוווירן אַז בײַ דיר אין מאָגן זיצט אַ דריל־מײַסטער און בויערט דאָרט אַ לאָך".

"וואָס האָסטו געזאָגט?"

בעת חיים זעצט זיך צו צום טיש, ווערט ער שטאַרק אויפֿגעהײַטערט. ער איז צופֿרידן מיט זיך און וויל וויסן פֿאַרוואָס דאָס עסן שטייט נישט אויפֿן טיש.

"זאָל זײַן ווייניקער גערעדט און מער געטאָן. לאָמיר שוין זען דאָס עסן אויפֿן טיש". ער כאַפּט די צײַטונג און קוקט אין איר אַרײַן. טאָליע בלאָזט זיך, ס'געפֿעלט איר נישט זײַן טאָן.

"מיך גייען שוין ווייניק אָן דײַנע באַפֿעלן. אַלץ וואָס די מענער ווייסן איז געבן באַפֿעלן. אָדם האָט געגעבן חוהן באַפֿעלן און דו גיסט מיר. וואָס אַ שטייגער וואָלט פּאַסירט ווען די מענער ווערן אויס פֿלאָקנשיסער און הערן אויף צו קאָמאַנדעווען? זייערע צונגען וואָלטן מסתּמא אָפּגעדאַרט".

חיים לאָזט עס אַדורך, וויל זיך מיט איר נישט אַמפּערן. ער וויל ס’זײַניקע, דאָס עסן:

"וווּ איז די יושקע טאָליע?"

"טרעף!"

זי זאָגט עס אַרויס געלאַסן, בעת זי פּאָרעט זיך אַרום אַ קאָכעדיקן טאָפּ. איר מאַן גייט אויס פֿאַר הונגער. ווענדט ער זיך צו איר מיט אַ בקשה:

"האָסט כאָטש אַ פֿריש שטיקל ברויט?"

"צי איך האָב אַ פֿריש שטיקל ברויט!"

זי גיט זיך אַ בלאָז אָן ווי אַן אינדיטשקע פֿון זײַנע פֿראַגעס.

"האָסט שוין אַמאָל געגעסן וועטשערע אָן אַ פֿריש שטיקל ברויט? כּל־זמן איך בין די מלכּה פֿון קיך, וועט בײַ מיר שטענדיק זײַן אַ פֿריש שטיקל ברויט. דו בעסער הייב זיך אָן צו זאָרגן וועגן דײַן צווייט ווײַב, טאָליע נומער צוויי. זי וועט שוין נישט וויסן פֿון קיין פֿריש שטיקל ברויט, ווײַל זי וועט האַלטן אַ דיעטע. זי וועט פֿאָרן אויף דאַטשע קיין מיאַמי־ביטש, זי וועט טראָגן אַ ‘מינק־קאָוט’ און זיך אַנדאָלירן די האָר אין ‘ביודיפּאַלער’. און דו ווייסט פֿאַרוואָס? ווײַל זי האָט נישט אַדורכגעמאַכט דאָס רוסישע גיהנום וווּ מ'פּענכערט אויף דער צונג. ווי אַזוי האָב איך דאָס אַלץ אַדורכגעמאַכט הייב איך נישט אָן צו וויסן".

חיים ווערט אָן ס'געדולד, שמײַסט אַוועק די צײַטונג און לאָזט פֿון זיך הערן:

"טאָליע! דו בעסער הער אויף מיט דײַנע נאַרישקייטן, און הייב אָן מיטן רעכטן גערעכטן. לאָמיך שוין זען דאָס ביסל עסן אויפֿן טיש".

פּאַמעלעך גיסט טאָליע אָן אַ טעלער לאָקשן מיט יויך און דערלאַנגט עס אים צוזאַמען מיט אַ שטיקל ברויט. ער כאַפּט דעם ערשטן זופּ און בריט זיך אָפּ.

"ס'איז אַ קאַפּיטשקע צו הייס. וווּ איז דאָס זאַלץ?"

"ס'האָט אַוועקגעשפּאָנצענדרירט וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט".

"ס'איז מיר שוין באַשערט טאָליע, אַז יעדעס מאָל וואָס איך זעץ זיך צו צום טיש זאָל איך אָנהייבן פֿון ששת־ימי־בראשית, אַלץ פֿון דאָס נײַ".

