- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(ערשטער אַרטיקל) מיר ייִדן, האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשולדיקט קעגן זיך אַליין. מילא, די וועלט האָט אונדז נישט געשאַנעוועט, דערלאַנגט די אמתע זבענקעס איבערן קאָפּ, האָבן מיר געטראַכט, אפֿשר, ווען מען זאָל זײַן אַ ייִד אין הויז און אַ מענטש אין גאַס, וואָלט אונדז געהאָלפֿן נושׂא־חן זײַן מיט חניפֿה בײַ די גויים. מיטן מענטש אין גאַס איז אונדז גרינגער אָנגעקומען, נאָר מיטן ייִד אין הויז, זעט איר, איז פֿאַר אונדז געווען דער אמתער נסיון. דער ייִד אין הויז האָט גענומען פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן אַלערליי אַחריותן צו ייִדישקייט, אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון שפּראַך און טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן, געשיכטלעכע אָנגעהעריקייטן און קולטורעלער צוגעבונדקייט. איך בין ערשט צוריקגעקומען פֿונעם Museum of Jewish Heritage (מוזיי פֿון ייִדיש־גײַסטיקער ירושה). אַהין אָנצוקומען איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג. ס׳איז אין די אויסרײַסענישן פֿון דרום־מאַנהעטן, וואָס מען רופֿט "באַטערי־סיטי", בײַם ברעג פֿון האָדסאָן־טײַך; ממש בײַם שפּיץ ברעג, וווּ מען זעט די באַרימטע פֿרײַהייט־סטאַטוע. דאָרט האָט מען אויסגעבויט אַ גאַנצע שטאָט מיט וואָלקנקראַצער און גאַסן. דאָרט קאָן מען שוין נישט געפֿינען קיין אָרט וווּ אַוועקצושטעלן דעם אויטאָ. דאָרט רוכעוועט זיך מיט אויטאָבוסן און מיט פֿאַרקער־ליכט וואָס בײַטן זיך אַזוי פּאַוואָליע, אַז מ׳קאָן דערווײַל כאַפּן פֿיש אין האָדסאָן־טײַך. איז וווּ האַלטן מיר? יאָ, איך האָב געלייענט אַז מ׳גייט אינעם מוזיי שטעלן אַ פּיעסע וואָס רופֿט זיך "דער וויכּוח", אונטער דער פּען פֿון דוד ברענדײַס און יוסף טאַלושקין, באַזירט אויפֿן פֿילם "דער וויכּוח". האָב איך דאָך פֿאַרשטאַנען דערפֿון, אַז מען גייט דאָ אויפֿפֿירן חיים גראַדעס "מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער". טובֿיה טענענבוים איז אַ נאָמען אין דער וועלט פֿון עקספּערימענטאַלן און פּראָוואָקאַטיוון אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער סײַ אין ניו־יאָרק און סײַ אין אייראָפּע. זײַן פֿירמע הייסט "דהע דזשויִש טיִעיטער אָוו ניו־יאָרק", אָדער "טעאַטער־מאַניע". ער איז סײַ דער דראַמאַטורג און סײַ דער פּראָדוצענט פֿון זײַנע פֿילצאָליקע פּיעסעס. איך געדענק, מיט יאָרן צוריק, האָב איך געזען אַ פּיעסע וואָס טובֿיה האָט אָנגעשריבן און געשטעלט ערגעץ אין אַ טעאַטער אין ניו־יאָרק. געהייסן האָט יענע פֿאָרשטעלונג "On Wings of Eagles" (אויף פֿליגל פֿון אָדלערס). דער סוזשעט איז געווען ייִדן—אַראַבער; אַ ליבע צווישן צוויי יונגע מענטשן — אַ פּאַלעסטינער אַראַבקע און אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט. שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע