ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עמוס עוז
עמוס עוז

מיט אַ צוויי וואָכן צוריק האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון “אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע שטודיעס" אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ מען האָט מודיע געווען אַז עמוס עוז, דער באַרימטער העברעיִשער שרײַבער און עגנון־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִשער ליטעראַטור אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט אין ישׂראל, וועט האַלטן אַ סעריע פֿון דרײַ רעפֿעראַטן. נעכטן, נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט, האָב איך זיך צונויפֿגענומען און אַוועק אין דער זשורנאַליסטישער אָפּטיילונג פֿון קאַמפּוס, וווּ מען האָט פֿאַרן מחבר פֿאַרגרייט אַ יום־טובֿדיקע מאָלצײַט. בין איך געזעסן בײַם זעלבן טיש מיט די אַנדערע העברעיִש־לערערינס, וואָס מיר טרעפֿן זיך כּמעט יעדעס יאָר בײַ דעם זעלביקן טיש. אונדזער שמועס האָט זיך געדרייט אַרום וויפֿל סטודענטן מיר פֿאַרמאָגן און זיי האָבן געהאַלטן אין איין קרעכצן וואָס מיר פֿאַרמאָגן מער סטודענטן אין ייִדישער פּראָגראַם ווי זיי. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב נישט געטאָרט וואַרפֿן קיין שפּענדל, סײַ אויף דער שפּראַך און סײַ אויף ישׂראל. דאָס איז געווען זייער פּריווילעגיע און שפּעטער די פּריווילעגיע פֿונעם רעדנער. נאָך דער אויפֿנאַמע האָט מען זיך אַוועקגעלאָזט אין מילער־טעאַטער אויפֿן קאַמפּוס, הערן דעם בכּבֿודיקן גאַסט. זײַן טעמע איז געווען: “ייִדישקייט: אַ קולטור פֿון ספֿקות און וויכּוחים."

און ווי נאָר עמוס עוז האָט גענומען פּאָלעמיזירן, אַזוי האָב איך צו זיך געשמייכלט. דאַכט זיך אַז די לעצטע צוואַנציק יאָר ווי איך און מײַן נאָענטע, ישׂראלדיקע חבֿרטע האַלטן דעם זעלבן וויכּוח, דעם זעלבן פּיזמון און פּאָלעמיק אַ יעדע וואָך. אפֿשר נישט אַזוי עלעגאַנט און אָראַטאָריש, אפֿשר נישט אַזוי צעלייגט אויף קליינע טעלערלעך ווי עמוס עוז האָט עס אונדז דערלאַנגט. אָבער דער אָנגעווייטיקטער ענין איז נאָך אַלץ געווען פּונקט אַזוי רוי און קיין שום באַנדאַזשן האָבן נישט אָפּגעשטעלט דאָס בלוטן פֿון די וווּנדן ווען מען רעדט וועגן אונדזער מדינה, אונדזער ייִדישע היים, און אונדזער חלום וואָס איז צו שטאַנד געקומען אין אונדזער צײַט.

