פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דניאל פּינטשבעק

(אײַנדרוקן — פֿון בנימינה אייברעמס)

ערשט די וואָך איז צו מיר דערגאַנגען אַ ידיעה אַז דער קאַמפּוס אין קאָלומביע רודערט זיך צווישן די ייִדישע סטודענטן. וואָס איז די מעשׂה? איז די געשיכטע אַזאַ. אַ סך פֿון זיי — אָדער זיי גרייטן זיך צו גיין אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'איז שוין געווען אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'דערציילט די נסים־ונפֿלאָות פֿונעם טשאָלנט־קלוב. מאַכט זיך אַ געלעגנהייט, און איינע פֿון מײַנע ערנסטע סטודענטקעס האָט עס באַשריבן. בנימינה אייברעמס לערנט זיך בײַ מיר ערשט דאָס ערשטע יאָר.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:

מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
ווײַל הײַנט איז נעכטן —
און מאָרגן איז אויס.
שענקט אונדז אַ חלום,
און וואַרפֿט אונדז אַרויס:
"מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער".

מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמאָליקע צײַטן, ווען מען האָט געוואָלט וויסן ווי אַלט אַ מענטש איז, דער עיקר אַ ייִדענע, האָט מען זי אַ פֿרעג געטאָן:

"ליבע פֿרוי, ווען זײַט איר געבוירן געוואָרן?"

און דער ענטפֿער פֿלעגט זײַן גאָר אַ פּשוטער:

"אוי מײַן קינד, איך בין געבוירן געוואָרן, ווען ס'איז בײַ אונדז אין שטעטל אויסגעבראָכן די ערשטע שׂרפֿה. ווי קום איך צו געדענקען די ערשטע שׂרפֿה, נעבעך.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיינט איר דאָך אַוודאי, אַז איך בין בלויז פֿאַרליבט אין לאָדזשער לשון. אַ נעכ­טיקע וועטשערע. איך גיי אויס נאָך יעדן דיאַלעקט אין לשון־ייִדיש, מעג עס זײַן ליט­וויש, אָדער פּראָווינציעל־ליטוואַ­קיש. ווי מײַן חבֿרטע זאָגט: "איך האָב זשאַמ­שע­נע (זאַמשענע) שטעקשיך", אָדער קליין־שטעטל­דיק־רומעניש (נישט ליטעראַריש) אָדער פֿאַרצויגן ווי אין וואַרשע, צי טשעכאַ­נאָווצער אויסדרוקן ווי קיטשע (טיפֿע עפֿע­נונג אונטערן קוימען צו האַלטן טעפּ).

ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג מיט איר מאַן

דאָס בוך "מײַן זון... מײַן זון..." אַ כראָניקע, האָט אָנגעשריבן מײַנע אַ גוטע קאָלעגין, חנה אײַבושיץ־אײַלענבערג. זי האָט געשריבן דאָס בוך אויף ענגליש, און עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ גרויסער טראַגעדיע. איז לאָמיך צוגיין דערצו בהדרגהדיק. חנה אײַלענבערג איז אַ פֿרומע, איידעלע, שעפֿערישע און טאַלאַנטירטע שרײַבערין.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ־ירושלים"

אַזוי ווי איך בין קילאָמעטערס ווײַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן; נישט נאָר פֿון די גריכישע, נאָר אויך פֿון די אייגענע, צווישן זיי — ברוך (בענעדיקט) שפּינאָזאַ — דעם גערודפֿטן, דעם אויסגעוואָרצלטן און פֿאַרטריבענעם פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם. דער אמת איז, אַז עס איז גאַנץ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דעם פּראָצעס פֿון געדאַנקען־גאַנג און פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירן פֿון אַזאַ דענקער ווי ברוך שפּינאָזאַ נישט וויסנדיק פֿון וואַנען ער שטאַמט, ווער ער איז,