פֿרײַנד, אַז הײַנט צו טאָג איז נאָך פֿאַראַן אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם, וועלכער איז גרייט צו זען נישט נאָר אַן ערנסטע פּיעסע, נאָר אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיטן חורבן. מ'קאָרמעט דאָך דעם עולם מיט פּאַפּע, מיט קונסטלאָזער וואַרע, מיט פּוסטער קליאָטשע, און זיי לאַכן און פּאַטשן און פֿרייען זיך. קומט צו גיין אַן אונטערנעמונג וואָס רופֿט זיך "בלו העראָן טיִעטער," צוזאַמען מיט אַדעל סטרײַקער, נעמען און שטעלן אַזאַ פּיעסע ווי "דער פּופּנמײַסטער פֿון לאָדזש." געשריבן האָט די פּיעסע זשילעס סעגאַל, איבערגעזעצט פֿון פֿראַנצויזיש האָט עס סאַראַ אָ'קאַנאָר, און דער זאַל פֿון "אַרקלײַט־טעאַטער", וואָס געפֿינט זיך אויף דער 201 וועסט־זיבעציקסטער גאַס לעבן בראָדוויי, פֿירט עס אויף. אַ סימן — מ'טאָר נישט אַראָפּלאָזן די פֿליגל. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן. מיר לעבן אין אינטערעסאַנטע צײַטן. גיי ווייס אַז אין אונדזער שטעטל ניו־יאָרק, געפֿינט זיך אַן אונטערגרונט־באַוועגונג, וואָס באַשטייט פֿון אַ שלל פֿרומע און פֿרײַע יונגע־לײַט און מיידלעך, מגידים, דרשנים, בטלנים און פּאָעטן. איך בין באַאײַנדרוקט געוואָרן גלײַך בײַם ערשטן וויזיט. מען האָט מיך געראַטן צו קומען נאָך עלף אַ זייגער בײַ נאַכט, ווען די גאַנצע שׂימחה הייבט זיך ערשט אָן. בין איך געקומען מיט אַ כאָפּטע חבֿרים און פֿרײַנד פֿאַר עלף בײַ נאַכט, און נאָך אוספּעיעט אָנצוקניפּן אַ שמועס מיט דער יונגער חבֿרה מיט פּאות און בערדלעך. די גאָלע־בראָדעס און ראַזירטע פּנימער, וואָס האָבן זיך נאָך אַלץ געשאָקלט בײַם רעדן און צווישן זיי — סתּם פֿאַרלוירענע נשמות. (דריטער אַרטיקל) כּן־ירבו, זאָלן זיי זיך מערן, די ייִדישע סטודענטן, וואָס וועלן מיטנעמען מיט זיך אַ פּאָר טראָפּן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. זיכער וואָלט געווען ניחא און געזונט ווען זיי האָבן אַ ייִדישע וועלט ווי ס'האָט אַמאָל עקזיסטירט פֿאַרן חורבן, וווּ פֿרומע און פֿרײַע ייִדן האָבן געלעבט צווישן זיך בשלום און בשותּפֿות, און ממשיך געווען אַ וועלט פֿון אמונה און וויסן, מסורה און קולטור, מיט אַ ייִדישער פּרעסע און אַקאַדעמיע, טעאַטער און קונסט, אַן אייגענער פֿאַרזאָרגונגס־סיסטעם. (דאָס צווייטע אַרטיקל) יעדעס מאָל וואָס איך לייען איבער די אַרבעטן פֿון די נײַע סטודענטן איז נישט נאָר באַקען איך זיך מיט יעדן איינעם באַזונדער, נאָר איך שטוין אַ סך מאָל פֿון זייערע אינטערעסאַנטע און אינטעליגענטע, און ייִדישלעכע אַרײַנבליקן אין זיך, אין זייערע משפּחות און אין זייער וועלט. סטודענטן וואָס רעגיסטרירן זיך צו נעמען ייִדיש און אָבליגירן זיך צו פֿאַרבלײַבן אַ יאָר אָדער צוויי, אָדער אַפֿילו דרײַ דערמיט. בעת זיי רעגיסטרירן זיך צו טאָן