"דאָס איז דערפֿאַר וואָס דו ביסט אַ פֿרעמדער בײַ זיך אין דער היים. ס'איז שוין צײַט דו זאָלסט זיך באַקענען מיט דײַן אַרום. דאָס איז דער טיש. דאָ שטייט דער ‘פֿרידזשידער’. איך בין דײַן ווײַב טאָליע, וואָס ווען נישט איך וואָלסטו נאָך געפֿוילט ערגעץ אין אַ רוסישן לאַגער און נישט געוווּסט פֿון דעם אַמעריקאַנעם שוווילטאָג".

"טאָלעשי! ביסט שוין אַ יאָר אין אַמעריקע און קענסט זיך נאָך אַלץ נישט באַפֿרײַען פֿון די רוסישע קאָשמאַרן. באַהאַלטסט דאָס זאַלץ ווי ס'וואָלט געווען אַ רעגירונגס־געהיימניש. ווען דו לייגסט עס אַוועק אויף איין אָרט, וואָלט איך דאָך געוווּסט וווּ עס צו געפֿינען".

טאָליע ווייסט גאַנץ גוט אַז די קיך איז איר טעריטאָריע, און אַז קיינער קען איר נישט פֿאָרוואַרפֿן אַז זי איז נישט קיין גוטע בעל־הביתטע.

"באַלד וועסטו מיך פֿרעגן וווּ איז דער פֿעפֿער?"

"הער אַ מעשׂה, פֿון וואַנען האָסטו געוווּסט אַז דאָס איז טאַקע וואָס איך וויל. ס'פֿעלט דער יויך אַ ביסל זאַלץ און פֿעפֿער".

"ס'געפֿעלט דיר נישט ווי איך קאָך. קאָך זיך אַליין ס'טעפּל. וואָס מיינסטו ס'איז אַזוי לײַכט צו פּרעגלען זיך אַ גאַנצן טאָג איבער אַ הייסן אויוון און ווערן צעשמאָלצן ווי אַ שטיק פּוטער".

חיים הערט זי ווי דעם קאָטער. אַלץ וואָס ער וויל וויסן איז וווּ איז אַהינגעקומען דאָס זאַלץ מיטן פֿעפֿער. יעדעס מאָל וואָס ער זעצט זיך צו צום טיש הערט ער דעם זעלבן פּיזמון.

"דאָס זאַלץ איז אַנטלאָפֿן מיטן שמאַלץ הערינג".

"אָט צו דעם קום איך אַהיים יעדע נאַכט טאָליע?" האָט ער זיך צעשריגן אַז די ווענט האָבן געטרעשטשעט.

"אַ גאַנצן טאָג האָרעווע איך בײַם ‘לינאָטיפּ’, אין אַ צײַטונג וואָס קאָרמעט אירע לייענער מיטן רויטן באָרשט. איך עס זיך אָן מיט בלײַ און מיט דער צעקוועטשטער באַנאַנע וואָס דו גיסט מיר מיט, און ווען כ'קום שוין אַהיים נאָך אַזאַ האָרעוואַניע, באַטראַפּלט זי מיך מיט אַ משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך".

נאַ דיר האָסטו! כ'קום דיר עפּעס?" און זי האָט אים דערלאַנגט דאָס זאַלץ מיטן פֿעפֿער אונטער דער נאָז. "איצט ביסטו שוין צופֿרידן?"

חיים ענטפֿערט איר נישט אָפּ. ער איז פֿאַרנומען מיטן כלעבדזשען די לאָקשן מיט יויך. זי לאָזט אָבער נישט אָפּ. בײַ איר טליעט אַ פֿײַערל אונטערן לעפֿעלע, מוז זי עס צו עמעצן אויסלאָזן.

"ווייסט כאָטש ווער ס'האָט הײַנט געקלונגען?"

"פֿון וואַנען זאָל איך וויסן, וואָס בין איך אַ שטערן־זעער?" ענטפֿערט ער אין גאַנצן פֿאַרשוויצט פֿון דער אַכילה.