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דרויסן האָט געבריט אַ פֿראָסט, האָב איך אָנגעטאָן מײַן שווערע שובע, אײַנגעוויקלט זיך אין אַ שאַל, אײַנגענורעט זיך אין אַ וואָלענעם הוט, און הײַדאַ קאָשקעלע ראַנע. דאָס הייסט אויף ליטעראַרישן לשון: באַלד אין דער פֿרי, זיך אַרויסגעלאָזט פֿון ריווערדייל קיין מאַנהעטן. איך האָב געכאַפּט דעם ריווערדייל־עקספּרעס־אויטאָבוס אויפֿן ראָג גאַס, און אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן באַנײַען מײַנע פֿאַרדרימלטע טעאַטראַלע אינסטינקטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם לעצטן סעמעסטער האָב איך אַרײַנגעקריגן אַ שיינע צאָל אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן אין מײַן קלאַס. אַ טייל פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון מײַנע "ייִדיש פֿאַר מיטעלע קלאַסן," און ס'רעשט אומגעריכטע חבֿרה. צווישן די בחורים און מיידלעך האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט צוויי בחורים — איינער פֿון דער פֿרומער מחנה און דער צווייטער פֿון די פֿרײַדענקער. אָט מיט די צוויי פֿון זיי וועל איך אײַך באַקענען, ווײַל זיי זײַנען ערנסטע און נעמען אויף ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן זייער ערנסט.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ'הייב נישט אָן צו וויסן פֿאַרוואָס דאָס וואָרט "ייִדיש" איז אַזוי פּאָפּולער צווישן די ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס הינקען אויף אונדזער מאַמע־לשון, דאָך האַלטן זיי אין איין אַרויסגעבן ביכער מיטן וואָרט "ייִדיש". אויף ענגליש, הייסט עס. אַ סימן האָט איר. מיר ווערן פֿאַרפֿלייצט פֿון ביכער און ביכעלעך, וווּ מ'פּאַסמאַקעוועט זיך מיט געציילטע ווערטער אויף ייִדיש אין אַזעלכע טיטלען, ווי: "שאַנדאַ", "כוצפּאַ", "שמוץ", "מעשוגע", און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן — "פֿאַר­קלעמפּט", מיט אַ "פּ" און נאָך און נאָך אַזעל­כע צאַצקעס. די טעג זײַנען מיר צו האַנט געקומען צוויי ביכלעך.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט איין מאָל טרעפֿט זיך מיר צו זײַן אין אַ געזעלשאַפֿט וווּ מען רעדט וועגן אַ מענטשן. כאָטש זעץ אים אַנידער צווישן די כּהנים און ווער בלינד אויף איין אויג, ווי יענער וואָלט געווען אײַנגעזאָטלט אין גוטסקייט אַליין. בדרך־כּלל האָט עס צו טאָן מיט איינעם וואָס פֿאַרנעמט אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט — צי דאָס איז אין דער אַקאַדעמיע, פּאָליטיק, אָדער סתּם אַ בעל־הבית איבער אַ הייפֿטל קרויט.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג זוך איך אַרום מײַן טאַשמע וואָס הייסט "מאַמע־לשון," אַרויסגעגעבן אין ירושלים, וווּ עס זינגט אַ פֿרומער קינדער־כאָר (אַלע ייִנגעלעך) אַ מחיהדיקן, פּויליש־גאַליציאַנער ייִדיש, פֿול מיט גראַמאַטישע גרײַזן, אָבער ס'איז מלא־חן און די מעלאָדיעס זײַנען האָפּסעדיק, לעבעדיק און לוסטיק. אַ חוץ דעם איז דערבײַ דאָ אַ שלל מיט לערן־מאַטעריאַל. און אַזוי ווי איך קען די טאַשמע בשום־אופֿן נישט געפֿינען, כאָטש איך האַלט אַלע מײַנע טאַשמעס צוזאַמען, בין איך חושד, אַז עמעצער האָט עס בײַ מיר געלקחנט (געלאַקכנט — געגנבֿעט).

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(צווייטער אַרטיקל)

הזזעס יודקע גאָרגלט זיך, כריפּעט, וואַרגט זיך מיט די ווערטער, וואָס קומען אים אָן שווער אויסצודריקן פֿאַר די שטאָלענע פּנימער פֿונעם קיבוץ־קאָמיטעט. ער רעדט וועגן אַ מאַרטירערישער פּיראַמידע, וואָס איר יסוד איז משיח, און אויב שוין יאָ דער יסוד, דאַרף מען זיך נישט רירן פֿון אָרט, ער וועט דאָך קומען און אויסלייזן. יודקע איז געפֿאַלן אויפֿן שׂכל, אַז די פֿרומע האָבן אַנטדעקט משיחן, זיצן און וואַרטן אויפֿן נעכטיקן טאָג. און די פֿראַגע בלײַבט, איז דאָס וואַרטן געווען ווערט די אַלע קרבנות, די אַלע קדושים און די כּסדרדיקע פֿאַרניכטונגען?