פֿאַרשטייט זיך, אַז קיין נײַעס האָט אונדז דער באַרימטער מחבר נישט געברענגט. ער האָט נאָר מסביר געווען פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן, פֿון וואַנען ס’נעמט זיך דאָס וואָס מיר ייִדן זײַנען אַזאַ שווער און האַרטנעקיק פֿאָלק. אַ פֿאָלק פֿון לויטער פּרעזידענטן, אויסלייזער, עקספּערטן און מומחים אויף אַלץ. פֿון וואַנען ס’נעמט זיך וואָס מיר געטרויען נישט קיין אַנדער ייִדן אויף קיין פּיטאַק (סענט). פֿון וואַנען ס’נעמט זיך וואָס דעם אַנדערנס שיטה איז ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? נעמלעך, ווען ס’רעדט זיך וועגן דער שלאַכט צווישן די פֿרומע און די וועלטלעכע, וווּ איינער אָנערקענט נישט דעם אַנדערן, און הייבט נישט אָן צו פֿאַרשטיין וואָס יענעם ייִדנס חלום קלינגט אַזוי פֿרעמד. זיכער געווען אַז מיר וועלן זײַן אַ האָמאָגעניש פֿאָלק. דערווײַל האָבן יענע עדהס ייִדן מיטגעברענגט מיט זיך אין לאַנד אַן אַמאַלגאַם פֿון זייערע אייגענע חלומות, און זייערע חלומות סטיסעווען זיך נישט מיט אונדזער חלום. און ווען עס קומט צו פּאָליטיק, זאָל מיך גאָט שומר־ומציל זײַן. יעדער ייִד ווייסט בעסער. און ווען עס קומט צו אידעאָלאָגיעס וואָס די ייִדן האָבן זיך מיטגעבראַכט פֿון אַלע תּפֿוצות־העולם, איז שיִער נישט געקומען צו געשלעג. די ציוניסטן, צעטיילט און צעכּפֿלט אויף אַ טוץ פּאַרטייען. די סאָציאַליסטן, צעשפּאָלטן און צעקרישלט אויף אַ וועלט מיט איבערצײַגונגען. די קיבוצים, מיט זייער בליק אויף אַן אוטאָפּיע וואָס איז אויסגערונען פֿאַר אונדזערע אויגן. די באַזונדערע עדהס ייִדן, וואָס איינער מיטן צווייטן זײַנען קאָסע־נאַ־קאַמיען. צענדליקער קולטורן, צענדליקער שפּראַכן, דיאַלעקטן, לעבנס־שטייגערס, טראַדיציעס, ריטואַלן. ממש אַנאַרכיע.

און פֿאָרט לעבט מען צוזאַמען אין לײַדן און פֿריידן. און לויטן שרײַבער קומט אויס אַז די זעכציק יאָר זײַנען געווען די פֿרוכטבאַרסטע לגבי שעפֿערישע כּוחות. צענדליקער שרײַבער און פּאָעטן האָט די מדינה אויסגעכאָוועט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס יעדער ייִד שרײַבט. “איר האָט דען געזען אַ ייִדן, זאָגט ער," וואָס שרײַבט נישט. אַ וועלט מיט גראַפֿאָמאַנען," האָט ער באַטאָנט, “גאַנצע פּליאַדעס מיט ווירטואָז־שטאַמלער, און אַ ים מיט לויטער טאַלאַנטן. אַ מערקווירדיק פֿאָלק. און איצט ווען עס קומט צום רעדן, בײַ ייִדן, גייט די צונג אויף שרויפֿן. דאָס פֿאָלק קאַליאַקעט, באַקלאָגט זיך, האָט טענות, שעלט, זאָגט אַרײַן אין טאַטנס טאַטן. אַ געפֿערלעך באַרעדעוודיק פֿאָלק. און וואָס פֿאַר אַ מדינה האָבן די אַלע עדהס געוואָלט אויפֿשטעלן? "די מיזרח־ייִדן האָבן געגאַרט אויפֿצושטעלן אַ ‘געטאָ’", זאָגט ער, "וווּ מען רעדט עקסקלוסיוו ייִדיש. די קיבוצניקעס האָבן געחלומט צו באַאַרבעטן די ערד מיט אַקער־אײַזנס און סאָציאַלער גערעכטיקייט — אַלע גלײַך. די פֿרומע ייִדן ווידער, גיב זיי כאָטש שבת אין דער וואָכן, הייליקע ערד, הייליקער הימל, הייליקע לופֿט, הייליקע ייִדן. און ווען די חלומות זײַנען אויסגערונען איז אַראָפּ אַ מבול און פֿאַרשווענקט אַלע חלומות און אַלע דמיונות. דאָס רופֿט מען בײַ אונדז ווירקלעכקייט, און די ווירקלעכקייט איז אַ שווער שטיקל סוגיא צו צעקײַען. קריגט מען זיך, טרעט מען אָן יענעם אויף די אָטשיסקעס, מען רעכנט זיך נישט מיט יענעמס חלום, מיט יענעמס חשיבֿות, מיט יענעמס וועלט־אָנשוי. ס’איז ממש אַ בבֿל־טורעם מיט צעקריגטע פּרינציפּן, אַ מין אידיליום־דעליריום." זײַן שרײַבערישער מאָנאָלאָג האָט מיט זיך מיטגעבראַכט די אומרו פֿון קריטיק און פּאָלעמיק פֿון אַ געפּרוּווטער תּקופֿה פֿון די “נייטיווס," די סאַברעס. רעדט ער זיך אַראָפּ פֿון האַרצן און דער טרויער הוליעט אַרום אים.