"דײַן פֿעטערס טאָניע (טאָכטער — סאַרקאַסטיש), דאָס פֿאַרזעעניש מיט די שיקלדיקע אויגן. ווי אַזוי זי האָט זאַטאַשטשעט אַ מאַן, איז פֿאַר מיר אַ סוד אויף זיבן שלעסער. כאָטש צוריקגערעדט איז ער אַ קנאַפּע מציאה, האַלט זיך נישט אויף קיין ‘דזשאַב’, קען זיך נישט דערוואַרטן דאָס פֿעטערל זאָל צומאַכן אַן אויג. דעמאָלט וואָלט ער ערשט אויפֿגעלעבט מיטן שווערס פֿאַרמעגן".

"איז וואָזשע האָט זי געהאַט צו זאָגן?"

"ווער?" קוקט זי אים אָן מיט אַ פּאָר אומפֿאַרשטענדלעכע אויגן.

"מאַטילדע! דעם פֿעטערס טאָכטער".

"אַ וואָסער מאַטילדע אויף דײַן קאָפּ?" חיים פֿאַרשטייט נישט אויפֿן מאָמענט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. אָבער באַלד קומט ער צו זיך.

"האָסט דאָך ערשט געזאָגט אַז דעם פֿעטערס טאָכטער האָט געקלונגען?"

"יאָ! אָבער נישט מאַטילדע, נאָר די שיקלדיקע צערקע האָט זיך מיט מזל אָפּגערופֿן".

"איז וואָזשע האָט זי געהאַט צו זאָגן?"

"אָט דאָס האָב איך טאַקע געוואָלט וויסן. זאָג איך איר, אַז דו האָסט זיך שוין מיט מזל דערמאָנט וועגן די גרינהאָרנס. וווּ ביסטו געווען ביז אַהער?"

"נו? נו?" ווערט שוין חיים אומגעדולדיק. "מאַך עס שנעלער טאָליע. איך בין נאָך אַלץ הונגעריק".

"וואָס נו! זי זאָגט מיר אַז זי איז געווען אין קוטשיבאַמבאַ".

"וווּ איז דאָס אויסרײַסעניש?"

"אָט דאָס האָב איך דאָך אויך געוואָלט וויסן. זאָגט זי מיר ס'איז אין באַליוויע. דאָרט האָט איר שלימזל געפֿונען אַ ‘דזשאָב’ און ער האָט עס שוין מיט מזל אָנגעוווירן. זאָג איך איר, ברוך דיין אמת, דער ‘דזשאָב’ יאַק דער ‘דזשאָב’. דו האָסט דאָך געקענט פֿון זיך לאָזן הערן, שיקן אַ פּאָסטקאַרטל. איך ווייס, ווי ס’מאַכט זיך, הײַנטיקע צײַטן. די ‘הײַדזשעקעס’ (פֿאַרכאַפּערס) מיט די ‘פּליין־קרעשעס’. (לופֿט־קאַטאַסטראָפֿעס). נאָר וואָדען, ווען מ’וואָלט אײַך ‘געהײַדזשעקט’ וואָלט מען דאָך שוין געהערט פֿון אײַך. דער פֿעטער וואָלט שוין געקלונגען. די גרינהאָרנס קלינגט מען ווען מ'דאַרף זיי האָבן אויף אַ לוויה".

"וואָס נאָך האָט זי געהאַט צו זאָגן, טאָליע?"