גראַדויִר־אַרבעט אויף אַ געוויסער ייִדישער טעמע פֿון זייער אינטערעס, ווערט פֿאַר מיר בולט די טראַנספֿאָרמאַציע וואָס קומט אין זיי פֿאָר. גלײַך אין אָנהייב זאָג איך זיי: (דאָס ערשטע אַרטיקל) די יאָרן בײַטן זיך ווי די סעזאָנען, און מיר שטייען שוין אויף דער שוועל צווישן 2007 און 2008. און יעדעס יאָר, ווען איך פֿאַרענדיק דעם צווייטן זמן פֿונעם ערשטן יאָר מיט די אָנהייבער, קלאָג איך און וויין אַז אַזאַ קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל מער נישט האָבן. העלפֿט גאָט, און דער נײַער קלאַס איז פּונקט אַזוי מאָטיווירט און פֿול מיט ענטוזיאַזם ווי דער פֿאַראַיאָריקער קלאַס, און אַלע קלאַסן פֿאַר זיי. זיי שמייכלען ווען עס געפֿעלט זיי עפּעס, און בײַם פֿאַרלאָזן דעם קלאַס זאָגט מען זיך נישט נאָר “זײַט געזונט!" נאָר זיי גייען אַוועק מיט “אַ שיינעם דאַנק," וואָס זיי האָבן פֿון זיך אַליין געוואָלט וויסן ווי צו זאָגן. דאָס איז אַ זעלטנהייט אין מײַנע מקומות, מען זאָל מיר דאַנקען בײַם אַוועקגיין. (צווייטער אַרטיקל) ביז אַהער האָב איך באַשריבן דעם דאַכאַו־אַלבאָם מיט די דרײַסיק קונסט־בילדער און איבער 250 פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווי אַזוי דער 17־יאָריקער אַרנאָלד (אָלעג) אונגער, וועלכער איז געבליבן צוויי יאָר צײַט אין דאַכאַו נאָך דער באַפֿרײַונג און געאַרבעט פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע. ווען אַרנאָלד אונגער איז אָנגעקומען אַהער אין 1947, האָט אים אויפֿגענומען זײַנס אַ קוזין, אים אַרײַנגענומען צו זיך אין הויז. לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע געשיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם. יעדע ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט אַ רעפֿערענץ־ביבליאָטעקער, אָדער ביבליאָטעקערין, וואָס העלפֿט אַרויס מענטשן מיט אָנווײַזונגען וווּ זיי קענען געפֿינען דאָס וואָס זיי זוכן. נו, נאָכן איבערלייענען די קלאָץ־קשיות וואָס דערשײַנען אויף די אינטערנעץ־כוואַליעס, סײַ אויף ענגליש און סײַ אויף ייִדיש, האָב איך זיך דערטראַכט אַז מיר פֿאַרמאָגן נישט הײַנט קיין רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערס. אַמאָל האָט דער ייִדישער לערער־סעמינאַר פֿאַרמאָגט אסתּר פּינסאָנען, דער ייִוואָ — דינה אַבראַמאָוויטשן, וועמענס מוח איז געווען שנעלער ווי דער הײַנטיקער קאָמפּיוטער. מ'האָט מיך נישט געדאַרפֿט נייטן און נישט צווינגען, איך זאָל גיין זען די נײַסטע פֿאָרשטעלונג אין "אַבינגטאָן־טעאַטער," וואָס ווערט געשטעלט בשותּפֿות מיטן "פּענגווין־טעאַטער." דער טעאַטער געפֿינט זיך אויף 312 וועסט, 36סטע גאַס, אויפֿן זעקסטן שטאָק, לעבן דער נײַנטער עוועניו, אין מאַנהעטן. ביידע אונטערנעמער פֿון די טעאַטערס האָב פּראָדוצירט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך "דער גאָלדמאַן־פּראָיעקט." |