לויט ווי איך זע עס ליבע פֿרײַנט, מיט מײַן נאַרישן שׂכל, איז זײַן ווייגעשריי ממעמקימדיק. איך וויל וויסן צי דער מאָגערער עבֿרית איז דערגאַנגען צו די האַרבע קלוגשאַפֿטן וואָס עס פֿאַרמאָגט די שוועסטער־שפּראַך, וואָס מען האָט אַזוי בראַקירט. דאָס וואָס דער גוטער מחבר זאָגט אַז די ייִדן אין גלות האָבן נישט געהאַט די זכיה צו עפֿענען דאָס מויל אויס מורא און שרעק פֿאַרן דרויסן, האָבן זיי פֿאָרט געשאַפֿן אַ שפּראַך צווישן זיך וואָס האָט זיי געבונדן מיט אַ מאַמע־לשונדיקער תּפֿילה פֿון אייביקייט. צוריקגערעדט, פֿריי איך זיך וואָס די מדינה, ווי אַ קימפּעטאָרין פֿון אַ סך נײַע און פֿולבלוטיקע שרײַבער, גיט אַרויס ביכער אויף אַ לשון וואָס איז אַ סך מאָל טאַנדעטנע פֿון נישט פֿאַרטיקייט, כאָטש מען מוז זיך פֿרייען מיט יעדן קריש שעפֿערישקייט. און ביז עס וואַקסט אויס אין דער מדינה אַ שרײַבער און פּאָעט פֿונעם קאַליבער חיים גראַדע, וועלכער האָט אין זיך פֿאַרמאָגט אײַנגעקאָוועט די ישיבֿה, אָנגעלאָדן מיט אַ באַגאַזש תּקופֿותדיקער ייִדישער קולטור, ביז דעמאָלט וועלן מיר זיך מוזן באַנוגענען מיט די שעפֿערישע כּוחות פֿון נײַעם דור וואָס שרײַבט אויף עבֿרית. ווי זאָגט מען, מען מוז נאָך אַ סך יאָרן פּאַרען זיך אין די כמאַרעס ביז מען דערגייט צו אַ חיים גראַדען אָדער אַן איציק מאַנגערן, צו אַן אַהרן צייטלינען און ווער רעדט שוין וועגן שלום־עליכמען. אָבער די וווּנדערלעכע ליטעראַטור פֿון וועלכער עס רעדט עמוס עוז איז אַ ליטעראַטור וואָס איז איינע אַליין, אָן אַ רבין. זי קײַקלט זיך צווישן די חלומות און צווישן די ערד־ציטערנישן פֿון דער ווירקלעכקייט. אַ שאָד וואָס ער האָט נישט דערמאָנט אַבֿרהם סוצקעווערן און יאָסל בירשטיינען, יוסף קערלערן און חיים חרצן, יעקבֿ פֿרידמאַנען און משה גראָס־צימערמאַנען. אַלע פּראָזאַיִקער און ערשטקלאַסיקע פּאָעטן, וואָס האָבן זיך באַזעצט נאָך דער מלחמה אין ארץ־ישׂראל, און געווען שעפֿעריש דווקא אויף אַ שפּראַך וואָס מען האָט גערודפֿט, געזידלט, אַוועקגעשטעלט באַריקאַדן איר אַנטקעגן און זי געמאַכט צו קליינגעלט. אַ שאָד וואָס ער האָט נישט דערמאָנט “די גאָלדענע קייט," דעם העכסט ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל וואָס האָט עקזיסטירט אין אונדזער אייגענער מדינה צענדליקער יאָר און אַלץ צוליב דעם וואָס מיר האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין די שטיפֿקינדער. איז ווי קען אַ פֿאָלק אַרויסלאָזן אַזעלכע ריזיקע ליטעראַטן וואָס פֿאָרן אַרום דרשענען אין די אוניווערסיטעטן און האָבן נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג אַ ווידערווילן צו אַן אייגענער ייִדישער שפּראַך וואָס מ’דערמאָנט זי אַפֿילו נישט, ווי זי וואָלט קיין מאָל נישט עקזיסטירט. אַ סימן אַז מען האָט אויפֿגעכאָוועט אַ דור שרײַבער און פּאָעטן וואָס לײַדן פֿון בלוט־אָרעמקייט, אַנעמיע, וואָס לײַדן פֿון בלינדקייט און פֿאַרגעסעניש אָדער גאָר אומוויסעניש, אַ ליטעראַטור וואָס קאָנצענטרירט זיך, דער עיקר אויף דער ליטעראַטור וואָס מאַכט נאָך אַמעריקע. דאָס איז אַ שפּראַך וואָס ליגט נאָך אונטערן שמידערס קאָוואַדלע און פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ ליטעראַטור־זשאַרגאָן, ביז זי וועט ווערן אויסגעשניצט און אויסגעטאָקט, ביז דאָס געהילץ פֿון די ווערטער הייבט אָן רעדן דיבורים און דאָס איז אַ מעשׂה פֿון דורות.