"גאָרנישט. איך ווייס אָבער אַז ס'איז ווײַט פֿון גאָרנישט. אַז מ'הערט פֿון זיי איז אַלע מאָל צוליב עפּעס. די מעשׂה איז וואָס איך בין נאָך נישט דערגאַנגען וואָס זי וויל אַזוינס, זאָג איך איר, איז וואָס מאַכט עפּעס אייבעלע? זאָגט זי מיר אַז אייבי איז פֿײַן און דער אָנקל איז פֿײַן, און די קינדער זײַנען פֿײַן. זי פֿאַרשטייט נישט פֿאַרוואָס. זינט מיר זענען געקומען אין לאַנד אַרײַן האַלט מען זיך פֿון דער ווײַטנס. ווייס איך דאָך אַז זי חלשט צו וויסן צי מיר האָבן זיך שוין אַרויפֿגעאַרבעט, צי מ'האָט שוין אַ טעלעפֿאָן מיט אַ טעלעוויזשן. כ'זאָג דיר — ממש נישט־פֿאַרגינערס. זיי זאָגן, גרינהאָרנס, בלויז אַ פּאָר יאָר אין אַמעריקע און מ'האָט שוין אַ טעלעפֿאָן מיט אַ טעלעוויזשן. זיי האָבן דרײַסיק יאָר נישט געהאַט קיין טעלעפֿאָן מיט קיין טעלעוויזשן. בין איך זיי עפּעס שולדיק. זאָג איך איר, טעכטערל, אין דײַן צײַט האָט מען נאָך נישט אַנטדעקט דעם טעלעפֿאָן מיטן טעלעוויזשן. אַזוי זאָג איך איר גלײַך אין פּנים. וואָסי, פֿאַרגינסט אונדז אפֿשר נישט. דו האָסט כאָטש אַן אַנונג וואָס מיר האָבן זיך אָנגעליטן בײַ די ווײַסע בערן. דו ביסט דען דאָרט אַמאָל געווען? דו ביסט דאָ געזעסן און זיך געפּאַשעט דאָס בײַכל".

"איז וואָס האָט זי געזאָגט?"

"וואָס האָט זי געקענט זאָגן, וואָס? זי האָט אָנגעהויבן צו שטאַמלען און זאַיקען זיך און קוים מיט צרות אַראָפּ פֿון דער טרובקע".

"לויט ווי איך זע טאָליע..". האָט ער דערווײַל געזוכט אַ שטעקעלע צו די ציין. "האָסטו בלויז אַדורכגעמאַכט רוסלאַנד. איך האָב זיך געבראָטן אויף דער פּליאַזשע אין ‘מיאַמי־ביטש’". זי האָט אָפּגעווישט דעם שווייס פֿון שטערן און זיך גענומען פּאָרען בײַ די טעפּ.

"און פֿאַרגעס נישט מײַן ווײַב אַז איך בין אויך געווען בײַ די רוסן. וויפֿל יאָר האָב איך אָפּגעפֿוילט אין די רוסישע לאַגערן און תּפֿיסות. האָסט שוין פֿאַרגעסן וועמען מ'האָט פֿאַרשיקט קיין סיביר, ווער האָט געקריגן שלעק בײַ די אויספֿאָרשונגען, דו צי איך?"

"נאַ דיר האָסטו, די צווייטע טעג יום־טובֿ. אפֿשר וועט מען זיך נעמען פֿאַרגלײַכן ווער ס'האָט פֿון אונדז ביידע מער געליטן. דו מיינסט איך האָב זיך געבאָדן אין שוווילטאָג? האָסט מיך איבערגעלאָזט מיט אַ פּיצל קינד בײַ דער ברוסט. מיט די מאָזעלעך, אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ ווען מ’האָט דיך אַרעסטירט..".

"זײַ מיר מוחל וואָס איך האָב דיר נישט איבערגעלאָזט דעם שאָפֿער מיט דער לימוזין..".

"נו אַוודאי. פֿון צערקען האָב איך אויך געהערט דאָס אייגענע. זי האָט אויך מער נישט געוואָלט הערן וועגן דעם. זאָג איך איר, וועגן וואָס ווילסטו יאָ רעדן? פֿרעגט זי מיך ווי ס'גייט אונדז. זאָג איך איר, אַ דאַנקען גאָט מ'איז אין אַמעריקע. מ'דאַרף זיך אויף קיינעם נישט פֿאַרלאָזן, ספּעציעל אויף דער אייפֿערזיכטיקער משפּחה וואָס פֿאַרגינט אונדז נישט דאָס לעבן. איך קוש די אַמעריקאַנער ערד צען מאָל אַ טאָג וואָס איך בין דאָ און נישט אין רוסלאַנד און ס'רעשט קענען אַלע גיין מיטן קאָפּ אין דר'ערד. אָמן!"

"איז וואָס האָט זי געהאַט צו זאָגן דערצו?"