אָבער איך וויל נישט אויפֿן וועג צום נײַעם יאָר גיין מיט מוח־גרימעניש. מוזט איר מיר מוחל זײַן ליבע מענטשן, און פֿאַרגעסט נישט אַז ייִדן אויפֿן אייראָפּעיִשן קאָנטינענט פֿלעגן באַצאָלן אַ משולח ער זאָל זיי ברענגען פֿון דער מערת־המכפּלה אין ארץ־ישׂראל אַ זעקעלע ערד, מען זאָל אים אונטערלייגן צוקאָפּנס נאָך דער פּטירה, דאָס זעקעלע הייליקע ערד, דער ייִד זאָל אויך קענען פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון הייליקן לאַנד.

ווי זשע איז צוגעגאַנגען דער נס? אויפֿן אַש פֿון די קדושים, פֿון יענע ייִדן וואָס זײַנען אומגעקומען בײַ היטלערן און סטאַלינען, האָט מען אויסגעווייטיקט אַ היסטאָרישן מאָמענט, אַ מעשׂה־בראשית יענעם פֿרײַטיק, ערבֿ־שבת, דעם 14טן מײַ, אין יאָר 1948, ווען די פֿעלקער פֿון דער וועלט האָבן זיך מרחם געווען און געשטימט פֿאַר אַ ייִדישער מדינה, אויס שולדגעפֿילן צו די ייִדן און דעם חורבן. הײַנט זײַנען מיר אַ פֿאָלק כּכל הגויים. די פֿראַגע איז — האָבן מיר פֿאַראַטן אונדזער ייִדישן גורל? אויב יאָ, צאָלן מיר דערפֿאַר. אויב נישט איז דאָ אַ ספּאָסוב (מעגלעכקייט) אַז אַלץ וועט זיך אויספּרעסן. עמוס עוז איז שוין נישט קיין יונגערמאַנטשיק, געמעגט זײַן אַ ביסל טיפֿזיניקער. די קליאָטשע וואָס ער האָט אַזוי שיין באַאַרבעט האָט אפֿשר דער עולם מיט אַפּעטיט אַראָפּגעשלונגען. אָבער דער פֿאַקט בלײַבט, אַז מיר האָבן זיך גאָרנישט אָפּגעלערנט פֿון אונדזער לאַנגער און פּײַנלעכער געשיכטע. נעמלעך, אַהבֿת־ישׂראל, ואָהבֿתּ לרעך כּמוך, שאַנעווען יעדן ייִדן, נישט געקוקט פֿון וועלכער עדה ער ציט זײַנע וואָרצלען, שאַנעווען יעדער קרישקע פֿון אונדזער ייִדישער קולטור, נישט געקוקט ווער עס זײַנען געווען זײַנע אָבֿות, אָפּהיטן דעם כּבֿוד פֿון אונדזער רײַכער, ייִדישער געשיכטע, ווײַל נאָך אַלעמען, זײַנען מיר דאָך דאָ מיט אַ מיסיע צו פֿאַרקערעווען אונזער גײַסטיק לעבן באַרג אַרויף. איך ווייס אַז אַ סך דערפֿון איז מצליח, אַ סך דערפֿון איז פֿאַרנאַכלעסיקט. און ווער ווייסט צי מיר וועלן עס קענען צוריק שטעלן ווי עס האָט אויסגעזען אַמאָל, אָבער איין זאַך ווייס איך יאָ. אויב מיר האָבן אַ קיום ווי אַ פֿאָלק, מוזן מיר זיך אונטערגאַרטלען און נעמען זיך ערנסט צו דער עבֿודת־הקודש פֿון בלײַבן ייִדן.