"ס'געפֿעלט איר נישט ווען מ'זאָגט דעם אמת. קיינער האָט נישט ליב צו הערן דעם אמת ווײַל דער אמת טוט וויי, ווײַל מענטשן זײַנען פֿאַלש. זיי זעען בײַ דיר עפּעס וואָס זיי האָבן נישט, פֿאַרגינען זיי דיר נישט. ס'איז זייער אַמעריקע".

חיים נעמט אַרײַנקוקן אין אַ צײַטונג, בעת זי רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן.

"טאָליע! וווּ זײַנען די שטעקעלעך צו די ציין?"

"וווּ זאָלן זיי זײַן?"

"ס'הייבט זיך שוין ווידער אָן".

"די שטעקעלעך... ס'לעצטע מאָל וואָס כ'האָב געהערט, האָט מען נאָך אונטערגעהאַקט דעם בוים... — אויפֿן טיש".

"אויפֿן טיש. נאָר איך קען זיי נישט געפֿינען. נו זאָל שוין זײַן. וווּ זײַנען די פּילן?"

"די פּילן זײַנען לעבן די ברילן".

"וווּ זײַנען די ברילן?"

"דער באָטשאַן האָט זיי אַוועקגעשלעפּט. זיי וועלן זיך אין גיכן מערן".

"וווּ האָסטו שוין ווידער באַהאַלטן די נעכטיקע צײַטונג?"

"וואָסי, ביסט נישט קיין באַלעבאָס בײַ זיך אין דער היים? נאָך אַזוי פֿיל יאָרן האָסטו שוין געמעגט וויסן וווּ דאָס אַלץ געפֿינט זיך. ווייסט פֿאַרוואָס דו ווייסט נישט חיים, ווײַל דו זעסט נישט ווײַטער פֿון דײַן ניאָניע (נאָז)".

"ווײַל דו באַהאַלטסט עס ווי די רוסן באַהאַלטן זייערע אַטאָמישע פּראָשקעס. זאָג מיר בעסער וווּ צו זוכן". דערווײַל קוקט ער אַרויף צו דער סטעליע.

"קוק נישט אַהין, ווײַל דאָרט וועסטו זיי נישט געפֿינען".

"איז וווּ זשע האָסטו זיי באַהאַלטן דאָס מאָל?"

"טרעף!"

"כ'ווייס אַז דו האַלטסט אַלץ אין ‘פֿרידזשידער’. איז אפֿשר האָסטו די שטעקעלעך אויך באַהאַלטן דאָרט?"

"נישט געטראָפֿן".

"אין קליזעט?"

"וואָס טוען שטעקעלעך צו די ציין אין קליזעט? האַלטסט מסתּמא אַז איך בין אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען. שטעקעלעך צו די ציין געהערן אין קיך צוזאַמען מיט די אַספּירינדלעך, וויטאַמינדלעך, סערוועטקעס און צאָנפּאַסטע".

"צאָנפּאַסטע האַלסטו אויך אין קיך?"

"אין ‘פֿרידזשידער’ צוזאַמען מיט די ציבעלעס, קאַרטאָפֿל און די שטעקעלעך צו די ציין".

חיים נעמט אַוועק די צײַטונג און דערזעט די שטעקעלעך. טאָליע איז אומצופֿרידן.

"אַז איך מאַך אַן אָרדענונג אין קיך און שטעל אַוועק דאָס זאַלץ מיטן פֿעפֿער אויף אַן אָרט, מיינסטו אַז כ'באַהאַלט עס. אַז דו וואַרפֿסט אַרויס דאָס זעקעלע מיטן מיטיק אין ‘גאַבידזש’ און נעמסט מיט דעם ‘גאַבידזש’ צו דער אַרבעט, דאָס הייסט בײַ דיר אַ מענטש מיט קאָפּ. דאָס הייסט בײַ מיר אַן איבערגעדרייטער שלעסל מיט אַ טראַכט־פֿאַבריק וואָס איז גוט פֿאַרזשאַווערט".

חיים נעמט אַרויס אַ שטעקעלע צו די ציין, הייבט זיך אויף פֿון בענקל און גייט אַרײַן אין זיצצימער.

"צײַט צו הערן די נײַעס. אפֿשר האָבן שוין די רוסן אײַנגענומען אַ מיתה־משונה".

(סוף די קומענדיקע וואָך)